די מנהג פון הארטע אייער און פסח

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
לבי במזרח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 596 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 95 מאל

די מנהג פון הארטע אייער און פסח

שליחה דורך לבי במזרח »

נו..... די דיבור!
וויאזוי קען מען רעדען אזוי אויף א הייליגע מנהג ישראל, "פארשטינקען"?

זכורני ימים מקדם, ווען איך פלעיג פאהרן אויפ'ן subway אין חול המועד. די באחנט'ע חסידישע קינדערלעך האבען געגעסען (געהאקט בלע"ז) "סנעק" אויפ'ן טרעין.

אזויווי מ'עסט דעך נישט קיין פאטעטא טשיפס אום פסח - יעדער קען אויסהאלטען זיבען טעג אנע נאשעריי. נישט אזוי?- איז די סנעק באשטאנען פין פיינע פרישע נארהאפטיגע הארטע אייער און אביסעל קריספי פאפער מצות ציצובייסען.

די גערוך פין די אייער האט זיך געשפירט אינעם גאנצען טרעין. די noise ווי די זיסע ציינדעלעך צימאלען די מצות האט אריין געדרינגען אין יעדעמ'ס אויער, אבער ס'האט נישט אפגעשוואכט די אייער-גערוך וואס האט זיך געטראפען א וועג אריין אין יעדעם'ס נאז לעכער, אין פין דארטען צי די לונגען אין אזוי ווייטער.

די נארישע גוים ( גויטעס אויך, אבער צוליב עניני קדושה, באצי מער זיך נאר צי די זכרים. וד"ל) האבען נישט געהאט קיין ברירה אין האבען אויכעט אריין גע'אטעמט די פיינע אייער גערוך. פארשטייט זיך אז זיי האבען נישט געהאט קיין אהנונג איבער די טיפע באדייט פין די מאסיווע אייער געגעסעכץ וואס שטייט אונטער די שארפע גערוך.

וואס פארשטייט דען א גוי?
דער גוי יאגט זיך אהיים נאך א טאג ארבייט, ער ווייס נישט פין קיינע מצות, בארשט, מאסט, בחצי-הלילה סעיל, פאלשע-פיש, געברוקס ect;
על אחת כמה וכמה, קל וחומר. בן בנו של קל וחומר אז דער גוי ווייסט נישט פין די אייער געקנאקעכץ.

מיינסטו דען אז מיר האבען זיך וויסענדיג געמאכט פין זייערע שפיזיגע בליקען ?
א ודאי נישט!
דער גוי האט אונז סייווי פיינט.
מ'גיי מער זיך נישט חאנפענען צי די טמא'נע גוים דורעך אויף געבען -אדער אפילו אפ שטיפען מיט אביסעל צייט- די הייליגע מנהג פין אריין ריקען אייער אום פסח.

מיר זענען נישט ווי די מאדערנע יודן וואס זאגען אז "ס'איז נישט שיין צי עסען אייער אויפ'ן טרעין , ווייל ס'שטינקט! אין ס'איז א חילול השם".
וויאזוי קען א יוד אזוי רעדען?
ווי קען מען ניצען אזא מיאוסע ווארט: "שטינקט" אויף א אור אלטע מנהג?
איך ווינדער מיך צי זיינע אייניקלעך וועלען נאך זייו יודן בכלל.
צי ווייס ער דען נישט אז ירבעם בן נבט, דבורי פעלדמאן, אחאב הרשע, פערי רייך, דתן ואבירם אין דאס גלייכען האבען אלע אזוי אנגעהויבען ? אנפאנג וויל מען נאר געפעלען פארען גוי, זיך חאנפענען צי זיי, אין דערנאך גליטשט מען ביז'ן תהום אריין. דאס איז דאך דברים פשוטים.

אבער מיר הייליגע יודען ווייסען קלאהר וואס מיר האבען צי טיהן. מיר זענען שטאלץ מיט אונזער גלויבען אין מיר וועלען נישט ווערען נאך געשלעפט נאך די מאדערנע ווינטען.
דער גוי קען טראכטען וואס ער וויל, דער מאדערנער יוד קען זאגען וואס ער וויל, דער אויבער חכם קען שרייען וויפיל ער וויל... מיר וועלען זיך נישט לאזען פארפירען.

אלזו, נעקסטע מאהל ווען די חאפסט א גוי קיקען אויף דיר -אדער אויף דיינע קינדערלעך- ווען זיי עסן אייער אויפ'ן טרעין: נעם ארויס א איי פינעם בעג, קיק איהם גראד אין די אויגען אריין אין מיט דיין בעסטע ענגליש זאג נעם:
Sir, do you want one ? Here is one for you!
וועסטי זעהן ווי דער אנטיסעמיט וועט זיך באגראבען פאר בושה.

שוין. ביי. געניג פאר יעצט.

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר