קאווע שטיבל פרעזענטירט - דער צוויבל

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6180 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6309 מאל

קאווע שטיבל פרעזענטירט - דער צוויבל

שליחה דורך יואב »

דער אשכול וועט סערווירן דעם היימישן ציבור מיט נייעס, אנאליזן, און סתם קאפ פארדרייענישן, איבער פאסירונגען און געשענישן וועלעכע שפילט זיך אפ ארום דער גארער וועלט, און וועט אי"ה טעגליך ווערן אפדיעטעט דורך צאללאזע געניטע שרייבער, וועלעכע האלטן זיך אויף אונערהאלב די ראמען פון קאווע שטיבל.

שרייבענדיג די שורות, איז שוין טאג אינעם ווייטען אזיע, וואו כלל ישראל גרייט זיך צו פארשרייבן א פרישע קאפיטל אין איר גלארייכע היסטאריע.
מיר פארבינדן זיך מיט אליפאז הונטאוויטש, וועלעכע געפינט זיך יעצט אין אור כשדים, און איז פון די פירענדע סדרנים דארטן. ער וועט איבערגעבן א דעטאלירטן באריכט, איבער דעם גיגאנטישן מעמד הנחת אבן הפינה, וועלעכע וועט ווערן אפגעהאלטן בצילא דמהימנותא פון כ"ק אדמו"ר משטרויזאק שליט"א.

א גוטן אליפאז, דאס איז יואב פון קאווע שטיבל, וואס הערט זיך עפעס גוטס.
האלאו !!! ר' אליפאז איר זענט דא ? האלאו ???

יא, א גוטן יואב, און א גוטן אלע חשובע קאווע שטיבל ליינער.

אה, איך פריי זיך צו הערן אייער קול, די קאנעקשן איז עפעס נישט גוט, דער טעלעפאון קראצט.

יא, איך האב אייך נישט געקענט הערן, עניוועי, יעצט הער איך אייך.

דער חרידישער וועלט איז איינגעהילט אין התרגשות, און מיט שפאנעדיגע געמיטער ווארטן זיי צו הערן עפעס באריכטן פון אור כשדים איבער דעם מעמד רבתי. ב''ה איר האט די זכיה מיטצוהאלטן פון דער נאנט, ביטע גיבט א באריכט פאר די הונגעריגע ליינער דא.

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. ב'ה מ'האט זיך דערלעבט צו אזא לעכטיגן טאג, שהחיינו וקיימנו. נאט אייך א באריכט.

ובמקהלות רבבות
אור כשדים - צענדליגע טויזענטער וועלן היינט אווענט פארפלייצן די נמרוד גאס וואו עס וועט פארקומען דעם מעמד הנחת אבן הפינה בהשתתפות ראשי עם צום גיגאנטישן פאלאץ וואס וועט דינען אלס בית נאווה קודש פון כ'ק אדמור עטרת ראשינו משטרויזאק שליט'א.
צוזאמען וועט אפגעראכטן ווערן דעם דינער השנתי פארן יובל העשור, וואס צוליב א טעכנישע פארפלאנטערטן ערלה, האט זיך עס פארשלעפט און פארלענגערט צו א שמיטה.
אנשים נשים וטף וועלעכע קומען צו שטראמען מכל קצווי תבל, וועלן אנפילן די זאלן און די גאסן ארום, אזש פאר די גוישע שכנים וועט זיך דאכטן אז א פרישע מכת ארבה לאזט זיך אראפ אויף דעם ראיאן.

אנווייזונגען
עסקנים בעהטן מ'זאל לאזן די שרייב געצייג אינדערהיים, נאכדעם וואס עסקנים האבן נאך איבערמידליכע כוחות באוויזן אנצופירקלען אלע בית כסא'ס פון אויבן ביז אונטן מיט דעמאניסטראטישע אותיות, אז מ'זאל נישט פארברענען די נשמה מיט ליינען די טריפה'נע מאגאזינען, און ווי אויך ווער עס רייכערט איז א פאלנער רוצח. דאס פארשטייט זיך איז נישט אנגעקומען גרינג, וכל המוסיף גורע.
גלייכצייטיג בעהט מען, אז מ'זאל נישט אנשטאפן אלע 8 און אהאלב טאשן מיט אשר יצר פאפיר, נעמענדיג אין באטראכט אז מ'וועט דארפן אקאמאנדירן א גאר גרויסע צאל מענטשן, און ס'פארהאן א מספר מצומצם טישאוס.
א ספעציעלן טישל וועט זיין אראפגעשטעלט הארט לעבן די ארויסגאנג בוטקעלעך, וואו דער ציבור וועט קענען אראפשליידערן די טליתים מיט די גארטלעך.
אויב איינער שפירט אז הייסע לאווע וועט שפריצן פון זיין נאז יעדע 3 מינוט, זאל תופס זיין אומנות אבותינו, און כאפן א האנטוך פון מקווה וואו מ'וועט קענען אריינבלאזן כל מה שלבו חפץ.

א ספעציעלן ברייטע דרייער איז אראפגעשטעלט געווארן ביים מקווה געיט, בלויז איינער וועט דארפן צאלן, און זעקס בבת אחת וועלן זיך קענען אריינ'גנב'נען.
פאר די מער מאדערנעם עולם, וועלעכע שויערן זיך נישט בלויז ערב יום הקדוש פאר א חציצה, וועט זיין צוגעשטעלט שאמפאו אין אזאלעכע קליינטשיגע פלאסטיק בעגיס, ווי אויך וועט זיין א ברייטע אויסוואל פון כשרע זייף. גלייכצייטיג בעהט מען מ'זאל נישט זיין סעלפיש, און ווען מ'ענדיגט זיך זייפן, זאל מען נישט אריינווארפן דעם געניצטן זייפל אין מיסט, נאר דאס צוריקלייגן אין קאנע וואו אנדערע אידן וועלן הנאה האבן.

דער השקה פון מקוה איז כשר בתכלית הכשרות, תחת פיקוח ועצת רבני ודייני דקהילתינו. מילא בעהטן מיר די קדושים מ'זאל נישט יעדער באזונדער ארויסשלעפן דעם השקה שטאפער איידער מען רעכט אפ די טבילות, בכדי צו פארמיידן געדיכטע טראפיק.

וביתר שאת בעהטן די עסקנים די הייליגע לייט, ביטע זיך אפהאלטן פון פארשאפן צונאמישע כוואליעס אין מקווה, נעמט אין אכט אז עס זיצן אנדערע אידן אין בור מיט טרוקנע באבעלדיגע הויט און קלאצן אויפן שוויציגן דאך, וואו זיי זענען משלים די חלומות פון ביינאכט. און צו די חברה וואס גולם'ן ווענדן מיר זיך מיט א בקשה נחוצה. ביטע לאזט איבער אין בור א מאקסימום פון בלויז 5 האר, פארשטייט איר זענט נישט דער איינציגסטער וואס פארמאגט האר, מיר פארשטייען אז טאקע אין מקווה איז דער פלאץ זיך צו קראצן אלצדינג און אויסצוקעמען די פארקניפטען בארד, אבער געט א געלעגנהייט פאר א צווייטן אויך איבערצולאזן עפעס.

א משגיח תמידי וועט שטיין על ראש הבור מיט א פארגרעסערונג גלאז, וואו ער וועט זיכער מאכן עס שפילט זיך נישט אפ נישט דברים שלא יעשו.
און ווען איר וועט האלטן ביים 311'טען טבילה וועט ער מיט א בייסיגן קלאפ מיט די האנט אויסשרייען, אנטשולדיגט דאס איז נישט קיין סווימינג פאל, טובל'ן און ארויס.

א ספעציעלן דרעין איז אראפגעשטעלט געווארן ביי די קאווע, וואו דער עולם וועט קענען אראפגיסן דעם טיפה ראשונה, וועלעכע איז איינגעפירט צו טאן ביי אלע חסידישע קרייזן.

גענוי ווי ביי די זייף, בעהטן מיר אז ווער ס'דארף בלויז א האלבע קאצקע ציקער, זאל אראפבייסן האלב, און אריינוארפן די אנדערע האלב צוריק אינעם שיסל. דאס איז סיי צוליב ואהבת לרעך כמוך, און סיי בלתי לעבור על בל תשחית.

עס איז בשום אופן נישט ערלויבט צו כאפן בילדער, כידוע ווי ווייט די רבי האט פארפירט קעגן דעם, און זיך אויסגעדריקט מיט דאס ארגסטע. עס וועלן בלויז זיין א האנטפול פראפעסינאלע פאטאגראפירער ,וועלעכע זענען געדינגען געווארן דורך רבינו הקדוש זעלבס, להגדיל תורה ולהאדירה.

ריקודין של מצווה
דער שטרויזאקע קאפליע וועט עפענען דעם מעמד מיטן נאצינאלן הימנע פון אור כשדים, דערנאך וועט מען זינגן העיל טו דע טשיף וואו מ'וועט קלאטשן פאר כבוד קדושת מרן שליט''א, און די רבי שליט''א וועט בשעת מעשה משפיע זיין פאר אלע פארזאמעלטע. דערנאך וועלן די תינוקת של בית רבן זיך שטעלן אין א ליניע, וואו זיי וועלן א קוש טאן דעם צדיק'ס האנט.
באלד דערנאך וועלן זיך חסידים ואנשי מעשה ארויס לאזן אין טענץ, בתופים ובמחולות, און זינגען יחי אדונינו.

רבינו שליט''א ישא מדברותיו
אום 4:17 מיט 5 חלקים, יופיע רבינו בנהורא מעליא כדרכו, און רבינו שליט'א וועט לאזן הערן דברות קדשו, וואו צווישן אנדערע וועט ער ארויסטרעטן בשער בת רבים במחאה נמרצה, אויף דעם פירצה גדולה וועלעכע האט זיך אריינגעכאפט דווקא ביי די סלתה ומשמנה פון כלל ישראל. נעמליך, דאס שוידערהאפטיגן דורכברוך פון עסן ביי שאלעשידעס געפילטע פיש וועלעכע איז נישט געקנאטן געווארן מיט די האנט, וואס אחוץ דער פגם פון משנה זיין, איז מען עובר בריש גלי אויף תעשה ולא מן העשוי. ווי אויך וועט די רבי אדרעסירן דעם היסטארישן דאבעליו סאמאטוכע.(זעה דא.)

דחקל תפוחין קדישין
ווי נאר רבינו שליט''א וועט ענדיגן דעם פלאמפייערדיגן דרשה, וועט רבינו שליט''א זיך אראפלייגן אויף די ערד, שטויסן מיט די פיס בכוונות גדולות, און ווי פון א מאשין גאן זיך נעמען שיסן עפלעך וועלעכע זענען נחתם געווארן בטבעת המלך. פאר פרעמדע וועט זיך קענען דאכטן אז א קליין צעווילדיוועטע קינד ליגט אויף דער ערד און ווארפט באליס, אבער חסידים וועלן פארשטיין אז דאס איז בלויז א פרישן איניצאטיוו פונעם רבין פאר ביטול היש. ואשרי האיש אשר התפוח יפול בחלקו.

חלוקת מטבעות
נאך דעם עפל אויסברוך, וועט די רבי זאל זיין געזונט טיילן געבענטשטע מטבעות אויסגעקריצט צורת קדשו דערויף. מ'בעהט דער עולם זאל כאפן, ווייל ס'נישטא גענוג. מ'זאל ווארפן הוטן, צעפליקן שטריימלעך, רייסן קנעפלעך, פראסקענען מיט כח, און טיילן קלעפ ברציחה, וכל הקודם זכה.

ימים על ימי מלך תוסיף
נאך דעם מאורע יפליץ רבינו את הפעלץ שלו, דער אנטיק פעלץ וועלעכע מ'האט געמאכט פון פעהל פונעם ערשטן סקאנק, א קדוש מרחם אמו, וועלעכע די חבריה קדישא אליינס תחת הפיקוח של כ"ק רבינו שליט"א, האבן אפגעשינדעט די פעהל לעבעדיגערהייט, און דערמיט גענייט דעם הייליג פעלץ פארענט פונעם ארון קודש יום כיפור ביי נעילה.
ווי באוויסט טוהט רבינו שליט'א אן דעם פעלץ בלויז ביים כפרות שלאגן, און ביי שריפת חמץ, און כידוע האט זיך רבינו שליט"א אמאל אויסגעדריקט, "זאל ווען דער פראסטע המון וויסן דער הייליגקייט און חשיבות פונעם פעלץ, וואלט מען זיך געשלאגן צו קענען מנשק זיין דעם פעלץ, בשעת עס רוהט על גופו הקדוש".

דער רבי וועט דאן אראפנידערן צום טייך ווי דער טאטע זי''ע האט אויסגעשאקעלט די מצוות ביי תשליך, דער רבי וועט דאן א כאפ טאהן זיין גאלדענעם האק, און אויפברעכן די געפרורענע אייז.
דאן וועט די רבי כאפן א טבילה גדולה עד מאוד, און פארשווינדן ווערן ווי א סובמארין במצולות ים.
די קינדער וועלן מספיד זיין אויפן פלאץ שוין געקליידעט אין ווייסע בעקיטשעס, מ'וועט זיך הרג'נען כמעט ביז צום טויט, ולאום מלאום יאמץ, והחוט המשולש לא במהרה ינתק.

א גרויסן שכח ר' אליפאז, אויב איך קען אייך פרעגן עטליכע קשיות....

יא, אוודאי, אבער שנעל ווייל איך יאג זיך, איך דארף מסדר זיין אלע קארס פונעם עסקארד זאלן זיין געפארקט שיף, און די ווילד טאנצעדיגע לעקטערלך זאלן בליטשקענען ווי משוגע. איר ווייסט יואב, דא איז דאך נישט ניו יארק, די גוים פלאצן ממש פאר קנאה, זיי האבן נאך אין זייער לעבן נישט געזעהן אזא מצב. זיי קענען נישט אויפכאפן די קאודס אויף די 2 וועי ראדיאוס, און זיי שטייען מיט די נאז אריינגעקוועטשט אין די סובערבענס און באטראכטן די לייטס.

אקעי, פארוואס האלט איר אז דער אשכול באלאנגט נישט אין צימעס, כ'מיין....

הערט ר' יואב, דאס איז נישט בלויז צימעס, דאס איז די מייערן פון די צימעס, ווי דער רעביצין האט זיך אויסגעדריקט.

כ'הער. אגב ר' אליפאז , ווי ווייט איך פארשטיי זענט איר א דורכגעווייקטען שטרויזאק חסיד שוין יארן, צו וועלעכע פון זיינע קינדער פלאנט איר צו גיין נאכדעם וואס דער רבי שליט"א וועט כאפן דעם פארלענגערטן טבילה ?

או! דאס איז א פארווייטאגטע שאלה, יואב פליז, לאמיר לויפן, איך יאג זיך ווי משוגע. מיין ראדיאו האלט אין איין פאפן, די בעדזשעס פאר די סדרנים זענען נאך נישט פארטיג.

אנטשולדיגט פארן פרעגן דעם שאלה, נעווערמיינד ווי מ'זאגט אין ענגליש. אלענפאלס, א גרויסע יישר כח, זאל מען הערן בשורות טובות, כל טוב.

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט