בלאט 1 פון 1

ביאור סוד בסדר אכילת פיצא

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 8:04 pm
דורך big joe
רזין דרזין בענין אכילת פיצא

ווייקענ׳דיג זיך אזוי אין בור היינט צופרי, איז מיר פארענטפערט געווארן א שווערע שאלה וואס באדערט מיך שוין עטליכע יאר. אינז וויסען דאך אז הנך לישראל דבני נביאי הם, און ממילא יעדער דבר טוב וואס איז א מנהג אין כלל ישראל האט דאך זיכער א יסוד בהררי קודש, און וועגען דעם זוך איך שוין א לאנגע צייט א פשט אויפן מנהג קודש וואס היימישע יודן פירן זיך, אז ווען מ׳עסט פיצא בייגט מען עס אין האלב און מען עסט עס אזוי. ולא ידעתי מנהג זה מהיכן הוא חי.

אבער זייענדיג אין מקוה זיך טובל׳ן און אינזין האבן די שמות וואס מ׳ברויך, איז מיר איינגעפאלן א פשט וואס לולי דמסתיפנא וואלט איך געזאגט אז דאס איז דער מקור. ״פיצא״ איז בגי׳ 181 כמנין ״מאכלי בהמה וגוי״ (מיט די 3 ווערטער). ווי אזוי קען מען אינז עס מתקן זיין און מעלה זיין די ניצוצית דקדושה? נאר דורך איינבייגען די פיצא. ממילא קומט אויס אז אויף איין זייט איז דא ״פי״ בגי׳ 91 (מיטן כולל), און אויפ די אנדערע זייט איז דא ״צא״ בגי׳ 91. אז מנעמט די מאכלים פון גוים און בהמות און מאיז זיי מעלה פארן באשעפער (די צוויי שמות פון די רבש״ע צוזאמען איז בגי׳ 91) איז מען מיט דעם אלעס מתקן.