פרענקלין איז צוריק- 'ך טו תשובה!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

פרענקלין איז צוריק- 'ך טו תשובה!

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ך' טוה תשובה, יא יא איר הערט גוט, נישט נאר דבלה קען תשובה טוען 'ך קען אויך. 'ך האב טאקע נישט אזא דראמאטישע געשיכטע ווי דבלה האט געהאט בשעתו ; בעלי חובות, אכט קינדער, עסקנים רבנים ושאר מרעין בישין. אבער פון דער אנדערע זייט האף 'ך אז 'ך וועל נישט אזוי שנעל חוזר לסורו זיין ר"ל ווי ער.
דער אמת איז 'ך פארשטיי אינגאנצען נישט דעם דבלה. קודם פראקלאמירט ער מיר ברבים דא אז זה הא, דאס איז עס! ער טוט תשובה! ער גייט צוריק אנפאנגען שרייבן אינגרויסן. עס נעמט נישט קיין גאנצע מעת לעת און שא שטיל, מען הערט נישט פון עם, מען זעהט אים נישט פארשווינדן ווי דער פאריעריגער שניי. (שוין באלד ווי קינות גירושין, עפנט מיר אן אשכול "דא בין איך", ווי, וואס, ווען, ער איז איבעראל אויסער דא).

אז איך דארף דעם דבלה דן זיין לכף זכות, וואלט געווען די ערשטער לימוד זכות אז ער איז געשטראבן חלילה. נאר וויבאלד 'ך וויל נישט הרג'נען קיין מענטש, וועל 'ך ענדערש זאגן אז די וויליאמסבורגע מולאַס האבן אים דערווישט, זיי זענען דערגאנגען זיין אידענטיטעט און אים געסטראשעט מיטן ארגסטן. זאל דער אייבישטער העלפן ער זאל זיך קענען ארויס דרייען פון זייער ציין און נעגעל, זיי זאלן נישט האבן קיין שום שליטה אויף אים, ווי פלעגט דער רבי זאגן: עס זאל זיך ביי אים נישט צוקראצן אפי' דאס נאגעל פונעם קליינעם פינגער. עניוועי העמער לאזן דעם דבלה מיטן לאנגן ענדע ך במנוחה.

די סיבה פארוואס איך בין צוריקגעקומען איז פשוט ווייל קופערניקוס האט געסטראשעט מיט א הונגער סטרייק, ער זאגט ער וועט עסן נאר שיטערע עסן און שאר ירקות ווי לאנג איך קום נישט צוריק. דאס ווייב זיינע האט מיך אנגעקאלט היסטעריש (כ'קאן זיך מיטן קופערניקוסע רעבעצין ווייל איך בין עוסק אין שלום בית, כ'וועל מאריך זיין איבערדעים אן אנדערע מאל) אז כ'זאל זאפארט קעיר נעמען פונעם רב, ער זאל שוין אנפאנגן צוריק צו האקן און בריקעווען כמקדמת דנא. אלזא קופערניקוס טייערע, זייט וויסן איך בין צוריק דא, איר קענט ווייטער עסן פרישטאג רויטע לאקס און ביצים מעוגלות, און אויף נאכטמאל קענט איר ממשיך זיין כמנהג אבותיך ורבותיך; האקן ברוסטן פלייש מיט רויטע בורגענדע וויין, און ווייסע לעבערלעך גע'טובל'ט און איילבירטן אויל פאר נאך שפייס. דער עיקר איז אינזינען האבן שלא להנאות גופי. סיגופים זאלסטו איבער לאזן פאר מתנגדים און משכילים זיי ברויכן עס, ווער ס'זינדיגט דער זאל פאסטן.

דאס תשובה טוען בין איך אויך תולה אין ממי שאמרו'ס ערליכע תפלה וואס ער האט מתפלל געווען פון טיפען הארצן אמר רבי בנימין כו' (אויפן עצה פון קאווע טרינקער), ווי זאגן די באבעס: א אידישע תפלה ווערט נישט פארלארן.

ס'איז פארלאפן כמעט צוויי וואכן זינט כ'האב אפגעשריבן מיין לעצטע הודעה דא אין שטיבל. זינט דאן זענען פיל וואסערן אריבער געלאפן און סועץ קאנאל, די כנרת איז אויסגעטרוקענט און צוריק אנגעפילט געווארן (מסתמא, כ'שטעל עס אויפן חזקה), אויך דא אין קאווע שטיבל האבן זיך זאכן גענדערט. (איינע פון די זאכן וואס באלאנגט נישט און די שמייכל אפטיילונג, אבער עס קען נישט איגנארירט ווערן, דאס איז די צענדליגע אשכולות וואס האבן זיך געפענט מחמת דעם שרעקליכן טראגעדיע און וויליאמסבורג, כ'האב אלע געליינט, און איך האב מיט געוויינט מיט כמעט יעדע איינס, כ'האב אויך געוואלט שרייבן עפעס, אבער דאס פעדער ווערט מיר שטום און אזא צייט).

קודם, די ערשטע זאך וואס אפי' א בלינדער קען באמערקען איז אז זר זהב איז צוריק, און צוריק מיין איך צוריק! פול טיים!, די קרוין טוט ער זיך בשום אופן נישט צוריק אן זכר לחרבן, אבער תגובות שרייבט ער און גרויסן, ער פליקט, חוזקט אפ, קאמפלימענט, לייגט בילדער די קינדער, בקיצור זר זהב בתפארתה.

כ'האב אויך פארפאסט א נייע סומעטאכע פונעם חשוב'ן באס דרייווער, כ'מוז דיר זאגן באס-דרייווער איך בין בכלל נישט אין שאק פון דיין מעשה, ליידער האב איך עס שוין מיטגעהאלטן אזאנס און ענליכס מער ווי איינמאל, אזוי גייט עס מיט מיינע אומפאראנטפארטליכע קאלעגעס, די פסכילאגן, טוען אן אזעלעכע געמיינהייטן און פירן זיך אויף אזוי אומפראפסינאל און פארשעמען אונז אלע.
בדרך אגב דו ווייסט נישט וואס דו האסט אפגעטאן מיט דיין אוואטאר די בילד פון מאנסי טרעילס. כ'הער זאגן אז יעדער איז חושד דארט דעם צווייטן, אז ער איז דער יעניגער וואס שרייבט און קאווע שטיבל. בקיצור ס'איז הויך יו"ט.

אויך האבן מיר אריינבאקומען א טוץ נייע ניקן, אפיינעם שרייבער, מאראנצן-זאפט האט זיך אריבער געגאסן פון תורה און מחשבה אין פארברענגען אריין. חזקיהו המלך האט ערשיינט עם כתר מלכות בראשו. אז מען מאכט א סך הכל האמער שוין "בית שני" "חזקיהו המלך" "שלמה המלך". נאר אשמדאי פעלט אונז אויס, עס דאכט זיך מיר אז אשמדאי האט שוין אמאל געוואלט ווערן דא א ניק, נאר גבאי ראשון ושני ושלישי האבן אים נישט אנגענומען מיט דעם אויסגעדראשענע פאלעסי: "דער ניק אשמדאי קען נישט אנגענומען ווערן עס איז דעגראדירנד".

אויך האבן מיר א נייעם שרייבער יואב. עס זעט מיר אויס ווי יואב האט נארוואס פארלוירן זיין אמט אלץ רעדאקטער פונעם מארגן זשורנאל. יואב טייערער האסט טאקע אן עלעקוואנטן שפראך רעדסט א פורמאלע אידיש, אבער מעגסט רעדן אביסל מער מאמע שפראך עס שאט נישט גלייב מיר.
שיעור נישט פארגעסן פון "בעל הבית" אויך א נייער ניק, נייעס קוועלער געבן איבער אז ער איז ארויפגעקראכן אויף קופערניקוס רוקן און וויל נישט אראפגיין, (כ'פארשטיי אים דעם "בעל הבית", איך וואלט אויך נישט אראפגעקראכן פון זיין רוקן, אז מען עסט ברוסטן פלייש מיט לעבער אין איילבירטן אויל וואקסט אויס א קישעלע אויפן רוקן. כ'מיין ס'שטימט מיט כח הפועל והנפעל).

עניוועי און דו נעקסטע פיר און צוואנציג שעה האף איך אויסצוטיילן לייקס רעכטס און לינקס פאר אלע גוטע מאמרים און תגובות וואס כ'האב פארפאסט צו געבן און די לעצטע צוויי וואכן. נאך פיר און צוואנציג שעה פון יעצט, ווער עס שפירט זיך ב'עוולה'ט, ד"ה ער האלט אז ער האט געשריבען א גוטע תגובה און איך האב אים נישט געלייקט, זאל מיר עס איינמעלדען אין אישי און איך וועל עס מתקן זיין בל"נ. רבותי עס איז נישט קיין בושה אפבעטן א פארדינטע לייק איך טוה עס אסאך מאל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר