א שמייכל גאראנטירט דורך רוסישע דרייווערס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 562 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

א שמייכל גאראנטירט דורך רוסישע דרייווערס

שליחה דורך אליצפן »

די מצב אויף די ראודס אין רוסלאנד איז איום ונורא. עס קומען דארט פאר איבער 200,000 עקסידענטן מיט איבער 30,000 פאטאליטעטן יעדעס יאר. די קאמבינאציע פון שלעכטע ראודס, שיכור'ע דרייווערס, און כמעט שטענדיגע שניי/אייז אויפן ראוד, שאפט גאר א טויטליכע סיטואציע.
אזוי אויך די איז די פאליציי דארט קארופטירט עד לב השמים, און ווער עס צאלט מער געלט אויף אים שרייבט דער פאליס אז ער איז אומשולדיג, ווי אויך שטעלן דארט מענטשן אונטער עקסידענטן בדווקא, ווי למשל מאכן א פלוצים'ער שארט סטאפ וכדו', כדי איינצומאנען אינשורענס.

לעצטנס איז צוליב דעם אלעם געווארן דער סטייל דארט אז יעדער אינסטאלירט א דעשבאורד קעמרא אין זייער קארס, אזוי זעט מען קלאר ווער ס'איז שולדיג, און פטור אן עסק.
למעשה די ווידיאוס וואס זענען דא פון די קעמראס זענען שאקירנד און פאני ביז גאר. מ'זעט זיך ממש אין א וועלט פון שיכרות און הפקרות, וואו דרייווערס טוען ככל העולה על רוחם, און מענטשען ווערן געהארגעט רעכטס און לינקס.

אין דעם אשכול וועל איך אראפברענגען די סאמע שאקירנדע און ווילדסטע עקסידענטן וואס כ'קען נאר געפינען.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MK_Y7YmBHFQ[/youtube]

אכטונג: דער פאלגנדער קליפ איז נישט פאר שוואכע הערצער


[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=erkruxSpoXk[/youtube]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום אליצפן, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 23 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר