היסטארישע געשיכטע - אין סאמען שטורעם

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2716 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2727 מאל

היסטארישע געשיכטע - אין סאמען שטורעם

שליחה דורך משה געציל »

עס רעגנט אינדרויסן, עס גייט א רויעך... יעדער פרובירט צו זיין אינדערהיים, יעצט איז די פאסיגע צייט צו שרייבען א אלטער געשעעניש, וואס האט זיך אפגעשפילט קנאפע 63 יאר צוריק...

פארלאפן איז זיך די געשיכטע אין די בראשית יארען פון וויליאמסבורג, עס איז געעוען אין א מיטוואך סוף אפריל, און לויט מאנכע איז עס שוין גאר געווען אנפאנג מאי, ווי אזוי עס זאל נאר זיין, האבן די וועטער נביאים געהאט פארגעזאגט א שלאקס רעגן אויף א גאנצע טאג, למעשה האט זיך דער טאג אנגעפאנגען מיט א מילדע רעגן, זעענדיג אז דער רעגן איז א מילדער, האט די אלטיטשקע, אונזער בעל המעשה, מחליט געווען ארויס צו גיין ארלעדיגן אירע געברויכן.

אויסגעקוקט האט טאקע ווי דער רעגן איז נאר דא נאס צומ אכן די ליפן אביסעלע, נא! אביסעלע רעגן שאדט דאך נישט, האט זי טאקע געמיטליך אנגעפאנגען אראפשפאצירן טעילאר סטריט, מיט איר וועגעלע, מיטן ציל אנצוקומען צו אונזער אלעמען-באקאנטן "פרויקאס" פרוכט געשעפט, וואס האט זיך געפינען צווישען טעילאר און ראסס.

שוין, אנגעפילט דעם גאנצען וועגעלע מיט פרישע פרוכט און גרינצייג האט זי אנגעפאנגן אראפשפרייזן לי עוועניו, וואו פינקטליך זי האט געוואלט גיין איז עד היום הזה נישט באשטעטיגט געווארן, טייל היסטאריקער טענה'ן אז זי איז געווען אויפן וועג צו טובי'ס קענדי סטאר, וועלכע האט זיך געפינען אויף לי צווישן ראסס און ראדני, אנדערע טענה'ן גאר מיט א זיכערקייט אז זי איז געווען אויפן וועג צי וויינבערגער'ס אפעטייזינג, און ווי דערמאנט, איז די זאך נישט קלאר ביז היינט...

דא פאנגט זיך אהן די דראמאטישע טייל פונעם געשיכטע... ווי נאר זי איז ארויסגעגאנגען פונעם פרוכט געשעפט האט זיך אראפגעלאזט א שרעקליכן גאס רעגן, אזש אז די גאנצע וועגעלע איז אונטער צוויי מינוט ענדערש געווארען א שווים באסיין פאר די שווימעדיגע פרוכט...

בעצם הגאס הזה, ווען די אלטישקע האט זיך ארום געשלעפט מיטן וועגעלע אויפן גאס גיין ערלעדיגן אירע געברויכן, און אין די אנדערע האנט האט זי געהאלטן א שירעם וואס איר קענט אייך אליין פארשטעלן אז אין אזא גאס רעגן מיט שווערע ווינטן איז איר אויסגעקומען עטליכע מאל זיך צו דארפן ווילדערהייט ראנגלען צו ראטעווען די שירעם פון גיין לחיי עולמה...

ענדליך ענדליך האט זי זיך שוין געספראוועט זיך צו זעהן ביים טיר פונעם אפארטמענט בילדינג וואו זי וואוינט, זי פאנגט אהן עפענען די טיר, פלוצלינג פון די אנדערע זייט גאס איז ווילדערהייט געקומען צו פארן א פאליציי מאן, נאכיאגענדיג א קליינעם שווארצן טרעקל וואס האט נארוואס אינמיטן סאמען גאס ווילדערהייט געפעסט צוויי רויט לייטס, זעהענדיג אז עס גייט נישט מיט גוטן האט דער פאליס מאן ארויסגעצויגען דעם רעוואלווער... באט איין מינוט איין מינוט! כאפ נישט קיין הייסע לאקשן... איך האב אויסגעלאזט א גאנצע שטיקל פונעם מעשה... לאמיר צוריק גיין אפאר מינוט...

נאך גייענדיג אויפן גאס, אויב איז נישט גענוג געווען אז זי האט זיך געדארפט ראנגלען מיטען שירעם האט זי זיך פלוצלינג צוהיסט אויף אן אבנארמאלען אופן, אזש ווי די צוקוקער האבן שפעטער פארציילט פאר די אויספארשער, האט זיך געקענט דאכטן אז עס האט זיך פון פריש גענומען דונערן, ענדליך נאך אפאר לאנגע מינוטן האט זי ענדליך באוויזן זיך צו בארוהיגן....

שוין, צוריק צו וואו מיר האבען געהאלטן, שפילט זיך יעצט אפ א שרעקליכע דראמע אין פארנט פונעם אפארטמענט בילדינג וואו די אלטיטשקע געפינט זיך, דער אפיציר שטייט מיטן אויסגעשטרעקטן רעוואלווער, און האלט שוין אט אט ביים שלעפן דעם צינגל, עמיר מאכן די מעשה בקיצור...

פלוצלינג פפפאאאאאאאאאא!! דער אפיציר האט געשאסן אינעם ריכטונג פונעם קאר, אבער אין דעם לעצטן מאמענט האט דער קאר באוויזן צו פארמיידן די קויל וואס האט אנשטאט דעם זיך גענומען פליען אינעם ריכטונג פונעם אלטיטשקע....

ע"כ קבלתי, יעצט וואס פון דא און ווייטער וואס עס איז געשעהן איז מיר זייער נישט קלאר, קודם כל האב איך נישט געקענט דערגיין, צו די פרוי איז באטראפן געווארן פונעם פליענדיגען קויל אדער נישט? און אויב זי איז יא באטראפן געווארן, האט זי עס איבערגעלעבט? איז דער אפיציר אמאל פארהאלטן געווארן פאר אויספארשונגען? האט מען באוויזן צו כאפן דעם קליינעם טרעקל וואס האט געפעסט די צוויי רויט לייטס?

איך האב שוין אסאך גענישטערט און געפארשט, כמה וכמה שעות בין איך שוין געזעצען ביי זקנים וואס געדענקען נאך יענעם מעשה און פון יעדעם האב איך נאר געהערט דעם ערשטען טייל, און וואס איז געשעהן ווייטער האט קיינער נישט געוואוסט צו דערציילען, און אינטערעסאנט איז אז דער ערשטער טייל, האט יעדער איבערגעגעבן גענוי מיט די זעלבע ווערטער ממש ...

ס'רעגנט ס'גיסט... די אלטע באבע היסט... ס'קומט א פאליס... און געט א שיס...

ס'רעגנט טאקע אינדרויסן, אבער גלייבטס מיר אפילו אינמיטן סאמען גאס ווען איר ראנגעלט אייך מיטען שירעם, וועט א שמייכל נישט שאטען...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר