מופתים וואס זענען נישט געלונגען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

מופתים וואס זענען נישט געלונגען

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ידוע מפי סופרים וספרים (צ"ל: ספרים וסופרים) אז דער גארליצער רב האט זיך שטארק געבייזערט ווען ער האט געהערט דעם שמועה לא טובה, אז א.ג. צאנזע חסידים האבן אין פלאן צו דרוקען למשמרת די מופתים וואס דער צאנזע רב האט געמאכט לכל באי צל קורתו. די שמועה לויטעט, אז ער האט זיך דערביי אויסגעדרוקט בהאי לישנא "אז זיי דרוקען צוויי בענדער פון מופתים וואס זענען געלונגען, וועל איך דרוקען פיר בענדער פון מופתים וואס זענען נישט געלונגען".

לויט וויפיל ס'איז ידוע, האבן די חסידים מקיים געווען זייער הבטחה, בגדול, און גאנצעטע בענדער פון מופתים - נישט נאר פון צאנזע רב, נאר פון אלע יא(און נישט) צדיקים - ווערן געדורקט, און פאבריצירט, אותות ומופתים חדשים לבקרים. - ליידער, קען זיין צוליב זיין פארנומענע רבנות אמת, האט דער גארליצע רב נישט אויסגעפירט זיין צוזאג. אויך מעגליך אז ער נאר געמיינט בלשון גוזמא, לאמר, כאילו צו אוועקמאכן זייער מופתים-דרוקען פלאן. עכ"פ, אבער אז מ'קען דאס - מבצע גארליץ - אויספירן למעשה, איז דאך אוודאי כדי והגון.
איך עפען דעם אשכול, אז מ'זאל אהערשטעלן דא אלע מעשיות וואס האבן זיך אויסגעלאזט נישט ווי דער צדיק/חכם/מקובל/רבי/גוטע איד/משפיע האט פאראויס געזאגט.

אלץ א דוגמא וועל איך פותח זיין מיט וואס איך האב מקובל:

א איד, א דארפסמאן איז אמאל אריינגעקומען אין שטאט אריין, אין א יריד-טאג. אינעם יענעם שטאט האט געוואונט דער דאן-באקאנטער צדיק, רבי שמשון דער פארעווער. גערופען האט מען אים "דער פאראווער" ע"ש וואס ער האט קיינמאל קיין פלייש נישט אין מויל גענומען, און אפילו אין זיין קאווע פלעגט ער נישט אריינלייגן קיין מילך, נאר אנשטאט דעם פלעגט ער ניצען "קאווע-ווייס-מאכער". זיין פרושות'דיגע הנהגה, פארוואס ער האט זיך פורש געווען פון מילך און פלייש, איז א מעשה פאר זעך.

עכ"פ, דער דארפסמאן האט געהאט א צרה אין שטוב, די טעכטער האבן זיך גע'עלטערט, פודינו ומצלינו האט דאס מאל געשפילט הסתר פנים (ס'דאך נאר א שפיל, ווייל באמת איז אלעס לטובה), קיין נדן איינצוקויפן א בחור א תלמוד חכם האט ער נישט געהאט, ודא עקא, אז די טעכטער, זייענדיג אויפגעצויגען אין א גאר פרומע בית חינוך לבנות, האבן זיך גע'עקשנ'ט, זיי האבן פארלאנג א "לערנונג-בחור" דווקא. - וויבאלד זיין פרוי האט זיך דערוויסט אז דער צדיק, ר' שמשון דער פארעווער, וועט זיין אינדערהיים אינעם טאג פון מארק (געווענדליך פלעגט ער ארומפארן די שטעטלעך מעורר זיין אידן אויף פילטערען די אינטערנאטציאן), האט זי בתחנונים פארלאנגט פון איר מאן, דער דארפסמאן, ער זאל אריינגיין צום צדיק ר' שמשון, שופך שיח זיין אויף דעם ענגען מצב, און נישט אפלאזן דעם צדיק ביז ער זאגט צו א גאנצע ישועה.

כך הוה, דער דארפסמאן האט א קוויטל געשריבן, געזאגט קאפיטלעך תהילים אינעם ווארט-ציממער, ענדליך איז געקומען זיין רייע אריינצוגיין צום צדיק. דער צדיק קוקט אין קוויטעל, און רופט זיך אן "וואס איז דיין בקשה?", דער דארפסמאן הייבט אן דערציילען פון אלף, זיין צוהאקטע אידיש און אומקלארע חיתוך הדיבור האט דעם צדיק גוט נערוועז געמאכט, רופט זיך אן דעם צדיק "איך ווייס אלץ! דער אייבישטער וועט העלפן, אלע דיינע דריי טעכטער וועלן חתונה האבן מיט בני תורה, גיך און באלד"!

עטליכע יאר שפעטער, איז דער עלסטער טאכטער א כלה געווארן, טאקע מיט א ישיבה בחור. אלע צדדים האבן זיך שטארק געפרייט מיט דעם ענבי הגפן, הן די חתן הן די כלה ביידע אזוי ערליך און הייליג. - נישט צו פארלענגערען די מעשה - בקיצור, א טאג צוויי נאך די שבע ברכות, רופט זיך אן דער נייער אינגערמאן צו זיין כלה: כלה לעבן, וואס וועט זיין מיט פרנסה? די כלה האט אוועקגע'חלש'ט שרייענדיג דערביי "פארדעם האב איך געווארט אזויפיל יאר?! געזאגט האט מען אז איר זענט א בן תורה?!".... נאך א לאנגע געפעך, האבן זיי זיך געטראפן אין בית דין שטיבל, און א גט איז איבערגעגעבן געווארן פון אים צו איר.

די אנדערע צוויי טעכטער זענען אומגעקומען אין אושוויץ.

די ברכה איז נישט פארווירקלעך געווארן.
:twisted:
Under influence

דער אשכול פארמאגט 45 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר