ר' מאטל דער וויין מבין

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1673
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6175 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6300 מאל

ר' מאטל דער וויין מבין

שליחה דורך יואב »

ר' מאטל מאכט זיין וועג ארויס פון מקווה און גראד כמנהגו אויס דעם שליים פון מויל מיט אזא גריטשע ווי ער זאל ווען איצט פראבירן סטארטן אן אלט סטאנציע-וואגאן. נאך אלעם מאכט ער בלויז גרייט א געשמירט עפענונג צו די לונגען, האבנדיג געהאלטן דעם גוף מיט דער נשמה אינאיינעם פאר'משכונ'ט אין א דאמף-געשטיקטן צימער פון א פרייטאג נאכמיטאג.

די האר-פארפאנצערטע בעקלעך זענען אים רויט ווי ביי א פרה אדומה; די צעשויבערטע בארד שטייט גרייט פאר א מאסיווער רענאוואציע און אין דער לינקער האנט ליגט ביי עמען א געלעכערט זעקל שמוץ-וועש  שטייף איינגעבינדן – במקום האנט-זייגער.

די ווייסע זאקן זיינע שוין מיט שטאלץ אויסגעצויגן אויף די פיס, כאטש וואס ווען ס'קומט צו דעם קאפ איז נאך דער ברייטער הוט מיט א ימי המעשה'דיג פראכט בעל הבית.

גאנץ מערקבאר זענען די שארפע שטעלונג דיפערענצן די צוויי פיאות האבן גענומען. זיי שפילן א סצענע פון כשזה קם זה נופל במלא מובן המילא. די רעכטע פיאה איז אויסגעאקערט מיט פריש געשוירענע נעגל גענוי ווי א פעלד מוצאי שמיטה. לאנגע שטריקלעך האר שלעפן זיך פון אונטער דעם קאפל. די אנדערע ווידער האלט ביים לעצטן שטאפל קאנסטרוקציע פארקניפט ביים שפיץ קאפ ווי א בעבי קעראט. הקיצור, בלויז ס'שאטן זיינעם זאגט עדות אן צווייפל: "יא, ר' מאטל איז א רעכט גע'טובל'טער".

ר' מאטל שפאצירט אריין אינעם שמש בונקער גרייט אויף צו קויפן וויין און אזוי ארום שוין הערן פון דער חברה ליידיגייער די לעצטערע נייעס. מ'ברויך זיין א וויסט אנטיסעמיט צו האלטן אז כלל ישראל האט זיך וואס צו שעמען מיט אירע אקעדעמיקער.  אונטער איין דאך קענען זיך פארזאמלען אין א גרויען פרייטאג א כאפטע מיטעראלאגיסטן, ארכילאגן, עקאנאמיסטן, בייאלאגישע וויסענשאפטליכער ,מעטאפיזיקער, מעדעצינישע מבינים, פאליטישע עקספערטן און אלצווייסער. אלץ וואס ס'פאדערט זיך איז בלויז ברייטע אויערן צו קענען סובל זיין אן איבערגעטריבן דאזע פון פיינפולע שטותים, צי "פאקטן" גאר כלשונם.

ראובן געציל ווי איך זע האט צו פארציילן איבער דער דין תורה ביי פיקלוויטש'ן און דעם בלוטיג גט ביי זעליג'ס א טאכטער. שוין, האביך דאך געוויסט אז קיין שלום וועט דארט שוין נישט זיין. נעבעך, א גרויס רחמנות, אבער שולדיג איז ער אליינס. ער פארשטייט אלץ בעסער פון וואס מ'זאגט אים און ער לאזט זיך נישט לערנען. שוין, צו וואס גראבן אין יענעמס צרות. הא! גיב נאר א קוק וועמען מ'האמער דא. יוסל'ן איז דא. נו יוסל, וויפיל אינטשעס שניי ערווארט מען צו פאלן אין זיבן וואכן ארום, הא? הייסט עס מ'גראבט שוין ווייטער קברים, שמעון משה? אך, דער בלומבערג ימח שמו. מ'לייד זיך צוזאם פון דעם שגץ, "אלץ ווייל ער איז א איד. ליידער פארשטייען די ערלים בעסער צו אונזערע געברויכן". ווען גייט ער שוין פאר א שווארץ יאר, הא חיים מנשה? מ'ווייסט שוין ווער ס'וועט זיין דער קומענדיגער מעיאר? קאומאו זאגן זיי שטייט שטארק, ניין? אה, ער איז פאר גאווערנאר. נאה, אלץ די זעלבע זאך מילא. קאומאו שמאומאו. מעגסטעך שוין אויסלערנען: "יעדער מיינט בלויז זיך".

טועמיה האט ער ב"ה אינדערהיים. סארא פרעס מ'מאכט אין בית מדרש. ער האט שוין געזאגט דעם שמש אז ער האלט מ'ברויך אויפהערן מיט דער טועמיה. קודם נאר פרייטאג, און ווער ווייסט, אפשר וועט אים נאך אריינגיין א שיגעון אין קאפ צו פיטערן דעם עולם טשולענט ליל שישי אויך. זאל ער זיך טרעפן בעסערע וועגן וויאזוי צו מאכן געלט. די לעצטע 50 יאר האבן שמשים געקענט מאכן פרנסה אן צושטעלן פרעסעריי. סארא געמיינהייט. 

נו, וועט מען נעמען א פלעשל וויין. נאך אלעם וואו דען קויפט מען וויין? ער ווינדערט זיך טאקע פון וואנען די ערלים האנדלן איין וויין. געוויס פארמאגן די קירכעס אזאנע קליינטשיגע שמש שטיבלעך – הגם דעם געדאנק האבן זיי בלי ספק ג'גנב'ט פון די אידן.

און פון וואנען קויפן די נישט רעליגיעזע וויין? שוין, הייב אן פרעגן קשיות. לאמיר דיך זאגן איין מאל פאר אלעמאל: "אלעס גלייבט היינט".

אין אמת'ן אבער: די גוים פארשטייען צו וויין ווי יעך צו א ספארט געים. אלץ וואס זיי ווילן איז נאר הויליענען און אנברענגן די צייט. פונקט לעצטנס זאגט מיר א אינגערמאן אז דאס נעמען דראגס צווישן די כוליגאנעס איז שוין היינט א נארמאלע זאך. שומו שמים אין וואספארא צעדרייטער וועלט מיר לעבן היינט! "מ'דארפן מיר באזונדער דאנקן גאט אז והבדלנו מן התועים".
 
חצקל,  ווען נישט איך זע דאס מיט די אייגענע אויגן וואלט איך דאס נישט געגלייבט. "אויף גרעיפדזשוס מאכסטו קידוש?" באלאנגסט עפעס אינעם עזרת נשים? וואסי, ס'מאגן דיינער פארנעמט נישט אביסל אלקעהאל? עפעס געמאכט פון זיידן? הא! גלייב מיך דיין זיידע ירחמיאל זעהט דאס כאפט ער א הארץ אטאקע. אוי האב איך אים געקענט, א זיס אידל געווען. גיי זיי מסביר פאר היינטיגע אינגעלייט וואס א ר' ירחמיאל האט בכלל געמיינט. "נאה, זאגסט מיר? נאך ווי כ'האב אים געקאנט. ער פלעגט דאך דאווענען אויף מיין בלאק". 

שוין, גיי רעד צו די חברה. כ'ווייס אפילו נישט וואו אנצוהייבן; נישטא אפילו מיט וועמען צו גיין צום טיש. א גלעזל וויין פרייטאג אויפדערנאכט איז ווי מים קרים על נפש עיפה. שוין, שוואכע לייט. זיי דערהייבן פשוט נישט. נו, אז מ'דערהייבט נישט איז מען פטור. האבן זיי  דאך אבער יא געוואוסט וואס זיי רעדן אז זיי האבן זיך צעקרעכצט אויף דעם שוואכן דור.

דידאדאדידאדאדאדאם, אהאהאהא, איםםםם, היימבאבאביבאם. נו, שמש, ווייסטאך וואס איך גלייך. דערלאנג אהער צוויי פלעשלעך. כ'האב חשובע געסט דעם שבת, "יואב פון קאווע שטיבל קענסטו?"

שמש: אביתר'ס א זוהן? 

יאפ! ער איז דא איבער שבת, האב איך אים גערופן פאר א סעודה.

שמש: ווער דער שייגעצל?

נאה, דו רעדטס פונעם ברודער זיינעם. דער אמת איז אז רעדט מען פון יואב'ן מיינט מען אויך נישט עפעס דעם גרעסטן צדיק. שוין, לאמיר בעסער נישט רעדן. איך דריי זיך דאך יא אביסל אויף דער וועלט, פחדים נוראים וואס ס'קומט אלץ פאר. "כ'זאג אלץ, היינטצוטאגס איז קיינער נישט פארזיכערט". 

שמש: איי ר' מאטל זאגט איר גוט. מיט די עלטערן זיינע האט ער נאך עפעס א שטיקל קשר? 

דער טאטע האט אים ארויסגעווארפן, ער וויל אים נישט קענען. ער שפייט נעבעך בלוט. מיט דער מאמע זאגט מען האט ער נאך יא עפעס א שטיקל שייכות, אבער ווייסטאך וויאזוי די זאכן גייען. שוין, צו וואס גראבן אין יענעמס צרות. אוי!

שמש: ס'איז די אינטערנעט וואס איז שולדיג דערין? 

נו וואדען. זאגן זאגט ער אז מ'האט אים גע'רודפ'ט. ווייס איך דען נישט? כ'בין דאך געווען זיין מלמד. שוין דעמאלט האט ער געהאט פייגעלעך אין קאפ. שוין, כ'האף נאר אז מצידי האב איך געטון אלץ וואס איז שייך. אוי האב איך געהאקט און געבראקט אין עמען, אך, אבער גאאאארנישט. א קאלטער שטיין. וויפיל מ'האט נאר פראבירט, וויפיל כוחות מ'האט נאר אין דער דאזיגער נשמה אריינגעלייגט, א וואנט האט מען געטאפט. כ'קלער אז אפשר גאר האט מען נישט געפראסקעט גענוג. אפשר וואלט נאך ארויסגעקומען עפעס א קיצו של מענטש. היינט טאר מען שוין גארנישט טון. דאס גאנצע אמעריקאנער חינוך ברענגט מען אריין ביינונז. נאכן ווינדערט מען זיך. נאה, א פראסטער יונג. פון וועמען מיינסטו רעדט מען דא? אן אויסווארף, א בן סורר ומורה, אלץ געזוכט טראבל און קיינמאל נישט געהאלטן ביים לערנען. אלץ געווען קלוגער, פארשטאנען בעסער ווי זיינע עלטערן, מחנכים און קלוגערע פון אים. יע, דארט קומען זיי אלע אן, די אלע אויבער חכמים. געקלעבט צו שלעכטע חברים, היום אומר לו עשה כך און פון דארט ביז דער שאול תחתית איז שוין א קליין שפרינג. העלעך דיר פארציילן א סוד: "נעכט פלעג איך אפזיצן ביים פאטער זיינעם, כ'האב מיך ביי עמען געבעטן מיט טרערן; שוין, האב איך דאך יא געוואוסט וואס ס'וועט פאסירן. איי!"

שמש: או, אידישע צרות. דער עסט ממש טריפות, א מחלל שבת? 

וואס ווייס איך. ער מיינט נעבעך אז דאס גליק איז אויף דער אנדערער זייט. מ'זעט אים נאך דא דארט לייגן תפילין, א קליין קאפעלע אויפ'ן קאפ און דרייט זיך מיט אלע שווארץ יארן. שוין, גענוג צוזאמגערעדט. לאמיר רעדן פון שמחות. משיח זאל שוין קומען, מ'רייסט פון אונז שטיקער.

שמש: אז ער לייגט תפילין און איז א שומר תורה ומצוות איז דאך גוט, נישט אזוי?

אוי! ס'בעסער אז מ'רעדט נישט. פיין, נעם איך די וויין, א בעג האט איר? כ'האב נאך גענומען א ציצית פאר מיין בחור'ל, און וויפיל איז דאס שערן? אן אויסגעקראכנעם קאפ ס'זעלבן פרייז? אלעס קאסט היינט. ווי זאגט די וועלט: "בחינם קריגט מען כינים". אקעי, שרייב אויף, עמער זיך פארעכענען די אנדערע וואך, א זיס לעכטיגער שבת.

(מיינט איר אז מ'רעדט דא פון א ירדן ראם? קאסטעל גרענד ווין? אלעקסענדער אמאראולא? גהינם נישט. "א ברייט פלעשל קדם בורגאנדי")


ר' מאטל איש חסיד שפאצירט אהיים נאכן דאווענען מיט א געהויבן קאפ, דארונטער מארשירן יוצאי חלציו מיט פארכט און דיצעפלין. נאך אלעם גליסט זיך פאר קיינעם פון די שבטי קה דאס רויט פלעמל אויפ'ן באק, אדער א "קלינגעדיגס" ווי ר' מאטל גלייכט דאס צו בא'טוטל'ן.

דאס פריש געבאדן קערפער ווארעמט זיך אין דער רעזוואלקע, ס'האלדז איינגעוויקלט אין א גלאנציג ווייסן שאל כתינוק באמתחתו, די וואנצעס אויסגעפיצט ווי ביי דעם רוסישן צאר צום געבורטסטאג, און דא דארט שענקט ער פארבייגייערס א לייכט נייג מיט'ן קאפ נאכגעפאלגט מיט א שטיל אבער לאנג פראגראמירטער "גוט שאממממבבבבעס".

ר' מאטל לייגט אראפ א פלאמפייערדיגער קידוש און קימערט קנאפ איבער די פיאות וועלכע טובל'ן זיך אינעם בעכער כמעט ש"י. צייט איז די לעצטע זאך וואס קען שפילן א ראלע בעת פונעם זילבערנעם בעכער שיט טראפנס לארבע כנפות. איראניש איז אז דוקא ביים ווארט "באהבה", א ווארט וואס רעפרעזענטירט א גאר ברייטער תחום מיט וואס ר' מאטל האט קנאפ שייכות, דארט שפירט ר' מאטל אז ס'פארלאנגט זיך אויסצוציען דאס התלהבות עד כלות השפייאכץ. ס'עיקר איז דאס לאזן ווארטן די אויסגעהונגערטע נשמה'לעך וועלכע האבן זיך שוין געזעגנט מיט די מלאכים פאר אומגעפער א שעה צוריק און שטייען גענאגלט צו דער ערד מיט אויסגעטריקענטע מיילער ווי די אידן נאכן עסן די דגים מלוחים פון אחינו הישמעאלים.

די קינדער אונטער דעם וועכענטליכן טעראר פון מעגן טרינקן בלויז א פערטל גלעזל גרעיפדזשוס שלינגען א יעדעס טראפ ווי דאס זאל ווען זיין כוס של ברכה פונעם רבי'ן, און גרייטן זיך צו דערפילן די דיקטאטורישע באפעלן ווי נאר זיי גייען ארויס מפי המלך.

איך קוק רעכטס, איך קוק לינקס; איך שלעפ ארויס א ברוין-פאפירענעם זעקל. יעך צי ארויס פון דארט א שמאל פלעשל קאבערנעי און איך שטעל דאס אויפ'ן טיש. (א כפרה אויף דער געלופטעריי.)

"וואס איז שלעכט מיט דעם בורגאנדי?" אייסערט זיך ר' מאטל מיט קנייטשן אין די אויגן ברעמען וועלכע שרייען ערפארענקייט.

ס'גוט, דאס גלייך איך מער.

ר' מאטל שארט ארויף זיינע דיקע ברילן און נעמט באקוקן דאס פלעשל נאך הכשרים ווי ס'זאל ווען זיין אן אכט טאגיג פיצל הארט בעפאר דעם בונד. "גיי ווייס וואספארא הכשר דאס איז. קוים קען איך נאכזאגן זיין נאמען. אויך מיר א רב, ערגעצוואו אין די מרחקים. גיי ווייס צו ער איז אפילו א שומר שבת".

כ'ווייס, עם, מ'זאגט דאס איז א פארלעסליכן הכשר, מורמעל איך ארויס מיט דעם פחד פון א ווארפעדיג הינדל צווישן דעם בני אדם שטויס און ס'שחיטה.

מ'זאגט! ווער איז דאס 'מ' ? געלט וואלסטו עמען געבארגט? קאבערנעט שמאבארנעט! די היינטיגע אינגעלייט זענען מיר גאנצעטע מבנים.

דאס איז א סיילענט "טי" , שאקל איך נערוועז מיט די פיס ווי א קינד וואס דארף עימערדשענסי אין טוילעט.

סארא חילוק. וואס גייט מיר אן וויאזוי דער שמוציגער גוי איז מחליט אז מ'ברויך ארויסצוזאגן די ווערטער -- פייגערן זאל ער. הייסט דאס דער גוי איז דער וועמען דו קוקסט ארויף? עמען פראבירסטו צו געפעלן? היינט הייסט ער זאגן אנעם טי, מארגן באשליסט ער וואספארא עסן איך ברויך אריין נעמען אין מויל און וואספארא עקלדיגע סטיילס ס'הייסט שיין, און איך ברויך נאכטאנצן זיינע משוגעת'ן און קאפריזן. "מושי, אבראמי, ברוך, עטס הערטס? מיר רופן דאס קאבערנעט! אפילו מיט צוויי טיס".

איז לאמיך הערן יואב'ל: שפירסטו באמת א חילוק פון די וויין צו די קדם בורגאנדי?

וואס דען, אומזיסט וואלט איך דאך דאס נישט געקויפט. (וואס די גיהנם).

נעה! אבי געזונט. דאס הייסט געווארפן אידיש געלט אין מיסט.

אבער פעטער מאטל, כ'האב דאך אייך היינט געהערט רעדן אינעם שמש שטיבל איבערן געשמאק פון וויין, כ'האב געטראכט איר פארשטייט אביסל דערצו. נישט אזוי? 

נעוואדע פארשטיי איך. יעך קויף שוין בורגאנדי פאר יארן, זינט כ'האב אויפגעהערט מיט די סאטארן. ס'גייט מיר פשוט אויף די געהירן די היינטיגע ראצערס וועלכע ווערן מיך גאנצעטע מבינים און רעדן זיך איין אז הינטער די שמאלע פלעשער פליסן רויטערער וויין.

אך, אשאד ס'איז ווארעם. כ'האב א פרידזשדער, זאגסט מיר ווען פארדעם לייג איך דאס גערן אריין.

ניין, ס'קומט דווקא רום טעמפעראטשאר.

האהאהא! וויין ווארעם? פשששש וואס ס'פאלט אלץ נישט ביי די איפכא מסתברא'ניקעס. משוגע האט פשוט נישט קיין גבול.

און צו וואס טרינקסטו אין א גלעזל? ס'עפעס פסח אויפדערנאכט?

ניין, פשוט ס'טרינקט זיך אינגאנצן אנדערש אין א גלעזל; דאס בעכער נעמט אוועק פונעם געשמאקן טעם.

יואב, בייג דיך צו, איך וויל נישט די קינדער זאלן הערן דאס ווארט. נענטער, "באלשיט".

איי ס'שטייט דאך שוין אין גמרא "רמייא לחמרא במני דהבי וכספא ותקיף", פראביר איך צייגן איך  לומדות.


גמרות וואס דו ווילסט זע איך קענסטו; אפשר זאלסטו זיך זעצן לערנען און אפלאזן די אלע שטותים והבלים.

און צו וואס זיפסטו אזוי דער וויין ווי ס'זאל ווען זיין א הייס טעללער זופ? דאס מויל דיינע פארנעמט נישט קיין סך אויפאמאל?

כ'זיפ דערפון צושטייטלעך, א טריקענעם מעין עולם הזה צעשפרייט זיך איבער'ן מויל, און דער פרוכטיגער טעם לויפט אזש ביז צו די גומען אונטער די ציין, ס'איז א מחיה! "מ'קען אנהייבן פארשטיין די וועלכע האבן ארגומענטירט נוח לו לאדם שנברא", האב איך נישט פארפעלט צו ענדיגן דעם זאץ מיט א מליצה ווי א גוטזאגער. 

יואב'ל, דארפסט נישט אלץ זיין אן אויבער חכם. הער וואס א קלוגער איד האט צו זאגן: "א פלעשל קדם בורגאנדי, לייגסט דאס אריין אין פרידזשדער, פילסט אן דאס בעכער, און טרינקסט דאס אויס בנשימה אחת – אויף דעם האבן מיר געכאפט שלעק אין מצרים, דערויף האט המן געקריצט, דאס האבן די נאציס נישט געקענט סובל זיין און זאלן ווען די גוים וויסן דעם טעם וואס מ'קען שפירן דערפון זענען זיי זיך מגייר אויפ'ן פלאץ.

פיין, לאמיר נישט רעדן דברים בטלים און פארברענגן די צייט מיט הבלים, ס'איז דאך שבת קודש. "יואב, כל מקדש". וואס דו הייסט האסט נישט? ביזט עפעס א גר? אזוי ענפערסטו דעם שווער דיינעם? וואספארא ניגון זינגט דער פאטער? די כעלעמער? אה! דעם פערטן פאל גלייך איך. "יא מושי, אבראמי, ברוך? אוווווו גייט דאס זיין א כל מקדש".

"מאמי, הערסט, די זופ וועט ווארטן".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט