בלאט 1 פון 1

נאבעל פרייז געווינער - חסידים

נשלח: דינסטאג אקטאבער 15, 2013 5:09 pm
דורך יואליש
ס'איז באקאנט די שענדליכע אנטיסעמיטיזים וואס הערשט אין אסלא קעגן חסידישע אידן. פון די אלע נאבעל פרייז געווינער דורכאוס די יארן זענען פארהאן פיל אידן, אבער קיין איין חרידי'שע איד. דאס קען נישט זיין קיין פערצופאל, זינט עהרליכע אידנטום באטרעפט א באדייטענדע חלק פון די אלוועלטליכע אידישע אפשטאמיגע, אבער צווישן די געווינער זעהן זי זיך בכלל נישט אן, איז מוכרח אז אסלא איז אויף אן ליבעראלע אנטי-רעליגיע מלחמה. אנדערש איז סטאטיסטיקלי נישט מעגליך.

ס'איז צייט צוריקצושמייסן. מיר וועלן באקרוינען אונזערע אייגענע נאבעל פרייזן!

לאמיר אנהייבן מיט די נאמינאציע פראצעס און אים ר"ח אדר ב' וועלן די ענדגילטיגע געווינער באעהרט ווערן.

חסידיש נאבעל פרייז, ליטארעטור: דבר יום ביומו
חסידיש נאבעל פרייז, מעדעצין: מרת ווידער
חסידיש נאבעל פרייז, עקאנאמיקס: כולל חצות
חסידיש נאבעל פרייז, פיזיקס: פלאסטישע בעג שוץ נגד טומאת מת שבוקעת ועולה
חסידיש נאבעל פרייז, כעמיסטריי: כרייענעיז
חסידיש נאבעל פרייז, שלום: וואסידאס?