ס'קוקט אויס ווי א וויץ. נייע רעגולאציעס וועגן פאשקעווילן

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
מלא וגדוש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 62
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 12, 2013 2:42 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל

ס'קוקט אויס ווי א וויץ. נייע רעגולאציעס וועגן פאשקעווילן

שליחה דורך מלא וגדוש »

בס״ד

מיט גרויס פרייד ווילן מיר מודיע זיין פארן ציבור אנ״ש תושבי אז נאך גרויס מיה איז אונז ב״ה ענדליך געלונגען צוזאמענברענגן פארשידענע וועד'ס פון פאשקעווילן ווארפער מיט די שטאט'ס סענעטאציע דעפארטמענט אויף א געמיינזאמער מיטונג.

פארשידענע עצות זענען געווען אויפן טיש. צווישן אנדערע, אז מהיום והלאה וועלן פאשקעווילן געדריקט ווערן אויף מאגנעטישע פאפיר וואס מ'וועט ארויפלייגן אויף די אויטא׳ס פונעם ציבור, און די שטאט וועט דעקן די צוגעקומענע הוצאות. אן אנדערע הצעה איז געווען אז די שטאט וועט שטעלן באצאלטע מענטשן ביי פארשידענע פלעצער איבער'ן שטאט, און זיי וועלן פארליינען די פאשקעווילן פאר די דורכגייער.

נאך אלע מעשות און טענה'רייען איז אונז ב"ה געלונגען אויסצוהאמערן אן אפמאך מיט די שטאט. און דער פלאן איז, אי״ה וועט די שטאט אינסטאלירן עטליכע גרויסע עלעקטאראנישע בילבארדס, איינס אויף לי עוועניו ביי ראסס סטריט און איינס ביי לי און וואלעבאט וואס וועט קענען געזעהן ווערן פון די גאנצע געגענט.

א יעדע פאשקעוויל וואס וועט באשטעטיגט ווערן דורך די וועד וועט תיכף ומיד ארויפגעלייגט ווערן אויף די ריזיגע על סי די סקרינס, און מיט דעם האפן מיר אי״ה אפצושטעלן דעם גרויסן שמוץ און חילול השם וואס פאשקעווילן שאפט דא אין שטאט, און בעז״ה וועלן מיר אי"ה קענען אנגיין מיטן עבודת הקודש פון פארשעמען און אוועקלייגען די יעניגע וועלעכע גייען נישט אין שפאן מיט אונזער השקפה.

מיר ווילן ביי די איצטיגע געלעגענהייט נאכאמאל מודיע זיין אונזערע פרייזן פארן ציבור.

באשמיצן א איד $500
באשמיצן א גוי $10,000
צולייגען א בילד $300
נאמען אן א ר' $100
צולייגען ימ״ש $450
שרייבן "פרטים יבאו" $200
שרייבן "וד״ל" $125

מחלוקת בארץ ישראל הנחה של 75%

רבנים דיסקאונט 25%

אראפנעמען א פאשקעוויל $2,500

פאשקעווילן לצורך עקסטארשען אד״ג 35% של הכנסה, וד״ל.

פאר אלע אייערע פאשקעווילישע געברויכן ביטע פארבינדט אייך מיט איינע פון די פאראויסגעברענגטע אפיסעס

תושבי וויליאמסבורג
השכנים
וועד שמירת שבת
וועד החינוך
מוסדות התורה
פארווייטאגטע שכנים
פארווייטאגטע טאטעס
פארווייטאגטע מאמעס
אנגעווייטאגטע מענטשן
וועד לשמירת קדושת ירושלים ד'אמעריקע

מחמת איזה סיבה אויב קענט איר זיך נישט פארבינדן מיט איינע פון די אפיסעס, עפענט אויף א שייטל סטאר אויף לי עוו.
איך בין אביסל נישט מיט אלעמען. מיט אנטשולדיגונג

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט