מיינע געדאנקען

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
atmybest
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

מיינע געדאנקען

שליחה דורך atmybest »

איידער איך גיי אריין אין די שמועס, וויל איך מקדים זיין מיט די באוואוסטע קשיא פון הרה'ק בעמחת'ס בעל קרי זי'ע, וואס ער האט געפרעגט, פארוואס קומט אלעמאל אויס די ימים טובים אין חודש תשרי?
דורכאויס די יארן זענען ארויסגעקומען צענדליגע צו אפילו הונדערטער ספרים, פרובירנדיג צו פארענטפערן די קשיא.
זיצנדיג אין די כבוד שטוב נעכטן, איז מיר איינגעפאלן א מוראדיגע פשט אין דעם.

ווי יעדער ווייסט, איז דא 12 חדשים אין א יאר. תשרי איז די ערשטע חודש. יעצט מיר ווייסן אז סוכות איז אלעמאל 5 טעג נאך יום כיפור. יום כיפור איז אלעמאל 10 טאג אין חודש תשרי. יעצט, וויבאלד ראש השנה איז טייטש די אנהויב פון די יאר, מוז זיין אז א' תשרי איז אלעמאל ראש השנה.

שוין, יעצט קען מען גיין ווייטער:

תשובה איז א זאך וואס האט נישט דוקא מיט א זמן. מען קען תשובה טון סיי ווען מען וויל נאר.
ראש השנה און יום כיפור איז פשוט א טאג וואס וויבאלד עס איז די ערשטע טאג פונעם יאר, באשטימט מען ווער עס וועט איבערלעבן די יאר, און ווער נישט.

המשך יבוא.
ביטע קאמענטירן, אבער נישט אריינפירן אין צימעס.
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר