אי לאו האי יומא, כמה זר'לעך איכא בשוקא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

אי לאו האי יומא, כמה זר'לעך איכא בשוקא

שליחה דורך זר זהב »

ס'דערנעטערט זיך שוין דער הייליגער טאג, דער גרויסער טאג, דער פארכטיגער טאג, דער טאג וואס האט טראנספארמירט דעם טמא'נעם אמעריקע; דעם ארץ אוכלת יושביה צו א מקום וואו ארגינעלע אידישקייט וועט בליען און וואקסן!

דער טאג אויף וואס איך קען זאגן מיט'ן פולן צוטרוי: אי לאו האי יומא, כמה זר'ס איכא בשוקא!

אי לאו האי יומא, האי יומא דקא גרים וואלט געווען ידי זר'ים שלטו בנו!!

אהה... כ"א כסליו, א טאג וואס רופט ארויס פרייד, שמחה דקדושה ביי יעדן - לאו דוקא סאטמאר - ערליכן איד אומעטום. איז דארף מען דאנקען ה' יתברך פאר די ניסם וואס ער האט געטון מיט מיר און מיט מיינע עלטערן און מיט מיינע אור עלטערן וואס האבן ב"ה אויך איבערגעלעבט די מלחמה און זיי האבן זיך מדבק געווען אין דעם איש אלוק', דאנקע ג-ט אשר לא השבית לנו גואל. ער האט אונז איבערגעלאזאט אן איש על העדה, איש אשר רוח אלוק' בו. (איש בגימט' סאטמאר)

אין דעם הייליגן יו"ט כ"א כסליו וועל איך נישט שרייבן דא בכלל, אנגעהויבן פון דינסטיג נאכט 72 ר"ת. איך פיר זיך אזוי ווי חוה"מ. און די בני בית טוט אויך נישט קיין מלאכה שאף הם היה באותו הנס.

בדרך התורה נלך, באש ובמים!!

בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו.

אוי יוי בך בטחו אבותינו, בטחו ותפלטמו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו, אליך זעקו ונמלטו בך בטחו ולא בושו.

אוי חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 30 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר