אויסשליסליך צו קאווע שטיבל - דער היסטארישער "W" סאמאטאכע!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

אויסשליסליך צו קאווע שטיבל - דער היסטארישער "W" סאמאטאכע!

הודעהדורך יואב » מאנטאג אפריל 29, 2013 3:41 am

אנגעהויבן האט זיך עס זייער ארגינעל. די באקוועמע אונגארישע אידן האבן פשוט מחמת זייער אקצענט געצויגן צו פראנאנסירן דעם פארהאסטן W מיט א V.
כ'מיין זיי וואלטן זיך גאנץ גוט געקענט פארטיידיגן און א דיבאטע איבער דעם, אנווייזענדיג אויף די נידריגע ערלים וועלעכע אימעגרירן פון אזיע צו מזרח אייראפע, און זייער אקצענט איז אזש ארגער ווי די אזוי גערופענע ענגליש טיטשערס ביים היימישן ציבור.

צווייטענס, א האליקאסט איבערלעבער האט מען זיך געפרייד אז ער רעדט. זאל ער זאגן 'העוועס' סטריט מיט א פאריסענעם שטאלץ. גיי נאר קיין העוועס און קאך גוסטאש עסן, טרעף דיר מיט די נעיניס און שטראל פאר פרייד אז איר קענט פלוידערן אין אונגאריש ביתר עז.

מיט די יארן איז דאס טראנספארמירט געווארן אלס א חומרא, א לפנים משורת הדין אקט, א קדושה'דיגן איניצאטיוו, א הידור, אא"וו.
מ'שטיינס געזאגט, אז ס'קאסט מילא נישט קיין געלט, קען מען דאך זאגן א V אין ערזאץ. "דער גוי פארשטייט פונקטליך וואס איך מיין", האט אן אנטשלאסענעם אנהענגער פון דעם איינפאל זיך געוויצעלט פארענט פון א גרופע מסופק'דיגע אינגעלייט.

שפעטער איז דאס שוין אדאפטירט געווארן אלס אפיציעלע הארטנאקיגן אידילאגיע, און זיך באנוצן מיטן "W" לעטער האט אנגעהויבן קלינגען מאדערן.

יארן זענען זיך פארלאפן, און יעדער לפי ערכו האט זיך יא צו נישט באנוצט מיט דעם דאבעליו, אבער אן קיין פאדערונגען אדער פארלאנג פונעם טיפישן המון. אזוי ווי ס'גוי'שט זיך אזוי אידיש'ט זיך, און פארטיג. גיי שלאג זיך מיט א וועלט, ס'איז א שאד די צייט.

למעשה זעהנדיג דעם חורבן וואס דער מתיוונישער פעך W האט אנגעזייעט, ובפרט אין אזא אינטערנעט עפאכע, וואו מיט איין קנעפל קען מען אויסשטעלן לאנגע שורות דאבעליו'ס, און סקונדעווייז קען דאס געזעהן ווערן אויף א גלאבאלן פארנעם לכל מאן דבעי, האט א פארבאט אויף דעם W הנודע לשימצא ערהאלטן ברייטע שטיצע, און גענאסן פון ווארימע הילף צווישן די מאסן.

א פירענדע פיגור אונערהאלב דעם חרם קאמפיין איז געגאנגען אזוי ווייט ווי ערקלערן אז ס'ענדערש מ'זאל זאגן דעם "מ" ווארט, (מש*גע) ווי איידער זאגן דעם טרייפענעם דאבעליו. אן אויבער חכם האט אנגעפרעגט דערנאך צו ס'טאקע ממש אזוי, און ער האט זיך פשוט ארויסגעדרייט פון ענטפערן.

א צווייטער מער אן אגרעסיווער, איז געגאנגן א דעמאניסטראטישן טריט ווייטער, און בפומבי מתיר געוועזן איינצוקויפן ביי "וואל-מארט", אבי מ'זאל זאגן וואל-מארט מיט א V.
איבריג צו זאגן אז א שטורעם איז אנטשטאנען איבער אזא אומדערהערטן פסק, אזש ער איז געצווינגנערהייט ארויסגעקומען בריש גלי, זאגענדיג אז מ'האט פשוט און פראסט ארויסגענומען זיינע ווערטער פון קאנטעקסט. ער האט דאן קלארגעשטעלט אז דאס וואס ער האט מתיר געוועזן גיין קיין וואל מארט, האט ער זיך בלויז באצויגן איבער "צוריקטראגן" די עלעקטאראנישע כלים וואס מ'האנדלט זיך איין פאר סעזאנאלע צוועקן, און ווי פארשטענדליך דינען נישט די אידישע הייזער אלס וואל-מארט'ס סטאריטש, האט ער שטייף געדינערט. וואל-מארט זאל מוחל זיין און צוריק נעמען דעם הייצער נאך ווינטער, און דעם עירקאנדישן נאך זומער. מ'דארף נישט יעדעס יאר באזונדער זיך אמפערן מיט די נארישע נאש פארשטאפטע קלאץ קעפ פון וואל-מארט, וועלעכע אנדערש ווי אפילו א כיתה ב' אינגל פארשטייען זיי נישט אז אן עירקאנדישן נוצט מען בלויז זומער, און מיר דארפן נישט דערלייגן אין די ווינטער חדשים דערפון, בלויז פארן חטא פון ארויסנעמען דעם מאשין איבערן זומער. סארא חוצפה.

דער אנטי ''W'' קאמפיין האט געשלאגן פאזעטיווע און עפעקטירבארע ווארצלן איבער חרידישע צענטערן ארום דער גארער וועלט, און זאגאר אריינגעדרינגען אינעם ווייטן מזרח, וואו רוסישע דיפלאמאטן האבן דא געזעהן א געוואלדיגן געלעגנהייט זייערע בירגער זאלן קענען געניסן פון אזא שטרענגן W פארבאט, בבחינת מלאכתם נעשה על ידי אחרים. פילע מזרח אייראפעישע פילאנטראפן האבן פארשפראכן פינאנציעלע הילף, און דער קאמפיין האט זיך ארויסגעלאזט אין א צולאזטען קדאטשקעדיגן שוואנג. חתימות איבער אזא פלאן האבן זיך געוואלגערט ווי די טויטע בהמות נאך מכת דבר, און סימפאטיע פון אלע שיכטן און קרייזן, האט זיך געגאסן דאבעלט ווי די ווילד הפקירות'דיגע ספאנדזשאס וועלעכע טוהט פארפלייצטן די עקסטרעם שמאלע מאה שערים געסלעך, וואו אפילו בלעם'ס אייזל וואלט זיך נישט געוואגט צו פירן בלעם דארטן, אפגערעדט וויפיל קלעפ ער וואלט אריינגעהויבן דערפאר.

עטליכע געניטע היימישע ביזנעסלייט - "אידישע קעפ'' שטייצעך, האבן שוין געזעהן א אוצר פון גאלד . קונקורענטן צו ערצייגן סאפיסטאקירטע "W" פילטערס זענען אריין אין פול געירס, אזש איין טויגליכע אינגערמאן האט פארשאפט העידליינס ביים פארשפרעכן נישט נאר צו בלאקירן דעם טריפה'נעם 'W' בבחינת סור מרע, נאר זאגאר דאס באלד פארוואנדלען און א "V" בבחינת עשה טוב.

עטליכע מהרסים אשר קרך'ניקס אויף די יעניגע בלאגס, די איפכא מסתברא ניקעס האבן געפריווט ווי אלץ דאס קאלט צו מאכן, אבער דער גייסט פון רעוועלוציע האט מען געקענט טאפן אין די לופטן, און ס'האט שוין מער ווייניגער אויסגעקוקט צו זיין א רויט געפארבטן ריאליטעט, געזיגלט מיט הייסע בלאטע געמישט מיט ליים.

פראקטישע אובער חכמים האבן מחליט געוועזן צו באהאלטן זאפאסן מיט דאבעליו'ס, וועלענדיג איבערקלוגן דעם דראענדע W פארניכטונג,
אבער דאס האט זיך ארוסגעשטעלט צו זיין אזוי עפעקטירבאר ווי די איינגעמאכטס וואס די מצרים האבן ג'סטאריטשט איבערצוקלוגען דעם הונגער.

אבער דא האט דער וואלקאנישער סאמאטוכע ספאנטאן אויפגעריסן מיט אזא מאסיווען קראפט, אזש איבערלעבער פון די היראשימא אטאם באמבעדירונג גיבן איבער אז די דעמאלטסדיגע אויפרייס איז געוועזן ווי א קליין צאנקערדיגע שוועבעלע אנטקעגן אזא קראפטיגן שטורעמישע סאמאטוכע.

וואסו ????????????? האבן זיך די שוויציגע טעלעפאנען אומגעראכטן ארויסגעגליטשט פון אונטער די שיצבארע טורבאנס, און די צונאמישע מקווה כוואליעס האבן איינגענומען א זעלטענעם שטילקייט...

הערט און שטוינט!

אן אלטער 102 יעריגן היסטאריקער וועלעכע האלט זיך אויף צווישן די גרעניצן פון מאנגויליא און קאזאקסטאן, און גיבט אן צו זיין דער לעצט פארבליבענעם איד דארטן, האט אין א געהיימע אינטערוויו פאר א פראמינענטע היימישע אויסגאבע אנדעקט ווי פאלגענד: נאכדעם וואס די נאציס ימח שמם האבן ערצייגט די סאפיסטאקירטן V-1 מיסילס, האט יאאכים וואן ריבענטראפ ימח שמו וזכרו ביי א געהיימער דינער בכבודו ובעצמו אים אנטפלעקט, אז כדי צו ערזעצן דעם פארשאלטענעם דאבעליו ,פלאנירן זיי די מעכטיגע V-2 באליסטישע ראקעטן, וואס וועט ווי ארויסשניידן מיטן ווארצל דעם דאבעליו. און דאן ציניש צוגעגעבן מיט זיין וויסטע אנטיסעמיטישן גרויליגע האס, "דער דאבעליו וועט זיך אייניגן מיט די יודן אין אוישוויץ''.

א באלדיגע היסטארישע אפרוף אויף דעם דאבעליו פארבאט האט געשיקט טרייסלדיגע סיגנאלן איבער די אלוועלטליכע מידיא נעצן, און נמנו וגמרו אז ווער ס'וויל פראקטעצירן דעם דאבעליו מעג ווייטער לכתחילה האלטן דעם דאבעליו אלס איינע פון די 21 פאר'יתום'טע לעטערס אין ענגליש, והמחמיר תבוא עליו ברכה.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5819 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אפריל 29, 2013 7:47 am

יעס v קען.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5632
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7715 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג אפריל 29, 2013 9:56 am

א W איז דארף באמת זיין נאך א שטערקערע V קלאנג ווי V ווייל עס איז צאמגעשטעלט פון צוויי V'ס. די נארישע גוים פארשטייען דאס נישט
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5429 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מאנטאג אפריל 29, 2013 10:16 am

די זיסטע איז ווען די wanabe קילע זאגן W במקום V.

האסט געהערט? די wise פרעזידענט איז יעצט אויף wacation, ער איז געפארן מיט א גרויסע wan מיט די גאנצע משפחה.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7496 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מאנטאג אפריל 29, 2013 10:29 am

איך ווייס נישט פארוואס, אבער וויפיל איך מוטשע זיך ארויסצוזאגן דעם W ווי מען דארף, גייט עס נישט.
ווען איך דארף חזר'ן מיט מיינע טעכטער די ענגליש טעסט'ס פון סקול, פאלט מיר ארויס די ציינער, איך קען מיר נישט אן עצה געבן.
אפשר האב איך א הייליגע נשמה וואס לאזט מיר נישט ארויסזאגן דעם לעטער כדבעי?...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4015 מאל

הודעהדורך דעת תורה » מאנטאג אפריל 29, 2013 10:34 am

אויף אונגאריש נוצט מען נישט קיין w?
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4561 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1741 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מאנטאג אפריל 29, 2013 10:56 am

wow כמיין vov א שיינע קאנספיראציע. יש אומרים אז די פלאוריד וואסער ברענגט W שוועריגקייטן
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4179 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:00 am

דאס האב איך שוין פרובירט, א שטיק צייט נישט געטרינקן די שעדליכע וואסער, אבער עס האט נישט געהאלפן, קען זיין אז אפילו זיך וואשן מיט די וואסער איז אויך שעדליך...
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4015 מאל

הודעהדורך קופערניקוס » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:01 am

די קאווע דאהי איז אויך גענוצט מיט אלגעמיינע פאר'סמטע וואסער וואס די זקני ציון האבן אינאיינעם מיט די אילומינאטיס אריינגעגאסן אויפן באפעל פון ראטשילד און די גוטהייסונג פון די נייע וועלט ארדענונג.
קופערניקוס
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1369
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 2953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4179 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:05 am

דאס איז נישט יושר, אויב דאס איז אמת וואלטן די אויטאריטעטן פון קאווע שטיבל דאס געדארפט אריינשרייבן אין די טערמינאציעס און קאנדיציעס, אז מען זאל וויסן פון פאראויס אז דא קען מען פאר'סמ'ט ווערן. ה' ירחם.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4015 מאל

הודעהדורך בעל הבית » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:08 am

די גאנצע אשכול מאכט חויזק פון ערליכע אידן אז מיר האבן זיך נוהג געווען צו נוצן V אנשטאט W איז זיכער יסודותו בהררי קודש ווארט נאר ווען סוועט שוין שטיין אין מנהג ישראל תורה
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

הודעהדורך יואב » מאנטאג אפריל 29, 2013 9:41 pm

ראשעקאל האט געשריבן:א W איז דארף באמת זיין נאך א שטערקערע V קלאנג ווי V ווייל עס איז צאמגעשטעלט פון צוויי V'ס. די נארישע גוים פארשטייען דאס נישט

טאקע דאס איז געוועזן די כוונה פון די נאצישע רוצחים וועלעכע זענען קיין נארנים געוועזן. מ'וועט ערצייגן די V-2 ראקעטן, וואס נישט נאר וועט דאס נישט זיין אן איינפאכע V, נאר עס וועט זאגאר זיין שטערקער ווי אפילו א W.
און אט דאס האט טאקע געפירט צום ספאנטאנישן דורכפאל צום W פארבאט.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1609
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5819 מאל

הודעהדורך elter-zeide » מאנטאג אפריל 29, 2013 11:23 pm

one?
? Wאדער V איז א
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג אפריל 30, 2013 2:28 am

איך מיין אז אויף די אונגארישע וואלט מען נישט געקענט האבן קיין טענות ווייל זיי האבן געמאכט א שמור לי ואשמור לך פאקט מיטן אמעריקאנער פאלק זאגענדיג מיר געבן אייך נאך אייער פאהאסטן ח חחחעס און איר וועט אונז נאכגעבן דעם דאבעליו. און טאקע זייט דעמאלט גייען די אונגארישע נאר פארהאלישט צו שימהעס און צו האסינעס געבן מזל טוב נאר פארן האסען און מעהיטען. אזוי זענען ביידע זייטן צופרידען און שלום על ישראל.
אבער דער נייער דור אונגעריקאנע אידן זיי זענען געבליבן מיטן V און בויקאטן ווייטער דעם W אבער דעם ח האבן זיי ריקלעימט אלס זייערס אן אייגענטום .נאכדעם האבן זיי נאך טענות ווען די שוועסטער פונעם טיקעט טיילערקע שרייט הויך נאך 4 שעה ווארטן אינעם פ ס אפיס
Kkiam Hiam Chiam Yeke Yekkecheskel נאך א מזל זיין לעצטע נאמען איז נישט געווען חיימאוויטש ווען יא זיצט ער נאך דארט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מאי 05, 2013 8:42 am

יואV.
עי Vאן.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8467 מאל

הודעהדורך Atgan » זונטאג מאי 05, 2013 10:01 am

Wאט עי פיס אוו Wארק.
עד כאן היו הנביאים מתנבאים ברוח הקודש, מכאן ואילך הט אזנך ושמע דברי חכמים.

דיסקלעימער. מיינע תגובות ווער נישט געשריבן פערסאנעל, נאר פארן פובליק. ווען איך ענפער איינעם איז עס בבחינת שלא בפניו, און כאילו ער וואלט נישט געהערט.
Atgan
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 15, 2013 8:13 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 12, 2013 1:22 pm

הערליכער ארטיקל!
מענין לענין, קצת באותו ענין - ווי אזוי טראנסליטערירט מען wow אין אידיש? מאנכע שרייבן "וואו", אבער דאן קוקט עס אויס ווי "וואו" - Where. אפשר זאל מען מסכם זיין צו שרייבן "וואו" דווקא אויב מ'איז מקפיד צו לייגן א פתח אונטער דעם אלף, כזה: "וואַו".
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3743 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג מאי 12, 2013 1:33 pm

איך מיין אז יענע מאנכע שרייבן וואוו נישט וואו. אזוי געדענקיך

search.php?keywords=%D7%95%D7%95%D7%90%D7%95%D7%95+
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4198 מאל

הודעהדורך יאנקל » זונטאג מאי 12, 2013 1:55 pm

א סך שרייבן יא "וואו".

נאך א גראמאטישע פראגע אנבאלאנגט W. אויב מיר נעמען אן דעם כלל אז W ווערט טראנסליטערירט ווי "וו" אין אידיש, וואס איז אין פאל וואו ס'איז דא א מעגליכקייט יא צו שרייבן דעם W קלאנג אין אידיש? צום ביישפיל דער משפחה-נאמען פון דעם געוועזענעם סעקרעטערי אוו סטעיט Colin Powell וואס מ'קען עס שרייבן אין אידיש ווי "פאועל", וואס דאן הערט זיך דער W קלאנג, אדער דארף מען נאכגיין דעם כלל און שרייבן "פאוועל".
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3743 מאל

אויסשליסליך צו קאווע שטיבל - דער היסטארישער "W" סאמאטאכע!

הודעהדורך מי אני » מיטוואך מאי 22, 2019 8:58 am

איך האב געהערט פון הרב ישראל שולמאן פון פלעטבוש אז דער אות v איז (פון לאטייניש) גענומען פונ׳ם אות ו. דאס איז מקושר צום אות u (אין איר long פארמאט), פונקט אזויווי ווען מ׳לייגט דעם אות ו, מיט די נקודה מלופים, (למשל) פאר א ווארט. דעריבער האבן געוויסע (עכ״פ אין אלט Germanic ענגליש, אין געוויסע פעלער) אנגעהויבן אויפטוישן צווישן א v און א u (דעריבער זעהען די צוויי אותיות אויך אויס ענליך). יעצט, עס זענען געווען די וואס פלעגן אלס מעיקרא ארויסזאגן די העברה פון א v [ו׳] אלס א w, האט מען דעריבער אריינגעשטעלט א double u, וואס u איז מקושר צום v [ו׳] וכנ״ל.

https://www.dictionary.com/e/w/


Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
באניצער אוואטאר
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 470
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3563 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך מאי 22, 2019 11:49 pm

רעדענדיג פון די דייטשע מיט די לעטער V , איז אינטערסאנט צו באמערקען אז די דייטשע קאר פירמע VolksWagon באנוצט זיך סיי מיט די W און סיי מיט די V. ס'זעט אויס אז ס'דא אנדערע הלכות אין באוואריע. בפשטות W איז מער א V אזוי אויף יודיש. אבער די לעטער V אויף דייטש איז דומה צו די לעטער F. דאס איז באמת פשט פון די נאמען פון די פירמע VolksWagon, די פאלקס וואגאן, וואס דאס איז געווען אן איניציאטיוו פון דער נאצי'שע רעזשים צו דערהייבן דעם פאלק דורך דעם וואס פאר'ן פאלק וועט גרינגער זיין איינצוהאנדעלען אן אוטו.

יעצט, אויב דער V איז אן F , ווי אזוי הערט זיך עס, ווען מ'געבט רשות פאר א קליין קינד, בזה"ל, קענסט "וו"אקען אריבער די גאס...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2288
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2986 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט