ווערטער-בוך פאר סמייליס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

ווערטער-בוך פאר סמייליס

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ווען איינער שרייבט א הודעה אדער תגובה האט ער אייביג א ברירה אין דער זייט צוצולייגן אלע מינע סמייליס און פנימער. למעשה שטייט נישט קלאר דארט וואס יעדעס פנים מיינט, און אסאך מאל קען מען צוקומען צו גרויסע מכשולות, למשל דער נותן מיינט א גוט ווארט, און דער מקבל נעמט עס אן פאר א קללה.
על כן האב איך געטראכט עס איז שוין העכסט צייט צו מאכן אזא קליינע ווערטער בוך מסביר זיין פארן ציבור גענוי וואס יעדער פנים מיינט, אזוי העמער נישט אויסקוקן ווי דער דור הפלגה
דער עולם קען זיך דינגען כ'זאג נישט קבלי דעתי,
וזה החלי:

חיוכים ומחמאות
:) דאס מיינט א לייכטע שמייכל, בערך אזוי ווי דער רבי האט זיך אונטער געשמייכעלט פאר א האלב אומגעלינגענע וויץ פון רעב עזריאל אין נעפענעיק.

:D דאס מיינט א גלעכטער, און אנדערע ווערטער די וויץ איז געלונגען.

:lol: דאס מיינט אשפ"ג.

:P איך באלעק מיך די פינגער מיט דיין וויץ, דאס הייסט אויסער א א לאך קען מען פון די זאפט זיך רויט מאכן דעם צינג.

:twisted: דאס איז א שמייכל פאר אזא פורים וויץ למשל אזא וויץ ווי סומכעס ףורימ. (אדער די ענדע ך פון דבלה)

:like דאס מיינט אן אגודל, עס איז עפעס אזוי ווי א לייק, עס קען ספעציעל צוניץ קומען פאר אזעלעכע ניקס ווי חשבון און בדחן וואס האבן אויס גערופן א חרם אויף'ן רעגיולער לייק קנעפעל,
אדער קען עס אויך צוניץ קומען פארן אלגעמיינעם ציבור ווען איינער וויל געבען מער א פליישיגער לייק.
אדער ווען איינער וויל געבן מער ווי איין לייק פאר א תגובה.
אדער ווען קופערניקוס האט נישט זיין אידישע קיבארד מיט זיך, און וויל זיך נישט צוברעכן די ציינער מיט פארהאקטע ענגלישע ווערטער, אבער דאך וויל ער ווייזן זיין גרויס צופרידענהייט פין א געוויסע תגובה מאכט ער א גאנצע שורה פון די סחורה און דאס דינט פאר א גאנצע אידישע פאראגראף.


כעס ורוגז, (ובכיה)
:( יוא פיסט מי אוף.

:cry: יוא פיסט מי אוף מיט א שאלה צום סוף, ווי איינער פרעג: זענט איר באוויסטזינוג מיטן אויבערדערמאנטן פאקט ?, (וי"א איך וויין)

;) מיינסט עס ערנסט?



שאלות ותמיהות
:o איך חלש.

:shock: די אויגן עפענן זיך אויף פאר שאק, אזא בחינה למשל ווען וועבערמאן האט פארלוירן.

:roll: איך ראלל מיינע אויגן, כגלייב נישט וואס כ'לייען דא ס'זיכער א טעות, למשל ווען ברוך מרדכי איז באפרייט געווארן.

:?: דאס מיינט א שאלה וואס איך ערווארט א תשובה.

:idea: דאס מיינט א שאלה וואס איך ערווארט נישט קיין תשובה, און אויב מיינסטו אז דו האסט יא א תשובה טראכט עס גוט איבער פארדעם, ווייל דו האסט א טעות.


שאר ירקות
:mrgreen: קללה (למשל די הערשל קלאר לחש).

:arrow: די עקזיט צו אייוועלט איז דארט.

:geek: :ugeek: דאס מיין איך איז נאר געמאכט פאר ספאנישע, ערשטענס ווייל איך קען אפילו נישט אנהויבן טראכטן וואס דאס מיינט, צווייטענס זעהן זיי אויס ווי ספאנישע[/quote]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר