שרייבן און שרייבן און גארנישט שרייבן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6104
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:12 pm
האט שוין געלייקט: 7222 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5132 מאל

שרייבן און שרייבן און גארנישט שרייבן

שליחה דורך ראשעקאל »

איינער רעדט זיך אפ צו מיר אז ער פייגערט אנצוקימען צו מאחורי אבער ער קען נישט שרייבן קיין תגובות מיט הונדרעט ווערטער. ער זאגט מיר: "איך קען גארנישט שרייבן". זאג איך אים: "מ'קען שרייבן אן גארנישט שרייבן". ער וויל מיר אבער נישט גלייבן. איז דער אמת אזוי האב איך מיר געקלערט אז איך גיי דא שרייבן אן גארנישט שרייבן און אים ווייזן קלאר און דייטליך מיט מעשה רב אז מ'קען טאקע יא שרייבן און שרייבן און שרייבן, און באמת גארנישט שרייבן.
שטעלט זיך די פראגע אויב קען מען טאקע שרייבן און שרייבן אן גארנישט שרייבן פארוואס זענען דא מענטשן וואס שרייבן און שרייבן יא? פאר די זעלבע געלט קען מען דאך שרייבן און גארנישט שרייבן?? די קושיא קיקט טאקע אויס זייער הארב אבער באמת איז עס נישט אזוי שווער און מ'קען עס זייער פשוט ענטפערן. דער תירוץ גייט אזוי. לעולם קען מען טאקע שרייבן און גארנישט שרייבן, און ס'טאקע דא וואס שרייבן און שרייבן גארנישט. אבער ווילאנג קען מען דען שרייבן און גארנישט שרייבן? נישט יעדער שרייבט נאר לשם שרייבן , ס'דא מענטשן וואס ווילן ארויסברענגען זאכן, איז פאר זיי נישט געניג צו שרייבן און גארנישט שרייבן, זיי דארפן שרייבן און יא שרייבן.
וועסטו וועלן פרעגן אז ס'שטימט נישט. ווייל אויב וואלט יעדער געשריבן און נישט געשריבן, וואלט דאך קיינער נישט גענימען די מי צו שרייבן און יא צו שרייבן, ווייל ס'וואלט דאך געוועהן א איבעריגע טירחא ארומצוגיין און צאמנעמען אלע שרייבערייען און יא שרייבן. ליבערשט וואלט מען געשריבן און נישט געשריבן, אדער גארנישט געשריבן, און אזוי וואלט מען געקענט זאגן אז מ'שרייבט און מ'קען געניסן פון שרייבן און טאקע גארנישט שרייבן!
איז לענינינו גאר קשה די שאלה און עס איז איבעריג ארויסצוברענגען די וויכטיגקייט פון אנערקענען די פשוט'ע פאקט אז ווען מ'שרייבט און מ'טראכט אריין – אדער אפילו לאו דווקא מ'טראכט אריין – נאר מ'האט אינזין צו שרייבן, דעמאלטס איז קלאר אז מ'האט פאר זיך דעם ציל צו שרייבן. אזא מענטש קען קיינמאל נישט האלטן פאר זיינע אויגן די פראגע איבער שרייבן און גארנישט שרייבן, און קען זיך בכלל נישט באקלאגן איבער שרייבן און יא שרייבן, ווייל ס'איז קלאר בלויז א זאך וואס ער טראכט!! ער וואלט אוודאי געקענט טראכטן אנדערש – צום ביישפיל, ער וואלט זיכער געקענט זאגן אז פאר אים איז עס אנדערשט, ער איז בכלל נישט באשאפן געווארן פאר אזא ציל צו שרייבן און נישט שרייבן, ער מיז דווקא שרייבן און יא שרייבן – אבער דעמאלטס וואלט מען גרינג געקענט ענטפערן מיט א מה מצאנו, און יעדער וואלט שוין פארשטאנען די קלארע פאקטען.
איז ווען איך קים צום גמר וויל איך פשוט' ארויסהייבן דעם ענין אז שרייבן איז א זאך וואס מ'קען זיכער טוהן ווי אזוי מ'וויל. און למשל איך האב יעצט אפגעקנאקט מער פון 450 ווערטער – 9 מאל אזוי סאך ווי מ'דארף – פשוט פון שרייבן און שרייבן און שרייבן אן גארנישט שרייבן.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר