א כפרה האלאוקאוסט.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

א כפרה האלאוקאוסט.

שליחה דורך פעדער »

[justify]דאס יאהר האבן מיר אפגעראכטן א כפרה שלעגעריי, אינמיטן וואך, ווען די פרויען שלאגן, מיינענדיג אז באופן זה וועל איך מיר פיהל איינשפארן. כ'האב קיין כח צו דעם געדרענג און אומטאלערירבארע (צער מבעלי חיים) אנשיקעניש, און שטיפעניש וואס הערשט ערב.

מיר רוקן זיך אן צום פארזאמלונגס ארט. אפעל פלאץ. אלע טשיקעלע-קאצעטניקעס, ליגן אריינגעדריקט אין די פארעיפוש'טע באראקן-בעטן...אין אזעלכע פארשמירטע קעסטעלעך. אריינגעפרעסט צוואנציג פון די פליענדיגע חזירים'לעך, אין א קעסטל. פון יעדע לעכל האט ארויסגעקוקט צו מיר א אויגעלע. ווי מיין אויג האט נאר א בליק געטאהן, האט א בלינקעדיגע תמימ'דיגע אייגעלע זיך געשאקלט צו מיר, ווי ער זאל זאגן צו מיר. "העי...דו דארט, דו מיינסט אז דו קענסט מיר איבערקלוגן.

דו גאנצע גאס פון א שטרעקע ארויפציהר איז שוין געווען באפאקט מיט קארס, טראקס, באסעס, און איבעראל-ארומלויפנדע באקסעס, מיט כפרה'לעך אריינגעדריקט דערין. ווי נאר איך טרעט ארויס פון קאר, האט מיין שיך, אריינגעטרויטן אין די געמויזעכטכס, באקומענדיג א נייעם גרינעם אויסזעהן. מער א גרינליכע-פאַרעמהויז אויסקוק. און אפ' דער אלטער גויאישער שכן, מיט די אויערען-מאשינקעס. האט זיך אנגעהאלטן די אויערן פון די קראקערייען, און ברעטשערייען פון די אויפגעברויזטע אביוזטע הינער. מיינע מיידלעך האבן זיך געווארפן פאר שרעק, זיי האבן די קעפ טיפער אריינגעשטעקט אינטער די ברייטע בחורים-רעגן מאנטלען. זיי האבן נעבעך ערנסט געהאט א הוא אמינא אז ס'עט זיי אסאך העלפן ..ווי זאגט מען? א פרוי טראכט און גאט לאכט.

מיין קליינע לאזי, איז שוין געשפרונגען פון די הויזן, נאך א מינוט, און ער איז שוין נישט געווען צובאקומען. א שטינק האט געשוועבט אין די לופטן. מיין מער ערוואקסענער עדאלט, האט אנגענומען דעם ענין מיט א ערנסקייט. ער האט נאז איידעל אריינגעבויגן אין קאלנער, די לינקע האנט אריינגעשטעקט אינעם רעקל. גענימען דעם לעמענעיטעד, בני אדם, וואס ערגעץ אינצווישן די שיכט, טשיקן-זאפט, האט מען געקענט דערקענען אותיות.

די בין האזמאנים בחור'לעך האבן געשלעפט די אומשולדיגע עופות, ביי יעדעס פעדער וואס זיי האבן נאר געקענט אנכאפן, איינער גיט א שלעפ א פיר שטיק אויף איינמאל צו באווייזן זיין אויסטערלישע גבורה, די קאַפאָרעס האבן געמאכט אזאלכע געוואלדעס, שטיקער פעדערן זענען ארומגעפלויגן איבעראל. מיט זיינע אומבאלימפערטע הענט האט ער אויסגעריסן זיינע פליגלען, נאך אריינשטופענדיג פינף פינגערס צווישן די פליגלען ווייל דאס טוט בדוק ומנוסה צוריק האלטן דאס חלש'ן. די בייכער פון די נעבעכדיגע טשיקעלעך זענען נאס און געל געוועזן. און יעדע וויילע האט ער אונטערגעהויבן דאס קעפל און זיך צעשריגן א קוקוריקי.

און פליצלינג זעה איך ווי א טשיקל, רייסט אדורך צווישן די פיס, יאגט ווי א ווינט. ער שמוגלט זיך דורך אלע פרויען, און די עולם דארט שפרינגט און פעחאָד'נט מיט א אנווארפענדער שרעק. א ברייט פליישיגער בויטשיק יאגט אים נאך. און דער כפרה'לע לויפט נעבעך פאר זיין לעבן, ער איז א בורח מפני אדונו. גענוג איז גענוג. ער האט דיסיידעט צו נעמען די פיס אויף די פלייצע און מאכן זיך אליין א עק צו זיינע צרות . צואיילן דעם קץ. ער שפרינגט און האפקעט איבער אלע קעסטלעך אריינפירנדיג דעם נאכיעגער אין אזוינע מקומות און אוועקשטייענדע ערטער ווי דער בחור וואלט אפ' אין קריגס צייטן נישט אריינגעסטעפט. און דער שמערל געט אים א כאפ מיט זיינע פראסטע הענט, א צודריק. און נאך א גוטן שטויס אין די זייט פאר די חוצפה פון אפ' וועלן דעזעטירן.

ס'א רחמנות געווען צוצוקוקן ווי די צום-שלאגן-אנגעגברייטע האבן געשוויצט ווי קליינע טערקן, אזוי ארים נעבעך אויסגעזעהן. די רויטע עקן, באדעקט מיט הארטע געלע נאסע, אניצי פשתן. זיי האבן געמאכט א פנים ווי פוטשע שטריימלעך נאך א פלאָטשיגן רעגן. און די באצווינגער האבן ארויסגעפליקט דעם כפרא פון שטייג. אריינגעטונקען אין א נעגל וואסער שיסל צוויי מאל גרעסער דעם עוף'ס סייז. וויבאלד ער איז דאך נעבעך הייס. דער הינדל האט זיך קוים געקענט כאפן דאס אטעם, ער האט געשפירט ווי ער דערטרונקט זיך נעבעך. געשפיגן האט ער א קורטוב מים שלנו. און דער יונגאטש, וואס האט אים געווארפן מיט אזא קאלט בלוטיגקייט האט זיך נאך געאיזדיקעוועט מיט אים, באווייזנדיג קונצן וויזוי ער קען אים דרייען צוואנציג סיבובים א מינוט.

איך האב פלינק איבערגענומען דעם כפרה, כדי צו לינדערן אביסל זיין גרויס צער, און זיך שוין געוואלט ווי שנעלער ארויסזעהן פון דאנעט, איבערלאזן די עבירות ביי די כפרה-יונגעלעך. מיין לאָזי האט שוין אין די צייט, זיך היימיש געמאט מיט א שיינע פאר מנינים טשיקנס..

איך נעם דעם ערשטן נקבה, שאקל אים קודם גוט אויס, אז אויב האט ער נאך עפעס פון די נישט גוטע, אין זיך. עטוואס פון די ציעדיגע ווארע. זאל ער עס שנעל אויסגיבן, און נישמיר אנמאכן א פאלאטשינטא פון וואס כ'על מיר נישט אזוי שנעל ארויסדערזעהן. איך דריי אים אזוי פופצן מאל, אזש דער שכנ'ס כפרה האט אים שוין מקנא געווען פאר די וואונדערבארע טריטינג וואס ער איז זוכה ביי מיר. אים האט מען נאר געדזשאכעט, און געווארפן.

מיין מלכי ציעט זיך איין פאר עקל. כ'זאג איר .."מאמעלע" קום אהער, נאָ, מאך דיר נישט נאריש, סדויערט סך הכול איין מינוט. זי בייגט זיך אראפ, דער טשיקן קוקט מיר אן, ווי אין די בני אדם אריין, מיינענדיג אז ווער ווייסט וואס כ'גיי אט אט אפטוהן מיט אים. כ'זעה ווי ער באהאלט זיין האלז, בייגט זיך ארונטער, און פארשייט זיינע אייגעלעך..כ'האב שיער געוואלט אנהויבן שרייען "הצלה" הצלה" ראטעוועט! ראטעוועט! א טשיקעלע גייט חלש'ן ....אבער ער האט זיך אריענטירט. ארומגעקוקט, און ארויסגעקרייעט, אן הסכמה. ווי צוזאגן "איים אקעי"

שוין אז ער האט געגיבן דעם גרינעם ליכט, הויבט מען אן דרייען..
מיין מלכי קנייטשט זיך אראפ ביז דער אדמה. און די טשיקעלע הייבט אן מאכן געוואלדעס, און ברקים..כ'האב אפגעשטעלט דעם מארד מאשין פאר א סעקנט. כ'גיב א דורכדרינגליכע בליק אויף עם, צו מאכן זיכער, אז ער האט נישט בויך ווייטאג. א קוק אויף זיין קאפ, א קוק פון הינטן, און יאלא..מ'דרייעט שוין ווידער.
אבער..זעהט אויס אז זיין גוטהארציגער אייגנטומער האט אים היינט סערווירט א עקסטערע פארציע קערנדלעך , און ער האט נאך יא געהאט וואס צוזאגן. שוין לאמיר בעסער נישט רעדן..ס'איז גענוג אזוי צוזאגן. אז ער האט אראפגעשלענגלט א פארציע, און לאוו דוקא אויף די רעין קאוט, נאר אויף מיר ארויף טאקע. אויפן שיינעם איבערגעפיצטן היט..און ס'האט זיך דערקענט אז ס'איז אים פוהל לייכטער געווארן.
ונודע לי כי באו אל קרבנה.

ס'איז איבעריג צוזאגן אז די איבריגע אין די ווייבער שוהל האבן שוין געשלאגן אויף א גרויסן געלט סומע דעם יאהר. די טרואמע איז געבליבן אויף זיי, און איבערגעלאזט א טיפער רושם. עטליכע זענען פון דארט, תיכף אריבער צו די פארמעסי קויפן א פרישע פעקל שמאטקעס. און הערט ליבע אידן, מיינט נישט אז מיטדעם האט זיך עס געענדיגט...אוי האב איך נאך פארארבעט מעשים, און ביטער זיך געפלאגט מיטן "אליין" דרייען אויף מיר. כ'האב מסתם געדרייט אזא צירקע צוואנציג מאהל, האבנדיג א איסתפקתא. אויב עס האט טאקע פולקאם ארומגערינגלט מיין קאפ, און צו ס'איז גענוי געווען די שעיפ פון א זיראו, אדער פון א פ', -- וואס לויט געוויסע פוסקים האבעך מורא איז עס נישט לכתחילה שבכתחילה. און נאך אלעם האב איך נאך ערב יו"כ ווידער איבער געמלק'ט כפרות. אויס מורא, אז כ'האב אפשר צו פיהל געזינדיגט אין די פאר טעג. אזוי אז כ'האב מיר אייגנטליך גארנישט געשפארט.

ביי תשליך דאס יאהר זענען ליטשערלי פארגעקומען ווילדע צונאמיס, אין טייך, פון די הויפענעס זינד וואס מען האט אריינגעשאטן אין איהר. אינקלאדינג די זינד פון זיך איזדיקעווען איבער די שוואכע עופה'לעך, וואס שרייען "נישט נאר מ'שעכט אונז, מ'שינדט אונז די הויט, מ'קעמט אונזער פלייש, מ'ווארפט רוב אוועק אין מיסט קאסטן, טוט מען אונז נאך איינמאל א יאר צאמקוועטשן אין די היצן, אויסהונגערן מבוקר עד ערב, דרייען, שאקלען, שלאגן, און שטויסן. מרודים ומרוטים אנחנו.. און נאך אלעם גיט מען אונז א באגאזש מיט די גרויליגסטע זינד, אבער הער! נאך נישט פארטיג. דערנאך פרעסט מען אונז געבראטענערהייט. און מ'קלאפט זיך אויפ'ן בייכל "לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים כי חדות השם הוא מעוזכם".

שוין וכאשר סבלתי סבלתי..ס'העט זיכער זיין (און געווען) א כפרה אויף מיר און אויף אלע אידן[/justify]

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר