אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע פאלקס מעשה'לעך

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע פאלקס מעשה'לעך

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:17 am

אלטערנאטיווע ענדינגס צו באקאנטע מעשה'לעך,
ווער ס'וויל קען צולייגען.

............גרונעם איז קיינמאל פון די חסידים געווען, קוים אמאל געהערט פון זיי. זיין קריינדל האט גראדע יא געהערט פון זיי און אז אידן ווערן כסדר געהאלפן ביי זייערע רביים. האט זי אים אנגעהויבן צו דערקוטשען ער זאל פרובירן דעם מיטל אפשר וועט פון דארט קומען די ישועה.
וואס דרייסטו דעם קאפ! האט גרונעם זיך געאייסערט, איך קען זיי נישט! כ'האב מיט זיי קיין געטועכטס וואס וועלן זיי מיר שוין קענען העלפן.
קריינדל האט געהאלטן אין איין מוטשען אבער ער האט זיך נישט געלאזט.
און טאקע צום סוף נאך אפאר וואכן וואס קריינדל האט אריינגעהאמערט אז גרונעם זאל פארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז גרונעם האלט נישט ביים גיין און ער איז טאקע "קיינמאל נישט" געפארן.........



........איך וועל דיר ארויסווארפן אויף די גאס! - האט דער פריץ געשריגען א בייזער, - דו קומסט מיר שוין פיר מאנאטליכע ראטעס! - האט חאצקעל געהערט זיין אויבערהאר ארויסזידן פון צווישן זיינע ציין.
ס'איז נישט געווען קיין ברירה, חאצקעל האט איינגעפאקט זיין טארבע מיטנעמענדיג אביסעלע שפייז און געפארן צום רבי'ן.
אנקומענדיג האט ער געזען גאנץ א "קליינע" שורה ווארטן אריינצוגיין צום רבי'ן, ס'האט נישט אויסגעפעלט קיין פראטעקציע אדער הויכע שליכצן דער גבאי זאל זיך באפאסן מיט אים.
דער רבי האט געפרעגט, פיר חדשים נישט באצאלט?? ווייזט זיך אויס דער קרעטשמע ביזנעס איז נישט פאר דיר, כ'מיין זאלסט גיין צו בי ענד עידש. צום סוף האט א צווייטער מער טויגליכער איבערגענומען די קרעטשמע און אלץ באצאלט אין צייט דער פריץ איז געבליבן לעבן ביז די דריי און ניינציג.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4321 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 9:52 am

... און די וואלף האט אריינגעטאנצן אינעם הייסן טאפ וואסער, ס'האט טאקע געזידט און געגליעט, אבער די הונגער האט אים געטריבן. אין איין אויגן בליק איז דער וואלף ארויפגעשפרינגן און צופליקט די דריי פיגיס און זיי אפגעלעקט ביזן גיד הנשה. נאכדעם איז דער וואלף געבליבן לעבן אין זייערע הייזער. די ציגעל'נע הויז איז געווען זיין היים פאר די ווינטער, די שטרוי'ענע איז געווען זיין זומער היים, און אין די האלצער'נע הויז האט ער געעפענט א עמעזאן ביזנעס.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2505
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3845 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:00 am

......זיין חכמה האט גע'שמ'ט אינעם גאנצן געגענט, פון איבעראל איז מען זיך געקומען שואל עצה זיין מיט אים. ביז ס'איז אפילו אנגעקומען די שמועה צום קעניגליכן פאלאץ. און דער קעניג האט באשלאסן אויפצונעמען דעם ר' שלמה אלס זיין הויפט פינאנץ מיניסטער.
פארשטייט זיך אז דאס האט ערוועקט קנאה ביי די לאנגיאריגע גוי'שע מיניסטארן, זיי האבן געקריצט מיט די ציין אבער גארנישט געקענט טון.
ביז ביז צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז טראץ וואס ר' שלמה האט געהייסן א חכם אין דער שטאט פון ווי ער איז געקומען, האט ער אבער נישט געטויגט צו אזא הויכע פאזיציע ביים קעניג... דער פריערדיגער גוי'שער פינאנץ מיניסטער איז בעסער געווען און איז צוריקגעקומען, און דער איד שלמה איז געווארן אפגעזאגט נאר צוליב ריין פינאנציעלע סיבות..
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4321 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:07 am

מאטי האט געשריבן:............גרונעם איז קיינמאל פון די חסידים געווען, קוים אמאל געהערט פון זיי. זיין קריינדל האט גראדע יא געהערט פון זיי און אז אידן ווערן כסדר געהאלפן ביי זייערע רביים. האט זי אים אנגעהויבן צו דערקוטשען ער זאל פרובירן דעם מיטל אפשר וועט פון דארט קומען די ישועה.
וואס דרייסטו דעם קאפ! האט גרונעם זיך געאייסערט, איך קען זיי נישט! כ'האב מיט זיי קיין געטועכטס וואס וועלן זיי מיר שוין קענען העלפן.
קריינדל האט געהאלטן אין איין מוטשען אבער ער האט זיך נישט געלאזט.
און טאקע צום סוף נאך אפאר וואכן וואס קריינדל האט אריינגעהאמערט אז גרונעם זאל פארן האט זיך ארויסגעשטעלט אז גרונעם האלט נישט ביים גיין און ער איז טאקע "קיינמאל נישט" געפארן.........

איך האב מקובל אז די ריכטיגע גירסא איז אזוי: ר' גרונם איז געווען גאר א גרויסער תלמיד חכם, ער האט געהאט ש"ס ופוסקים אויפ'ן פינגער, און ער האט גע'טענה'ט אז אזא לאנגע נסיעה וועט ברענגען אסאך ביטול תורה. נאכדעם וואס ער האט געהאט א קראנקע טאכטער און זיין ווייב האט אים געמוטשעט, האט ער מחליט געווען צו גיין. וען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער אים געפרעגט פשט אין א שווערע תוספות. "דאס? מיין קלענסטער חסיד קען דאס ענטפערן," האט דער רבי געזאגט מיט דערנידערנדע ביטול. צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער קלענסטער חסיד קען קוים אלף בית, און דער רבי קען אפשר אביסל אגדתא דרבב"ח. דער תלמיד חכם האט זיך צובייזערט אז אזא עם הארץ וואגט זיך צו זאגן שלשידעס תורה און פארקרימען פשט אין פסוק, און ער איז אן אויפגערעגטער אהיים געפארן. זינט דעמאלט איז ר' גרונם געווען דער גרעסטער מתנגד צו חסידות.
און די קראנקע טאכטער? מ'איז געפארן צו א גרויסן דאקטער און ער האט איר אויסגעהיילט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8027 מאל

הודעהדורך אוהב דעת » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:08 am

ur guys r good, keep it up ,
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 344
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:22 am

איך ווייס נישט אויב עס קומט אין דעם אשכול וואס איז מיוסד צו ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן, אבער אן אינטערעסאנטע זאך איז דא פון רבי נחמן מברסלב וואס ער האט דערציילט מעשיות וואס איז געווען אנגענומע פאלק'ס מעשיות, און ער האט עס געענדיגט אויף אן אנדערע וועג ווי אזוי די וועלט דערציילט עס.
איין מעשה וואס איך געדענק יעצט איז די באקאנטע מעשה פון א קעניג וואס האט גענומען צוויי מענטשן אז זיי זאלן אים דעקארירן א פאלאץ, און איינער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורבו און געענדיגט זיין חלק מיט גרויס פראכט, און דער צווייטער האט געפוילעצט ביז עס איז געקומען די סוף זמן און ער האט זיך געכאפט אז יעצט איז שוין צו שפעט אנצוהייבן, האט ער געלייגט גרויסע שפיגלען אויף זיין חלק, אזוי אז אלע שיינע זאכן וואס דער ערשטער האט געמאכט האט זיך אפגעשפיגלט אין זיין חלק.
די וועלט ענדיגט די מעשה אז דער קעניג האט גענומען א זעקל געלט און עס געלייגט ביי דעם ערשטנ'ס זייט, און עס האט זיך אפגעשפיגלט אויף די אנדערע זייט...
אבער רבי נחמן ענדיגט עס אז דער קעניג האט זייער הנאה געהאט פון דעם צווייטנ'ס איידיע און ער האט אים זייער שיין באצאלט דערפאר.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4021 מאל

הודעהדורך יואליש » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 10:30 am

.... ראובן איז געבליבן גראבן אונטערן בריק ביז צופרי ווען א פארט אוטאראטי פאליציאנט האט אים ארעסטירט פארן מאכן א בור ברשות הרבים, און שמעון איז אהיימגעגאנגען און צובראכן זיין פריפעטשיק און איז געבליבן קאלט א גאנץ ווינטער מיט א הויפן ציגל אינמיטן קיך, און זיין פרוי האט געכאפט א לונגען אנטצינדונג. קיינער האט נישט געטראפן קיין אוצר און זיי האבן ביידע ווייטער געארבייט אין מצה בעקעריי פאר יארן לאנג. און מ'האט געמאכט טיי אווענטס צו חתונה מאכן זייער קינדער.

יארן שפעטער האט זיך ראובן'ס משפחה נישט משדך געווען מיט שמעון'ס משפחה, האבענדיג טענות אז ער האט זייער נאאיווע זיידע פארקויפט די ברוקלין בריק. ביידע משפחות האבן נישט געגעסן מצות פונעם אנדערנ'ס מצה בעקעריי און זיי האבן זיך גאר באשולדיגט אין עסן חמץ בפסח.
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2505
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3845 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:16 am

א באנדע לצים. אבי געשאסן ליצנות.
ברודערלעך, א שאד די צייט. ס'איז דא וויכטיגערס אויף דער וועלט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15121
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18120 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:18 am

...אלעקסיי האט איינגעשפאנט דעם וואגן און די גאנצע חבריה קדושה האט זיך ארויסגעלאזט אויף אן אומבאקאנטער וועג. פארענדיג א שטיקעל וועג האט אלעקסיי איינגעדרימעלט (נישט געכראפעצט,פשוט נישט געליטן דערויף) און האט אפגעלאזט די לייצעס.

מיטאמאהל!!! האט דער וואגן אנגעהויבן צופליען פון זיך אליינס !!!!! איבער פעלדער און וועלדער בערג אן טאלן סאיז טאקע נישט דורך קיין לאנגער צייט און פליצלונג...... טראך!!!!!!!!! דער פערד האט געגעבן א זעץ אריין אין א גראבן בוים סהאט אנגעהויבן צו ספינען .
איין פערד האט זיך גלייך ציפיצלט אויף 20 שטיקלעך....דער צווייטען איז געבליבן סטאק מיט אלעקסיי 16 פוס טיף און א טאהל ר וואלף קיצעס האט געמאכט א דאבל טאמבל סאוס ארויספליענדיג פון וואגן!! אן אנדערער פון די חבריה האט זיך צובראכן די ביין פונעם נאז!!!!!! דער בעש״ט איז אפגעקומען מיט א לייכטער קאנקאשן ... מהאט געברענגט א נייער וואגן און מהאט זיי אריינגעפירט אין שפיטאהל און דער מעזוביזצער הויף האט זיך פארשאפט א נייעם דרייווער.....
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4321 מאל

הודעהדורך ברעט מענינג » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:19 am

שמעקעדיג האט געשריבן:א באנדע לצים. אבי געשאסן ליצנות.
ברודערלעך, א שאד די צייט. ס'איז דא וויכטיגערס אויף דער וועלט.

כאטשיג האט מען וואס צי טון
אלעס מיט א שמייכל
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 11:51 am

לדעתי איז דאס איינס פין די בעסטע מערסטע יומערעס אשכולות.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך מאטי » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 12:54 pm

איך וויל מאכן א דיסקלעימער: איך גלייב באמונה שלימה אז דער בעש״ט האט געקענט מאכן קפיצות הדרך און פאר פיקוח נפש כדי צו ראטעווען אן אנדערן יוד וואלט ער זיך באנוצט מיט דעם כח.אבער אז מרעכנט צוזאם וויפיל מעשיות סאיז דא אויף דעם נושא בנוסף צו וויפיל אפארטוניטיס דער בעש״ט האט געהאט אין זיין לעבן צו אויספירן אזויפיל מעשיות לאזט זיך קלערן אז מיט די יארן איז האט זיך געמאכט אן אנפלוציע פון מעשיות א שטייגער ווי גייקאו קעמערציאלס און אויף דיזע איז דער וויץ צושטאנד געקומען ...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4321 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:12 pm

... דער חסיד האט אפגעמאכט אז ער מוז זעהן וואס זיין רבי דער קדושת גרשון זי"ע טוט ביי שיר השירים, האט ער זיך אריינגעגאנבענט אינעם רוק שאפקע. אזוי זיצענדיג מיט א צאפעלדיג הארץ קומט דער הייליגער קדושת גרשון אריין און הייבט אן שיר השירים, דער חסיד הייבט אן שפירן ווי ער האלט עס נישט אויס. פלוצלינג נעמט דער רבי ארויס א גוט שטיק קוכן פון ביזעם און הייבט אן אריינרוקן, א ציטער כאפט אים אן זעהנדיג א מאן אין ווייסן גיסט אן פאר'ן רבי'ן ארענדזש דזשוס. פון וואו איז די מאן אריינגעקומען? ער געט זיך בטעות א ריק אין שאפקע מאכענדיג א גערודער, דער רבי הייבט זיך אויף זעהן וואס דארט טוט זיך, ער ווערט גערעגט אויפן חסיד האקט אים די ביינער מ'פירט דעם חסיד אריין אין שפיטאל קריטיש פארוואונדעט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4199 מאל

הודעהדורך משה געציל » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:22 pm

ווען דער פישפשקאר זיצקעלעלאלאהא האט געליינט שירת הים האבן זיך די חסידים אויפגעהויבן די קאפטענעס, ווען מען האט גענדיגט שירה איז די שפחה שעל הים אריינגעקומען אין ביהמ"ד.
ר' חיימ'טשיקע זבל-טויבער פלעגט יאר יערליך שבועות אויף דער נאכט פארציילן די מעשה פון דעם געשפאלטענעם בער, עד היום איז מען נאכנישט דערגאנגען ווער עס איז געהאלפן געווארן פון די מעשה.
ר' שלמה'קע דאמבראווער האט אמאל געזאגט פאר זיינס א חסיד א עני ואביון מגוזלו אז ער זאל נעמען א טעפיך און זיך שטעלן ביים מארק און ער זאל נישט אוועקגיין פון דארט ביז ווי לאנג ער פארקויפט עס, דער חסיד האט אויסגעפאלגט דעם רבינ'ס ווערטער אזוי ווייט אז מען האט לעצטענס געפונען שפירן פון א סקעלעטאן וואס האלט א טעפיך ביים מארק און לייפציג.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2736 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 1:37 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:א באנדע לצים. אבי געשאסן ליצנות.
ברודערלעך, א שאד די צייט. ס'איז דא וויכטיגערס אויף דער וועלט.


ס'איז אמאל געווען אן אייניקל וואס איז געקומען באזוכן די באבע.
די באבע האט דאן געהאלטן אימיטן באקן פיינע קיכן און ס'איז געגאנגען א רויעך און א היץ.
דאס אייניקל האט נישט געקענט סובל זיין די הוץ, און זיך ביטער אפגערעדט דערויף.
האט די באבע אויסגערופן מיט פאטאס: אויב איר קענט נישט דולדן די הוץ זייט מוחל און פארלאזט די קיך!
זייט דעמאלט איז דער מנהג אז די דאזיגע אימרא ווערט איבערגעזאגט ביי יעדנספאל ענליך.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2370 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 7:52 pm

סאיז א זיסע אשכול.
אמרתי שיר השירים ל' יום ולא נענתי. קבלתי לפרסום.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3798
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4622 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1874 מאל

הודעהדורך לעיקוואד » דאנערשטאג אפריל 04, 2013 8:25 pm

ברסלבער האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב עס קומט אין דעם אשכול וואס איז מיוסד צו ארויפברענגען א שמייכל אויף די לעפצן, אבער אן אינטערעסאנטע זאך איז דא פון רבי נחמן מברסלב וואס ער האט דערציילט מעשיות וואס איז געווען אנגענומע פאלק'ס מעשיות, און ער האט עס געענדיגט אויף אן אנדערע וועג ווי אזוי די וועלט דערציילט עס.
איין מעשה וואס איך געדענק יעצט איז די באקאנטע מעשה פון א קעניג וואס האט גענומען צוויי מענטשן אז זיי זאלן אים דעקארירן א פאלאץ, און איינער האט זיך אריינגעלייגט ראשו ורבו און געענדיגט זיין חלק מיט גרויס פראכט, און דער צווייטער האט געפוילעצט ביז עס איז געקומען די סוף זמן און ער האט זיך געכאפט אז יעצט איז שוין צו שפעט אנצוהייבן, האט ער געלייגט גרויסע שפיגלען אויף זיין חלק, אזוי אז אלע שיינע זאכן וואס דער ערשטער האט געמאכט האט זיך אפגעשפיגלט אין זיין חלק.
די וועלט ענדיגט די מעשה אז דער קעניג האט גענומען א זעקל געלט און עס געלייגט ביי דעם ערשטנ'ס זייט, און עס האט זיך אפגעשפיגלט אויף די אנדערע זייט...
אבער רבי נחמן ענדיגט עס אז דער קעניג האט זייער הנאה געהאט פון דעם צווייטנ'ס איידיע און ער האט אים זייער שיין באצאלט דערפאר.

דא איז א שיינער אפהאנדלינג פון די היסטאריע פון דער מעשה און דער שינוי וויאזוי ר' נחמן האט עס פארציילט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3809
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5907 מאל

הודעהדורך בן תמליון » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:05 am

ווען דער הייליקער קאנטשינער א בן אחר בן פונעם בלינדן שרף פון אליק האט געזען דעם בערל בעל עגלה אין די קרעטשמע קלאפן די גלעזל מיט אנא די פויערטע, האט דער צדיק מלמד זכות געווען און געזאגט רבונו של עולם אפילו אין די שענק הייזער זענען דיינע בעל עגלות שומר נגיעה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן תמליון אום פרייטאג אפריל 05, 2013 12:15 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1455
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1535 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1878 מאל

הודעהדורך ברעט מענינג » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:12 am

נא איינער זאל שוין אראפלייגן די נארישע גראמען וואס מען זעט אייביג ביי די דערציילונגען פון צדיקים!
בערך אזוי,
גאט טיט אינז באשערן
יודן טוען זיך מערן
מיט נחת און פרייט
האט ער זיך אראפגעלייגט
אלעס מיט א שמייכל
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:40 am

.......דער רבי איז אריינגעפאלן אין א דביקות זיין פנים האט געפלאמט קיינער פון די ארומיגע האט זיך נישט געוואגט א ריר צוגעבן ענדליך נאך א פיינליכע דריי פערטל שעה געט זיך דער רבי א כאפ אויף אין זאגט בערל! ביזט א געהאלפענער!
בערל האט אין איילעניש גענומען דעם נעקסטע באן אהיים אנקומענדיג נאנט צו זיין הויז זעט ער ווי מלויפט אים שוין אקעגן דערציילן די גוטע בשורה אז דער קראנקער איז סאך בעסער געווארן.
ווען ער האט זיך נאך געפרעגט ווען פונקטליך סהאט זיך אנגעהויבן די סימנים פון די פארבעסערונג האט ער זיך געכאפט ביים קאפ סאיז געווען ממש פונקט 10 שעה פאר ער האט אפילו איבערגעטרויטן דעם רבינ׳ס שוועל והיה לפלא.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4321 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:48 am

מאראנצןזאפט האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:א באנדע לצים. אבי געשאסן ליצנות.
ברודערלעך, א שאד די צייט. ס'איז דא וויכטיגערס אויף דער וועלט.


ס'איז אמאל געווען אן אייניקל וואס איז געקומען באזוכן די באבע.
די באבע האט דאן געהאלטן אימיטן באקן פיינע קיכן און ס'איז געגאנגען א רויעך און א היץ.
דאס אייניקל האט נישט געקענט סובל זיין די הוץ, און זיך ביטער אפגערעדט דערויף.
האט די באבע אויסגערופן מיט פאטאס: אויב איר קענט נישט דולדן די הוץ זייט מוחל און פארלאזט די קיך!
זייט דעמאלט איז דער מנהג אז די דאזיגע אימרא ווערט איבערגעזאגט ביי יעדנספאל ענליך.

אריין אין אויסגעדראשענע זאצן אשכול:
viewtopic.php?f=10&t=3311
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15121
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18120 מאל

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג אפריל 05, 2013 12:57 am

ווי יארמער רב האט געזאגט

ביי מיר איז געשעהן פונקט דער זעלבער מעשה ווי יוסף הצדיק נאר מיט איין פרט אנדרעש. ביי מיר איז זי אנטלאפען נאקעט וכו'.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1629 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג אפריל 05, 2013 1:02 am

איחוד צו וואס שטעלסטו צו יארמער רב׳ס מעשה
בד״וו שכוח פאר דיין קאמפלימענט אויבן און פאר דיין יקר המציאה׳דיגער לייק.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4321 מאל

הודעהדורך יואליש » פרייטאג אפריל 05, 2013 10:03 am

.... אלע חסידים שטייען מיט די העלזער אויסגעצוגן אויף ארויף אווי גרייט פאר די שחיטה. יעדעס מאל א וואלקן ריקט זיך הערט זיך ברומען "אהההה." אבער ס'איז פארכמארעט ווי בי חוני המעגל. פארוואלקענט. קיין זכר פון א לבנה. דער הייליגער מיקעסויעבער רבי [שליט"א] זצ"ל שטייט פארזינקן אין זיינע מחשבות. דער הויז בחור האלט גרייט דעם לעדערנע קידוש לבנה זאגער, מיטן פירוש פונעם ערשטן מיקעסויבער קדוש זצוק"ל.

דער רבי עפענט אויף די אויגן און באפעלט אלע חסידים זאלן אהינגעבן זייערע פאטשיילעס. טאש טיכלעך זענען געקומען צו פליען ביז ס'איז געווארן א הויפן פון פאטשיילעס. נאכער האט מען זיך גענימען בינדן איינס צום צוייטן און מאכן איין לאנגע אחדות פון פאטשיילעס. חסידים האבן געזאגט אז די "מיקעסויבער פאטשיילע" האט געקענט ארומרינגלן די גרויסע מיקעסויבער בית החיים זיבן מאל. ביים עק האט דער רבי פארקניפט זיין אייגענע פאטשיילע, ביים אנדערען עק האט דער רבי באפוילן מ'זאל באהעפטן דעם הייליגן "ורחץ האנטוך" פונעם מיקעסויבער קדוש.

האלטענדיג דאס "ורחץ" עק, האט דער רבי פארבעטן יחיאל דער בעטלער זאל האלטן דאס אנדערע עק. אין שטעטל פלעגט מען זיך שישקען אז ר' יחיאל קאן די קליינע אותיות.

דאן האט מען אנגעהויבן דרייען די פאטשיילע ראופ, אז דער ריזיגע פאטשיילע איז געגיינגען עולה ויורד, מעלה ומטה, רצוא ושוב.

נאך דרי שעה דרייען האט דער רבי ארויפגעקוקט און אויסגעשריגן: "ס'איז דא א מיקעסויעבער לבנה!!! ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם אשר במאמרו ברא שחקים...."

מיט די צייט האבן מיקעסויבער חסידים מקפיד געווען נישט צו מאכן קידוש לבנה ווען ס'איז דא א זעהבארע לבנה, אדער אפי' א זידיטשויבער לבנה. קידוש לבנה האט מען געמאכט בלויז אויף א מיקעסויעבער לבנה - דהיינו ווען ס'איז פארכמארעט און ס'איז פארהאן קיין זכר פון א גשמיות'דיגע לבנה וואס איז נראה לעינים צוליב די מסך המבדיל פון די וואלקענעס אויף וועלכע די רבי האט זיך אויסגעדריקט אז זיי זענען "א שטיק גשם."
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2505
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3845 מאל

הודעהדורך מאטי » פרייטאג אפריל 05, 2013 11:33 am

... אן אייז קאלטער פראסטיגער נאכט געווען ווען דאס האט פאסירט שטורעמישע ווינטן האבן געיאוועט אן רחמנות געהאקט אין די לאדנס ווי צו זאגן איך וויל מיך אריין-ברעכן און אייננעמען אויך די אינעווייניגע.
אבער ווער וועט ברענגען נייע ליכט פאר חיים׳ל דער שטעטל מתמיד די לעצטע ליכט האבן נארוואס אויסגעצאנקעט
מיטאמאל הערט זיך שטארקע קלאפן ביים טיר אין אנהויב האט זיך אים געדאכט אז דער וועטער איז דער וואס האקט דארט.. ווי ער קומט צו נענטער און עפנט די טיר איז ער אין גאנצען פארוואונדערט געווארן נישט מער און נישט ווייניגער א געשטאלט פון א גאר אלטער צוברעקלטער בוים איז געליגען אראפגעטראסקעט ביים זייט פון טיר.....
די איבריגע נאכט איז קיינער נישט געקומען און ער האט זיך געמוזט ספראווען מיט די פינסטערניש...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4321 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט