וויפיל נעגלעך אויפן דאך - דער אויבן אן סינדראם

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

וויפיל נעגלעך אויפן דאך - דער אויבן אן סינדראם

הודעהדורך יואב » זונטאג מאי 19, 2013 7:38 am

(- מאנטאג פארטאגס. צוליב שמעקעדיג'ס הערה, וועלעכע איך האלט ער איז גערעכט, ווי אויך עטליכע פריוואטע הערות איבער דעם, שנייד איך ארויס דעם שטיקל ווי איך באשרייב די מיידל-).

ס'איז געבליבן מ'מאכט דעם וואכט נאכט היינט. דער שניידער האט נארוואס פארלאזט דעם הויז, און הגם דאס פיצל איז נאך עטוואס געהל, וועט דער בונד העכסט ווארשיינדליך פארקומען אי"ה מארגן.

שלייכט מען אריין אזאנע שמאלע בענק אינעם דיינינג רום, פרעגט מיר נישט ווי מ'דינגט אזאנע אומהומאנטערישע בענק. אז כ'וועל ענק זאגן דאס האט מען ארויסגעשווערצט פון גואנטאנאמא בעי אינמיטן דעם אומסוקסעספול פארשפארונג, בין איך ווייט נישט מגזם. אבער, אז אידן זאלן פרעסן אביסל פאטעטא טשיפס דערויף, צוזאמען מיט א זאפטיגן לשון הרע איז דאס פונקט גוט.

דער מער פונקטליכער זיידע איז שוין דא, און זיצט שוין נערוועזערהייט אויפן אויבן אן מיטן שטריימל אויפן קאפ. ער האט זיך שוין געוואשן, און נאעוועט. ער כאפט א מעסער, און זעגט בארבאריש אויף דעם גיגאנטישן חלה, אזש ברעקלעך שפריצן אין אלע ריכטונגען ווי אויף ארים צו מאכן א שטאט. ער זיצט דארטן לאנגוווייליג און קלאפט בלית ברירה מיט א גאפל אויף די ברעקלעך כמנהג אויבן אן אידן, און ברימט אזא כעין בבאו מאדום ניגון פון די נאז לעכער. ער ווערט כסדר איבערגעריסן פון מאסן לחיים ווינטשערייען, און אזוי שטופט דער זיידע אדורך ביז דער צווייטע זיידע קומט אן.

דער טיפישן המון קומט און גייט, דער שיין אויסגעשניצטן קענטעלאופ די געשיקטע שוועגערין האט אהערגעשטעלט, שטייט אומבארירט אין צענטער פונעם טיש, אריינגעשטאכן דערין א שטאלצן טאטפיק וועלעכע קוקט אויס ווי א פריוויזאוערישן מצבה.
טענדזשערין שאלאכטס וואלגערט זיך אבער לרחצה צווישן די נאסליכע פאפקארן וועלעכע שווימען ארום אין סעלצער, געמישט מיט ביר.

דער בעל שמחה שטעלט פאר אן אפציע פון 3 סארט ביר, און דער עולם פריווט צו ווייזן מבינות. כל שרץ למיניהו לאזט פאלן זיין אפשאצונג אויף די ביר פירמעס, און מאכט פארשטייט זיך אוועק יענעמס געשמאק. וואס פארשטייט דען יענער צו ביר.

דא אין דארטן, פראבירן פרויען זיך אריינצוגנבנען אינעם הויז ביים אומאפציעלן שעשנו כרצונו ווינקל, אונטערן שאטן פון גאז באלאנען. קולות טוהט דארטן יאמערן מיט מזל טוב'ס אין אלע פארמאטן, אזש פאר פרעמדע קען זיך דאכטן דאס איז די קולות פונעם גהנם וואס מ'האט אנדעקט אין רוסלאנד. (ווער געדענקט נאך).

די שוואגערס וועלעכע זייערס א נאכט איז רעזעווירט ביים שמחה, ווערן נישט פארשוינט פון דעם כוואליע לחיים ווינטשעריי, און דארפן ווי ראבאטן צוריק רייכן די האנט פאר די וואנזינגע לייט וועלעכע זענען יעצט אויף א ווינטשעריי יאגד. דאס הייסט אפגעזעהן צו ער שמועסט, איז אויפן טעלעפאון, טעקסט, עסט, שטייט ער יעצט אויס צו פאלן א קרבן צו די יעניגע נערווען טאנצענדע ווינטשערס וועלעכע גלייכן האנט פלייש, און מאכן זיכער נישט אויסצולאזן איינער וואס ס'איז דא א חשש ער האט עפעס א שייכות מיטן בעל שמחה.

און אז יענער מאכט א שמחה מיינט נאך נישט דער משפחה דארף הונגערן. דא זעהט זיך א יונגערמאן איז בורר שאקאלאד מן המבחר, וירא כי אין איש, און שמייסט דאס במחתרת אריין אין א טעללער. און דאנען שטייט א מיטל יעריגער געלאסן, און וויקלט קרעמיש קעיק ווי אן אתרוג אינעם נעפקין אריין.

דא קומט דער פעניאק זיידע צו גיין מיט פיאות וועלעכע זאגן עדות איבער א טבילה ער האט נארוואס געכאפט, אויפן קאפ ליגט נאך דעם ברייטן הוט, און דער שטריימל ליגט אינעם באקסל ער האלט אין האנט. די זארגעדיגע עולם באפאלט אים מיט מזל טוב'ס געמישט מיט, אה, כ'האב מיר שוין געזארגט וואו איר זענט. כ'האב געפרעגט שלמה'ן וואו איר זענט, ער האט געזאגט איר דארפט דא צו זיין, אבער....
דער זיידע שטייט גענצליך אויף דעפענסיווע און פריווט מסביר צו זיין. כ'האב געדארפט צוגיין צו א צווייטע שמחה, כ'בין געזיצן אין טראפיק, בלא בלא בלא.

דער ערשטער זיידע, דער ווועטראן הומאריסט וויצעלט זיך אביסל אויפן אנדערנס חשבון, און הייבט באלד אן דעם שמועס פונקטליך אין וועלעכע בית מדרש דער עלטער זיידע, דער שוחט פון סערעט וואלאווע פלעגט דאווענען.
דער אנדערע זיידע איז בכלל נישט פרעמד אינעם שמועס, און אזוי ציהט זיך דער שמועס צו אין כעלעמווארדיין האט מען יא געמאכט דעם ברית אין אזא צייט, צו נישט.
דער אנדערער ווארפט זיך מיט בקיאות, און ווייסט צו פארציילן אז הגם מ'פלעגט נישט, איז אבער דער זיידע געוועזן א יאנעווער תלמיד, מילא פלעגט ער יא, אבער פארן שקיעה ממש. און אזוי ציהט זיך דער שיחתן של צדיקים ביז שפעט אינעם נאכט אריין.

דער זייגער נויגט שוין צו חצות, און אט שפאצירט ערעב משה יאנקל אריין מיט זיכערע טריט, היבש פארהונגערט.

בעל שמחה: אה, ברוך הבא ערעב משה יאנקל, זעצט אייך אויבן אן!
ערעב משה יאנקל: נאה, ס'גוט, כ'וועל זיצן דא.
זיידע: ס'פאסט נישט ערעב משה יאנקל, זעצט אייך אויבן אן.

אנטשולדיגט פארן איבערהאקן דעם שמועס, אבער לאמיר אייך קודם געבן א קורצן ביאגראפיע אויף דעם ערעב משה יאנקל.
ר' משה יאנקל איז א איד א בנש"קל, אזאנס וואס יעדעס מאל ער מאכט חתונה, שפאצירן ארויף עטליכע פרישע נעמען פון רביים פון וועמען ער ציהט א חוט המשולש אויף די זוילן פונעם חתונה בריוול.
ארבייטן ארבייט ער נישט, פשוט ווייל ער האט א דין ווי די לווים אין מצרים, אבער דאס מיינט נאך נישט ער איז א מר בר רב אשי.
מ'שטיינס געזאגט, נישט יעדער איז מסוגל צו לערנען.
נו, טא וואס טוהט ער יא ?
צופרי פאפט (נעה, א גוי פאפט. א יוד "שלאפט") ער אריבער דעם בני מלאכים זאנע, און צום גוף נקי רעאגירט ער ווי א בריסקער, און זיצט צוגעשמידט צום פארברענטן זיץ און הערט האטליינס, כל זמן דאס גלעזל וואסער גיסט זיך נישט אויס.

שחרית פארלאזט ער זיך אויפן ב"ח וואס האלט מ'קען דאווענען ביז מנחה גדולה, אזוי אז ביז דאן קען ער פירן וכוחים מיט די יעניגע אשר כרעו לבעל.

ער טראכט אלץ פון שרייבן בריוון צו די רעדאקציע אפטיילונגען פון היימישע אויסגאבן, למעשה קומט ער פשוט נישט אן. און דאס איז צוליב דעם ווייל ער האלט אינמיטן ארויסגעבן א ספר. נישט אזוי ווייט אייגענע חידושים, נאר א "ליקוט". גאט פארלאזט אבער נישט די הייפעלע אידן מאמינים בתורתו, און מלאכתו נעשה על ידי אחרים. ב'ה אנדערע אידן נעמען די מיה אריינצושיקן די וויכטיגע בריוון.

שידוכים האט ער קעגן אלע ערווארטונגען געטאהן גאר שיינע, הגם דאס האט געמיינט לאזן זיינע קינדער זיך עלטערן ווי די קעיק ביי תיקון, אזש שימל מיטן כרתי קאליר איז געוואקסן אויף זייערע קעפ ווי גראז אויף קברים. נאך אלעם האט ער געטראפן א מיידל פארן זוהן פון א גאר שיינע משפחה, און דאס איז דאך דער עיקר. דער טאטע א בן אחר בן פון עיפושדיינער רבי, און פארמאגט אפילו אליינס א בית מדרש. איי, דאס מיידל איז אטראקטיוו ווי א רעגענדיג נאכט, און שטרעבט פאר א לערנינג באו. מאכט זיכער זיך צו פארמיאוס'ן אין זיינע אויגן, און לאזט די ציינער געהל ווערן ווי דער חאניאק פארן עס פסח'דיג מאכן. א פיר שטאקיגן קלאץ, און פארמאגט שכל אזוי גרויס ווי א דיים. אבער ווי צום וויפלסטן מאל זאל איך איבער זאגן, אז דאס איז אלעס הוילע חיצונית'דיגע שטותים, און דער קינד זאל אפרישיעטן דעם שטימפיגן חוט השלשול וואס אפילו דער שמיר קען נישט צושניידן. בכלל, ווייסט ער דען וואס ער וויל ?

אלענפאלס, צוריק צום וואכט נאכט.
ר' משה יאנקל גיט א בליק אויפן אויבן אן, און עס ווערט אים שווארץ. דער טיש שטייט דארטן נאקעט, אונטערן שאטן פון חלב טראפנדע ליכט. איין פאר'יתום'טן שטיקל זיגזאג געשניטענעם ראבער, וועלעכע קוקט אויס ווי געפילטע פיש, דערויף א פארעלטערטן מייערן וועלעכע האט שוין איבערגעלעבט דעם הילצערנעם בדיקת חמץ לעפעל א געשאצטע צוויי מאל.
צו די זיידעס האט ער קנאפ נערווען, מ'שטיינס געזאגט אז ס'איז דא אכילה וועט ער איבערלאזן די געשמאקע שמועסעריין אויף שפעטער, נאך אלעם דער נאכט איז לאנג. אנדערש ווי חתונות, וועלן שוין נישט צופיל מענטשן קומען דא היינט נאכט, טא פארוואס זיך פייניגען. מילא באשליסט ער, יעצט וועט ער נישט זיין א נעתר לבקשתינו'ניק (ווי געווענדליך) נאר זיין ענווה ראטע וועט עטווואס שטייגן.

ערעב משה יאנקל: ס'גוט, ס'פעלט נישט אויס דעם אויבן אן. כ'על טועם זיין, אנווינטשן, און גיין אויפטוהן פאר אידישקייט. מארגן איז דאך אויך א טאג.
זיידע הומאריסטיש: ר' משה יאנקל, אז איר ווילט נישט קען איך אייך נישט צווינגן, אבער ווי איר וועט זיך נאר זעצן וועט דארטן זיין דעם אויבן אן! היהיהיהיהיהיהיהי.
ערעב משה יאנקל: סארא חילוק, אויבן אן, אונטן אן, ס'אלעס די זעלבע נארישקייטן. א שטיקל גמרא דאס איז וואס מאכט אויס.
בעל שמחה: מיט וואס קען איך אייך מכבד זיין ?
ערעב משה יאנקל: ס'גוט, כ'וועל שוין א ברכה מאכן, ס'ברוך השם דא א פילן טיש.

ר' משה יאנקל שארט זיך צו צום דזשעלי רינג זייט טיש, ווי א העפטיגע שמועס איבער ציונות איז אין שוואנג. ר' משה יאנקל נייגט מיטן האנט ווי מ'זאגט, סארא שטותים די חברה רעדן. וואס ווייסן די טראצאקס איבער ציונות. גיי לערן דעם גוי ברטנורא.
ר' משה יאנקל ציפט אראפ פונעם טאץ א שטיקל מזונות, און שאקעלט דאס אפ כדרך רביים, ווי כאילו דאס איז מרור נארוואס גע'טובל'ט אין חרוסת.
ער ווארפט דאס אריין אין מויל, מיטן הילף פון א שליקעץ ברוינפן וועלעכע רעגנט אריין בתוך פיו ווי דיזעל אין א טראק.

לחיים, לחיים! די וויפעלטן קינד איז דאס? אלעס יונגלעך? ווען איז דער ברית ? וואו מאכסטו דאס? ווער איז דער מוהל? ווער איז סנדק ? וואו דער סעודה? דער זיידע איז אויך דא? אה! זעהר חשוב.
לחיים, לחיים!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יואב אום מאנטאג מאי 20, 2013 2:06 am, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5808 מאל

הודעהדורך פסיכאלאג » זונטאג מאי 19, 2013 8:27 am

:like :P :D wow...ווער בין איך דיר צו לויבן,
אבער כקען דיר נאר זאגן דעם פאקט, בשעת כהאב געליינט דעם אשכול בינעך געווען אין בעט אין די עולם איז געשלאפן יעצט אינמיטן ליינען האב איך אזאנס אויסעגפלאצט די גאנצע חבר'ע איז אויף!! יחי אדומ''ר צדיק דורנו! קיעפ איט אפ
The question is not who will let me, its about who will stop me. I would rather choose heaven, were ever the hell that is 
באניצער אוואטאר
פסיכאלאג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:42 am
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל

הודעהדורך פרישער » זונטאג מאי 19, 2013 9:03 am

גיט געשריבען

אויס געלאזט די וואכנאכט מעשה
אַבִּי מְ'לֵייקט
פארוואס זאג איך עס אייך ?
ווייל איך וויל איר זאלט וויסן.
פרישער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 03, 2013 11:40 am
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1073 מאל

הודעהדורך ברסלבער » זונטאג מאי 19, 2013 9:45 am

יואב, געוואלדיג!
א חידוש ווי מען קען אריינווארפן אזויפיל חידושים אין יעדע שורה.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4014 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג מאי 19, 2013 10:18 am

יואV שר צה"ל, לית דין בר נש. דיין מוח איז עפעס ווערט צו צונעמען... און דיין ארטיקל וואלט געפאסט 435 מראי מקומות...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

הודעהדורך מאראנצןזאפט » זונטאג מאי 19, 2013 12:06 pm

דו ביזט טויט צודרייט :lol: :lol: :lol:
קיפ אפ דע גוד ווארק.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 3:15 pm
האט שוין געלייקט: 1817 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2369 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג מאי 19, 2013 12:15 pm

יואב, וואו הייב איך אן, אין גומרין את ההלל, דו ביסט איבער-מעכטיג מיט דיינע געשרייבעכצער...

אויב מעג איך זאגן איין קליינע הערה, מען שרייבט נישט אזוינס אויף א אידישע טאכטער, אפילו פאר א משל אדער הומאר. חוץ מזה וואס איז נישט אמת, זענען די דמיונות צו זרש, שחין, ווערים, שלאנג, און פארפוילטע סקוואש זייער נישט פאסיג פאר סיי וועלכע אידיש קינד, בפרט ובפרט אויב איז דאס נישט א חסרון וועלכע זי האט זיך אליינס גענומען.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15096
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18099 מאל

הודעהדורך יואב » זונטאג מאי 19, 2013 12:30 pm

שמעקעדיג, ביזט 100% גערעכט. נעקסטע מאל וועל איך בל"נ אבאכט געבן. יעצט בלייבט בלויז איבער איר צו פארגוישן. געגאנען.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5808 מאל

הודעהדורך יאיר » מאנטאג מאי 20, 2013 8:12 pm

יואב, פאר יעדעס שורה ביסטו ווערד א זיץ אויפ'ן סאמע אויבן אן אין פאליש! אבער ביטע, לאז אונז נישט ווארטן, איך וויל הערן ווי אזוי ס'איז געגאנגען די שמועס צווישן משה יאנקלען און זיין בני בית ווען ער איז אהיימגעקומען. ווי אויך וואלט איך געהאט חשק צו הערן א באריכט פון זיינע פארגלייזטע אויגן ביים מצוה טאנץ ווען זיין אידישע פארגוי'שטע טאכטער איז בשעטומצ געגאנגען אונטער די חופה מיט איר אפגעשערטן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7994 מאל

Re: וויפיל נעגלעך אויפן דאך - דער אויבן אן סינדראם

הודעהדורך טמיר » דינסטאג פעברואר 16, 2016 10:49 pm

כ'ווייס נישט צו איך מעג אריינווארפן אן ערנסטע שאלה אויך, ס'קען דאך אפנים אראפווישן די ברייטע שמייכל פון דעם ליינער און פארגעסן מאכן פון די קייכעדיגע געלעכטער ווי די פעטע קיען זענען אראפגעשלינגען געווארן... (העי, פ"וו נאר ווען יואב זאגט לאכט מען? אז כעל מיך טוישן די נאמען צו אבנר העט מען אויך אזוי לאכן?)
אכלל, יואב האט דערמאנט דאס ענין פון די מזלטוב געוויטשעכטס פאר אלע שוואגערס. וויל איך טאקע וויסן, וואס זאגן די שוואגערס, איז עס א גוטע פילינג אז מען איגנארירט זיי נישט, אדער לאז מיך געמאכט בייסן די זויער פיקל און שלינגען דזשינגער עיל?

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
טמיר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 698
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 3344 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 535 מאל

הודעהדורך יואב » מיטוואך פעברואר 17, 2016 12:25 am

הא! ארויסגעצויגן אן ארטיקל וואס כ'האב אפגעשריבן קרוב צו אן ערלה צוריק, כ'האב שוין אליינס פארגעסן איך זאל דאס האבן געשריבן. איך קריג אן אימעיל "אפדעיטס אויף דער טעמע". מיי גאש! סטאטיסטיקלי וואלט איך שוין לאנג נישט געברויכט דא זיין, אדער לפחות נישט מיט דעם יואב ניק.

לגופה של קשיא, יעך וואלט בלי ספק געוועלט צו בלייבן איינגעזאלצן א שעה צוויי מיט דעם זעלבן בלאס-אויסגעדארטן זויער-פיקל ווי איידער מאזעלטאוועלירט צו ווערן דורך א שטראם פון הדיוטים וועלכע שטיצן אונטער זייער נערוו-קריכעריי מיט אן אגדתא גמרא.

אויסער מיין קורצן געדולד צו ברכות און אלגעמיינעם עקל צו רייכן א האנט מיט דעם מענטשליכן מין, טרעפט זיך אפט אז פון צווישן די מחנות ווינטשערס קלעבט זיך מיין האנט אן אין דיקע רויטליכע ידים איבער וואס ס'גליעט א מערדערליכע שחין, צי צוליב די פרעסטן פעלט אין יענעם געגנווארג א בינטל הויט און אלץ וואס איך שפיר איז א פעט שטומפיג באשעפעניש וואס קראצט. אדער טרעפט זיך אפט, זאל נישט אויסגערעדט זיין, אז די סאמע זעלבע האנט וואס גיבט מיר לחיים איז מיט בלויז א קורצער צייט צוריק דירעקט געווען פארמישט אין א גוף נקי פראצעס, און כאטש וואס יעצט איז שוין קענטליך נישט ידו על התחתונה, איז דערויף קיין זייף — ווי דער גערוך זאגט עדות — נאכנישט פארלאפן. און איך שטייצעך, אנשטאט פארלאנגען א האנט-סאנטעזירער ברויך ענטפערן מיט א פארסימכעט שמייכל "בעריכעם טיע, מערצאשעם ביי אייך."

גיוו מי א פ*קן ברעיק!
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6468 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5808 מאל

הודעהדורך קל וחומר » מיטוואך פעברואר 17, 2016 2:02 am

מ'בעט דעם עולם אנצופרעגן אלס און אלעם ביי יואב'ן, ס'איז כמעיין המתגבר.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1873
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2886 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2677 מאל

Re: וויפיל נעגלעך אויפן דאך - דער אויבן אן סינדראם

הודעהדורך מי אני » זונטאג מאי 26, 2019 11:51 am

יואב האט געשריבן:אויסער מיין קורצן געדולד צו ברכות און אלגעמיינעם עקל צו רייכן א האנט מיט דעם מענטשליכן מין, טרעפט זיך אפט אז פון צווישן די מחנות ווינטשערס קלעבט זיך מיין האנט אן אין דיקע רויטליכע ידים איבער וואס ס'גליעט א מערדערליכע שחין, צי צוליב די פרעסטן פעלט אין יענעם געגנווארג א בינטל הויט און אלץ וואס איך שפיר איז א פעט שטומפיג באשעפעניש וואס קראצט. אדער טרעפט זיך אפט, זאל נישט אויסגערעדט זיין, אז די סאמע זעלבע האנט וואס גיבט מיר לחיים איז מיט בלויז א קורצער צייט צוריק דירעקט געווען פארמישט אין א גוף נקי פראצעס, און כאטש וואס יעצט איז שוין קענטליך נישט ידו על התחתונה, איז דערויף קיין זייף — ווי דער גערוך זאגט עדות — נאכנישט פארלאפן. און איך שטייצעך, אנשטאט פארלאנגען א האנט-סאנטעזירער ברויך ענטפערן מיט א פארסימכעט שמייכל "בעריכעם טיע, מערצאשעם ביי אייך."

גיוו מי א פ*קן ברעיק!

https://sites.psu.edu/siowfa16/2016/12/ ... handshake/


Sent from my iPhone using Tapatalk
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז"... - יאיר דא
מי אני
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 447
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 3510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 264 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2019 12:52 pm

יואב: שליט"א. זכר צדיק ליבראכעה. זעכיסוי יאגאוין עלינו...! איך האב דיר יעצט געגעבן א פארשפעטיגטן לייק. אפשר וועט עס זיין א זכות פאר דיר בעולם העליון. (אדער אפילו בעלמא דשיקרא.)...!

ווען מ'ליינט דיינע שטיקלעך איז נישטא אזא זאך ווי באורינג. מעג עס זיין לאנג ווי דער גלות. א יעדעס ווארט און א יעדע שורה איז דא חידושים. און ס'ציעט צו ליינען נאך און נאך...!

איך מיין אז אפילו אין הונדערט יאר ארום ווען מ'וועט ליינען אויף קאווע שטיבל דיינע ארטיקלען וועט מען זעהן אז ס'פאסט אריין אין מציאות פון שנת תתע"ט לפ"ק...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14584 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8358 מאל

הודעהדורך שמחהלע קאפשטיק » זונטאג מאי 26, 2019 6:35 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:יואב: שליט"א. זכר צדיק ליבראכעה. זעכיסוי יאגאוין עלינו...! איך האב דיר יעצט געגעבן א פארשפעטיגטן לייק. אפשר וועט עס זיין א זכות פאר דיר בעולם העליון. (אדער אפילו בעלמא דשיקרא.)...!

ווען מ'ליינט דיינע שטיקלעך איז נישטא אזא זאך ווי באורינג. מעג עס זיין לאנג ווי דער גלות. א יעדעס ווארט און א יעדע שורה איז דא חידושים. און ס'ציעט צו ליינען נאך און נאך...!

איך מיין אז אפילו אין הונדערט יאר ארום ווען מ'וועט ליינען אויף קאווע שטיבל דיינע ארטיקלען וועט מען זעהן אז ס'פאסט אריין אין מציאות פון שנת תתע"ט לפ"ק...!

גם אני מצטרף לדברי ר' בערל בעל עגלה !!!
שמחהלע קאפשטיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 149
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט