יואב איז צוריק - 'ך טו תשובה!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

יואב איז צוריק - 'ך טו תשובה!

הודעהדורך יואב » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:34 am

את חטאי אני מזכיר היום! אהער געקומען בין איך ענערגיש, גוטמוטיג, אנגעפילט מיט שאיפות צו בא'יואב'ען דעם שטיבל מיטן זעלביגע אייפער דער בר מצווה בחור'ל פארכאפט דעם ברעטל. סתם שעפן עמערס מיט אינהאלטספולרייכע סחורה פון אלע סארטן איז מיר עפעס נישט געקומען אין באטראכט, פארגלויבט בין איך געוועזן אין דעם כוחי ועוצם ידי.

געקליבן האב איך מיך א בראווע נאמען נאך א היסטארישן פעלד-מארשאל, געגלויבט ס'וועט העלפן ווי אויף א לעבעדיגן באנקעס אריינצובלאזן קוראזש צו פאר'תכל'עווען די צייט דא שחר ונשף מיט שובבים'דיגע רציפות. פון ללמוד האב איך נישט געוואלט הערן, נאר מיט איינגערעדטע שעפערישקייט פעסגעשטעלט "ללמד", יא ללמד, דאס באלאנגט צו מיר, דאס איז מיין שורש הנשמה. ווילדערהייט, צעפלויגן, און טאטאל אומקאנטראלירט האב איך ווי יאסעלע סלוצקער דורכן קוימען מיך אריינגעגליטשט אינעם שטיבל ארויף אויפן הייסען פריפעטשיק, וואו דעליקאטע סאמאטוכעס ס'פאדערט סענסעטיווע אבזערוואציע זענען געוועזן פארמישט אין שלעפן די פלאם פון דעבאטעס המפעפעות באוויר אין ריכטונג פון דרייסטע הוה אמינות און וואקעלדיגע מסקנות ס'האט אנטבלאנגט חכמים ונבונים גדולים וטובים ממני.

געמיינט האב איך כ'בין ביי מיין באבען אין רעטעך גארטן, אבער וואס ווייסט דען דער מענטש. די מאכטפולע מציאות האט איינגעשלינגן מיין פראפייל מיט א מויל אזוי גרויס ווי אלע פערצן קיען פון פרעה צוזאמען, און מיין ביטערען איגנאראנץ האט פארכאפט דעם אויבערהאנט געבענדיג אבסעלוטע גערעכט פארן רעאליטעט. מיינע דאן-זיסע הוילע חלומות זענען זיך צעפלויגן ווי כתבי פלסתר לפני רוח, און געבליבן בין איך ווי בעפאר א פוסטער עם הארץ פעאיג צו ווערן אינטערגעהערט ביי סדרים. קיין טראפ וויסענשאפט בייגעשטייערט. קאן איך דען? אשאד כ'האב אבער נישט לפחות געלעזט. קיין פינטל תורה ומחשבה געשריבן; אוי לאותה בושה. און וואס טוהט זיך מיט די אנדערע פאורעמס? אפילו א שטינק צימעס נישט געגעבן. והימים ההם היו ימי בכורי ענבים, מיטן שנה ראשונה אייפער געקלערט "מאחורי"—דער דאן רעלאטיוו נייער וועלט—קען זיין א שאס. אבער וואס ווען וואו. געדרייט האב איך זיך דארטן ווי די רשעים אין גן עדן, מ'זיצט און מ'לערנט.

אודה ולא אבוש! בעת מיינע נאקעט לערע אמביציעס האבן זיך געוועבט מיט אילוזיע געווייקטע שפייאכץ, איז דער מייסטער שרייבער@בענדזשאמין פרענקלין ערשינען אויפן פאודיעם, פארכאפט די היכל התשובה מיט דעם שרעקעדיגן "ך", און פארשפראכן א גייסטרייכע קבלה על העתיד. זייענדיג א גרינער דא, דענק איך האט זיך פארמירט א שטיקל ויתרוצצו אינערהאלב מיינע "עמק הדבר" קעמערלעך.

"יואב"! הער איך דער וועלט'ס פארזארגער מיט א שיטער-הייזעריגן מחאה קול נודנען ביז צום שטאם פון מיינע געוויסן. און אן אים געבן די ערלויבעניש צו עפענען דאס פיסק, זעצט ער פאר מיט א געמאכטע תמימות ווי בלעם'ס איידל זאל ווען רעדן מתוך גרונו: "האלסטו דו וועסט נאך אויך ברויכן תשובה טאהן אמאל?"

"וואסי? מ'גראבט שוין ווייטער קברים?" ווארף איך אים באלד פאר ווי א נבון איבערגעפילט מיט פוסטע אראגאנץ.
"אויסגעלאפן פון דאגות" זעץ איך פאר מיט שפאט כאילו כ'בין געבוירן א קאווע שטיבל מיטגליד. "גיי, גיי דיר צו די שווארץ יארן".

סארא מאניאק! נאך נישט עספיעט צו שרייבן א גאנצער תגובה, והנה השיגעון הלז מרקד בקרבי.

אבער אפשר...עה הע העם.

און אט הער איך דעם צד שכנגד: "נעה! ווען וועסטו זיך שוין אויסלערנען אז נישט אלץ מיינט מען דיך—הא יואב'ל? תשובה! דאס איז געמאכט פאר @דבילה, פאר בנימין'נען, נישט דיך מיינט מען". יע! די קול קאן איך גוט. דער ייצר הרע מיט זיין דיקע אונטערן-נאז שטימע איבערגעפילט מיט א גרילצעדיגן מאס בעיס און קראצעדיגן ווידער קול.

נו, ווער ס'האט געווינען זעהט איר דאך אליינס. הנני מודה, מתוודה, עוזב ומתחרט בשברון לב, בידים רפות וברכיים כושלות.

געווארן בין איך אן אזרח אינעם שטיבל, געדרייט דא האב איך זיך ווי די אלעמען באקאנטע יעניגע פון די משלים, וועלעכע אנשטאט כאפן אוצרות פונעם מלך האבן זיי זיך באשעפטיגט מיט זייטיגע אויג-פארבלענדנע נארישקייטן. ס'איז מיר געווארן גאנץ באקוועם דא ממש ווי דער עבד עברי'ס אהבתי את אדוני, און ליידער, וישמן ישורון ויבעט. זיך אויסגעלאכט פון מחנכים און קלוגערע פון מיר וועלעכע האבן להנאתי ולטובתי מיך געווארענט "דו ווייסט נאכנישט אלעס יואב'ל טייערע, הער שוין אמאל וואס קלוגערע האבן צו זאגן". אוי ווי גערעכט זענען זיי געוועזן. נאך ווי! אוי ווי ס'בענקט!

צום סוף ווערט מען דאך נמאס פון אזא ליידיגן לעבן, און מחשבות זרות אוועקצוגיין פון דא האבן אנגעהויבן ווירבלן אין מיין מח פראבירענדיג מיך צו איבערצייגן סארא לאנגווייליגער קאווע שטיבל איך געפין זיך אין. כאדם התולה את "קלקלתו" על אחרים, האב איך אנשטאט מערקן איך בין דעם פראבלעם דאס אנגעווארפן אויף אנדערע. "וואס @לעיקוואדהאלט ווייסעך שוין" האב איך זיך געוויצלט ציניש ווי אן אויבער חכם,
"מ'צעברעקעלט שוין זאגאר די פאום-קאפס אזש צו גאר פיצעלע שטיקלעך" האב איך מיך געשפירט ווי א ישיבה קטנה גוט זאגער.

נו, כאפט מען דעם וואנדער שטעקן ווי אינעם אמאליגען היים, און יאללא! מ'גיימיר פון דא. אבער יעדער וועט דאך מודה זיין א היימישער איד אן א קאווע שטיבל איז דאך ווי א טראטואר במחנינו אן א "כולנו לוואשינגטאן" זיגל, ווי א גוישער כל העולם כולו אן אויסגעלאסענע אטראקטיווע סחורה, און ווי אונזער זיסער @Berlbalaguleh אין אן אבסעלוט סמיילי-לאזער וועלט.

האבענדיג דעם אומרירבארען כלל אז "א איד גיבט זיך אן עצה", האב איך באשלאסן איך פעקל מיך טאקע אפ פונעם ווירטואלן קאווע שטיבל, פארט אבער, וועל איך זיך סטאנציאנירן אינערהאלב די ראמען פון די פיזישע קאווע שטיבלעך. טא וואו אהין זאל איך גיין? אין די היימישע שטיבלעך ברעך איך שוין פון די ר' מאטל און משה יענקלעך. אריינצוקומען אינעם סמעדריש בפרוח פאשקעווילן כמו עשב (נ"א: על עשב, ואלו ואלו) טאנצט מיר שוין אויף די געהירן מיט שטינקעדיגע זאקן. קריטישע וואלן גייט מיר שוין קריטיש אויף די נערווען, ארמארי רינט מיר שוין פון נאז, התבדלות קריכט מיר שוין פון די אויערן, קאסינא טראפט מיר שוין פון די אויגן, מציצה בפה/ זכור ברית שפייט מיר שוין פון די מויל, צומת הגידין שוויצט מיר שוין פון די גיד הנשה, אריזאנע מצות ברעקלט מיר שוין פון די ציין, גראבן קברים שטעכט מיר שוין פון די נעגל, דער נישט/יא עירוב קראצט מיר שוין אופן קרחת, טשארלס היינס--כבודו בזווית מונח--פליקט מיר שוין אויפן גבחת, בית החיים (1-2-3) איבלט מיר שוין אין די קישקעס, ביעם צענטער, תועבה, פאבליק סקול, כת הולכים בערכאות, כת הולכים לבג"ץ הציוני, דער עכטער באבוב, די פאלשע באבוב, די פאלשע פיש, די עכטע ווערים, תהלים כולל און כולל חצות. איך קאן דיזע קאווע שטיבל געשפרעכן העומדים ברומו של ארצות הברית והגלילות אויף אויסענווייניג. צוליב דיזע פלאפלערייען הייב איך מיך נאך נישט אויף פונעם ווירטואלן בית קפה.

אזוי קלערענדיג שפיר איך א גלעט אויפן אקסל. והנה, @געפילטע פיש איז שוין ווייטער דא מיט זיינע וואזשנע עצות, און ווארט נישט אויף קיין כיבודים. "יענעמס גראז איז דאך גרינער", באנוצט ער זיך מיטן אלטרא-אויסגעדראשענעם היימישען פראז וועלעכע דינט אלס אומבויגזאמער מעטאפאר צו אלע צען דיברות. "נעוודאי!" זאגט ער מיט א שטימע ס'שרייט זיין כיטרער כאראקטאר. "אז דו דרייסטעך אין אזאנע היימישע קאווע שטיבלעך אונטערן פארטוך פון אזאנע אויסעגזויגענע משה יאנקלעך, אוודאי ווילסטו לויפן צום ווירטואלן קאווע שטיבל. הא? יואב'ל? לאמיר זעהן! לכה נא ואיעצך, גיי צום דעם חניאקישער בית מדרש, חניאקעס נישט פונעם חסידישן חדר. יע, דאס איז פאר דיר יואב. דו גלייכסט דאך דו חברה".

צו מאכן א לאנגע מעשה קורץ. כ'שפאציר אריין מיט גורל'דיגע, הגם שנעלע טריט, און כ'יאג זיך צום אזוי גערופענעם קאווע שטיבל. דער גאניק צעפליקט, צעביילט, צעפראסקעט און קייקלט טראפנס וואסער; די ווענט שמוציג, נאכגעלאזט, פארשמירט און פארסמאליעט; די פאדלאגע קלעבעדיג, צעטראטן, צעקראצט, פארוויאנעט, שימלדיג, פעלערהאפטיג און צעזעצט, און אינעם איבל'דיגן שטילקייט וואנדערן עטליכע נערווירענדע פליגן און מאסקיטאס וועלעכע מאכן אויס א באדייטענדע רוב צווישן די באגרעניצטע צאל באשעפענישן ס'געפינען זיך דארטן, און פייפן אויפן מענטשהייט כאילו מ'זאל זיי נישט האבן אנגעזאגט בלוט איז קיין וואסער.

דאס קעסל וואו ס'וואסער טוהט אנגעבליך זידן שטייט מיט סבלנות שטרענג איינגעוויקלט אין א האנטוך, און שטעלט א פנים ווי א דריי יעריגס ביים אפשערן איינגעהילט אינעם פארלענגערטן טלית. און אויב מיינט איר אז דאס האט געזאלט זיין אן אנדייטונג אז די וואסער דערינען איז הייס, מאכט איר זשע א טעות. ניין, איך זאג בכלל נישט דאס איז געוועזן סיביריש געפרוירן, אשר קרך'דיג קאלט, אדער אפילו ניין טעג לוילעך. אין פאקט, די וואסער איז געוועזן עטוואס ווארימער ווי די גרעיפדזשוס און סעלצער מ'גיבט ביי קידושים, שאלעשידעס און ביי שבע ברכות'ער. פארט אבער פאר דעם- אזוי אויך-אומאפעטיטליכען קאווע איז דאס געוועזן היבש שלא מן המבחר.

קאפס איז דא די אויסגעמאגערטע מיט די ברייטע שטרייפן, טעיסטערטשויס מן דכר שמיה. מילך פעלט נישט אויס א שמעק צו טאן—ישן נושן סייווי. און דא קומט דער נישט-חסידישער משה יענקל צו גיין.

וואס זאל איך אייך זאגן, "אל תסתכל בקנקן אלא במה שיש בו" איז מיר מומענטאל פארגעקומען ווי א ברענעדיגער ניסיון.

א פארשטויבטן ירושה הוט דערויף א נעגעטיוון ערוב פון זפת גפרית חלבנה קיטור ושאר מרעין בישין; העכסט ווארשיינדליך צוליב אנגיינדע קאנסטרוקציע אין א פארזוך אנצוהאלטן די נוטיגע מעינטענענס. דאס בארד'ל פארהעלטנמעסיג ראזירט—דאס איז אבער ווי געזאגט נאר ביזן צענטער פונעם באקן. פונעם באקן ארויף באוואקסן מיט האר אזאנס ס'פאסט זיך פארן יושב ראש פונעם "ספיח קצירך" קרן, פינקלדיג דערביי א צורה פון א מהודר'דיגן לחי זקוף. צעשויבערטע פיאות קליין און דיקלעך צאפלען ווי פויגל אינעם געגנווארג פונעם אויער; צו קורץ צו ווערן פארקרייזלט, צו ברייט די אויערן זאלן זיין א בית קיבל. א מאלטי-חמץ'דיגען רעקל ללא ספק ארויסגעצויגן פון א שמות זאק הארט בעפאר די קבורה, אזאנס וואס וואלט אפילו @קאווע טרינקער געמאכט פארגיין דעם אפעטיט צו גיין א קורצען רעקל. די שארפע גרוך האט מיר באלד געפירט צום ארגינעל ווייסע, איצט געלע כתונת 'פשתן'. א בליק אריבער די שפאלטענעס פון פארעפענטע קנעפלעך האט מיטן הילף פונעם ריח געקענט באשטעטיגן אז א גרעסערע העלפט סממני קטורת איז עקספערמענטירט געווארן אויף דעם טלית קטן קוטן ומיקטן, און קען פילייכט אלס קאלירפולע מאפע זיין היבש נוצבאר. אפילו א בלינדער וואלט באמערקט אז "לבוד" קען מען שוין נישט זאגן אפילו מיט די זאקן אינעם חשבון, נאכדעם וואס די דעמאנסטרירענדע שטרייט ס'הערשט צווישן די הויזן מיט די שיך לאזט איבער א באדייטנד, און שטארק מערקבארן שטח ליידיג.

"דארטן איז די פושקע צו באצאלן פאר די קאווע" גראד ער אויס זיין שליימיגער שטימע אוועקנעמענדיג דעם ספק איך טרינק בחינם.
עוד אני משתאה,והנה, ער דרייט שוין מיטן קמיצה. "שטייט דאך אז מ'עסט און ס'נישט דא קיין דברי תורה איז כאילו אכלו מזבחי מתים"

"שטייט 'שלושה' שאכלו, און בכלל זינט ווען איז א קאווע עסן" פראביר איך מיט רעכט מיך צו פארטיידיגן פונעם דעם פגע רע.

מער האט שוין נישט אויסגעפעלט און וואס מ'קען אלץ נישט מיט איין גראבן פינגער. דער האט אנגעהויבן שיסן בקיאות ווי פון א מאשין גאן, פשעטלעך, איסורים און קל וחומר'ס האבן זיך אלע אנגעשלאסן אינעם ריתחא דאורייתא שוואנג, שאפענדיג א רויעך קנויל פון פולווער געמישט מיט שטיקעדיגע שפייאכץ דאמף. מיר האט זיך געדאכט ער וויל לא פחות ולא יותר, נאר אני הקטן אריינשלעפן אינעם "אנגייענדע" פארפלאנטערטן ענדלאזע מחלוקת צווישן המן און אחשווירוש; נבוכדנצר, עשיו, יפת, קין און די ים סוף זעלבס, צו כל העומד לזרוק כזרוק דמי אויב האלט מען אז העברה ללאו יוצאת ווייל דיברה תורה כלשון בני אדם און א פאל וואס ס'איז בעליו עמו און מ'האלט מצוות לאו ליהנות נתנו צוליב א ריבו אחר ריבו למעט נשים וטף ביי א מצווה שהזמן גרמה. און יוי! אפשר וועט ער נאך גיין ביז אזש פרעה וואס האט געהאלטן די שבטים האבן א דין ווי בני נח און יש ברירה ווייל עדי מסירה כרתי. אוי! ריבונו של עולם וויפיל אידיש בלוט און שעדליכע גזירות וואלטן ווען געקענט פארשוינט ווערן וואלטן ווען די חברה איינגעגאנגען אויף א קאמפראמיס, און געלייגט זייערע מיינונגס דיפערענצן אין א זייט. (און מי יודע וויפיל גזירות זענען טאקע צום לעצט פארמיטן געווארן צוליב קאמפראמיסן מלכים ושרים זענען צום סוף איינגעגאנגען).

איבריג צו זאגן אז כ'האב אפגעטראגן פון דאנען בעוד די ביטערע קאווע בונדלעך מיט די צולאזטע צוקער האבן זיך נאך געשלאגן ווער ס'זאל קריגן דעם אויבערהאנט צו דערלאנגן דעם איינמאליגן נאך-טעם. כ'האב אבער נאך אלץ נישט געכאפט ווי כ'גראב בלויז טיפער אינעם בלאטע. פון דארט האב איך אנגעהויבן קלעטערן ווי יתרו צו די געטער בעפארן גיור, צו פילע, און פארשידנארטיגע סטיל קאווע שטיבלעך פון אלע שיכטן און סארטן וואו כ'האב געקלערט אפשר וועל איך דארט טרעפן דעם גליק. און אויב זאל איך ברויכן שילדערן אלצדינג יכלה הזמן והם לא יכלו. אונטערשטן שורה: "קאווע שטיבל", דאס איז דער פאסיגער פארברענג פלאץ פאר מיר.

די אייגנארטיגקייט קאווע שטיבל טראגט טרעפט מען נישט קיין ערגעץ. דער חשבון איז פשוט. ווער קען דען זיין אראפגעבינדן צו איין סארט טעמע א גאנצן טאג. פון די געשמאקסטע ענינים עס גלוסט דעם מענטש, מוז ער אמאל זיך אויסלופטערן אין א צווייטע ענין. קאווע שטיבל שטעלט פאר אונטער איין דאך טיפזיניגע ווערדפולע וויסענשאפט סחורה, און אוצרות פון סתם הבלי הבלים; תורה ומחשבה פארן מח, און מאחורי פארן הארץ; אן אויספלאץ אין א שמייכל, און אויפברויז אין געזעלשאפט; אידיש אלגעמיינע נייעס, און געמיינע אידישע נייעס; ארטיסטישטע קונסט ווערק, און איבלדיגע צימעס דרעק; היסטאריע, אנשי שם, מוזיק, עמק הדבר, אחיעזר, און פאר איך פארגעס—שלום עליכם.

ווי גייט די הערליכע ליריקס פון ר' ליפא שמעלצער'ס "א קאווע" ניגון. ביטער און זיס, שווארץ און ווייס, טרוקן און נאס, קאלטס און ווארעמס, א שטארקע א שוואכע, זויער שארף, צום וויינען צום לאכן, "מ'דארף האבן אלץ צוזאם אן דעם עס גייט נישט - נאר אזוי קומט ארויס א פיינע קאווע".

ווי פאסיג זענען די ווערטער צו א רעצעפט פון א פיינע "קאווע שטיבל". חכמים ונבונים, טיפשים און קליינקעפיגע; עקסטרעמיסטן, אידעלאגן, ראצינאליסטן, רעכטע, לינקע, מעסיגע, סגולה יעגער, מופתים סקעפטיקער, אויפגעקלערטע, אפגעקלערטע, פארמאכטע, אפענע, וואנזיניגע, זיניגע, צער בעלי חיים אקטיוויסטן, סתם צער אקטיוויסטן, תוכנדיגע, פוסטע, צייט שטופערס, בעלי תשובה, בעלי מוסר און די ליסטע איז גרויס. נאר אזוי קומט ארויס דער גלאנץ פונעם זעלטן רייכע און געשמאקע רעוועלוצינערישן קאוועשטיבעלעזאציע! א זאך וואס קאוועשטיבליסטן מיט די העכסטע אויסצייכענונגען אין קאוועשטיבלאגיע קענען קאוועשטיבלאזירן דעם אינטערסאנטען קאוועשטיבלדיגע קאוועשטיבלשאפט וויפיל זיי ווילן, און דאך קומען כולם בפה אחד צום זעלבן מסקנה, אז אזא קאוועשטיבליזם ווי אונזער קאוועשטיבלריי איז נאר דא איינס, און דאס איז טאקע קיין צווייטע קאוועשטיבלונג נאר אונזער קאווע שטיבל. דעריבער איז קיין פראגע וואס האט מיר געצויגן תשובה צו טאהן, און הגם כ'האב טאקע פארפאסט עטליכע וואכן ברויך מען געדענקן אז בעסער שפעטער ווי קיינמאל.
#ך טו תשובה
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5865 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:45 am

יואב, דו האסט גארנישט תשובה געטוען.... ביסט דער זעלבער אלטע יואב..

אז דו פרעגסט מיר... טו תשובה, זעץ זיך לערנען, דו ביסט דער קומענדיגע ראגאטשובער...
יעדע שורה דיינע פארלאנגט א foot note פון צענדליגע שורות...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8495 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:51 am

ביזטו אייזן. א גאלדענע פעדער. זאג נאר די קענסט אויך א גוטע ענגליש? טאמער יא וויל איך דיך אן שתכנען מיט די ניו יארק טיימז. אבער געדענק איך באקום בראוקערי'ז (brokerage)
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2138 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:51 am

גאונות, רעיונות, דברונות, זכרונות, שגגות, זדונות, און בזיונות.
נישטא גענוג סמייליס צו רעפלעקטירן אלע הרגשים בשעת'ן ליינען. WOW
Welcome back general
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9829 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9489 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:52 am

דער יואב איז א גאון!!!
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 9:07 am

יואב?? Wow!! החייתני!!! זה היום וכו', נגילה ונשמחה בו, אויף דעם האבן מיר געווארט!
עס האט זיך געלוינט צו ווארטן אויף אזא געלונגענעם גאונות'דיגן ארטיקל!

(איך מעג האבן די קוראזש און פרעגן אויב מיינע שטופענישן האבן א חלק אין דיין געלונגענעם ארטיקל? 'ך מעג נעמען אביסל קרעדיט פאר מיר?.....)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17867 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18156 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 10:20 am

שלום עליכם יואב! עס האט זיך מיר היבש געבענקט נאך דיר.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4029 מאל

הודעהדורך אביגדור » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 10:24 am

איש שר ויואב!
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:33 am

אביגדור האט געשריבן:איש שר ויואב!

@אביגדור, שוין צייט דו זאלסט זיך אנרופען מיט מער ווי א מליצה...
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8495 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:35 am

יואב האט געשריבן:אזוי קלערענדיג שפיר איך א גלעט אויפן אקסל. והנה, @געפילטע פיש...

עטס זענטס אלע עדות, איך האב עם גטאטשט אויפן אקסל! יעצט קום מיר נישט דערציילן קיין מעשיות ווען וואו איך האב דיר געגלעט, אויפן אקסל, ענד אוו סטארי!
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7525 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:40 am

דאס איז קיין אויסרייד נישט! ווי אימער דו לייגסט א האנט טוסטו שאק'ן די אייער!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17867 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18156 מאל

הודעהדורך אביגדור » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:41 am

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך אביגדור אום מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:29 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך אביגדור » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:43 am

קאווע טרינקער האט געשריבן:שוין צייט דו זאלסט תשובה טוהן...

מיין ארבעט איז צו קאלירפול די טעג. סאררי.
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 8:19 pm
האט שוין געלייקט: 2119 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1716 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:24 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:דאס איז קיין אויסרייד נישט! ווי אימער דו לייגסט א האנט טוסטו שאק'ן די אייער!

אנטשולדיגט, דא איז נישט די פעטיש אשכול.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7525 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 12:27 pm

יעצט טוישט ער מיר חתימה.... האסט נישט די ביצים צו ממשיך זיין מיט דיין אלטע חתימה, וואס?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17867 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18156 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:40 pm

א גלוגנע אינגערמאן מאכט צייט אויף אלעס. מחיה זיין מענטשען דא אויף ק"ש איז נישט קיין קלייניגקייט, סאיז אפשר גאר א מצוה
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2138 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 2:24 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט טוישט ער מיר חתימה.... האסט נישט די ביצים צו ממשיך זיין מיט דיין אלטע חתימה, וואס?

איך האב מורא אז אויב ווערט מיין אלטע חתימה ווערן אריינגעגעבן אלס עווידענס, וועל איך בלייבן אן זיי.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7525 מאל

הודעהדורך יואב » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:01 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
(איך מעג האבן די קוראזש און פרעגן אויב מיינע שטופענישן האבן א חלק אין דיין געלונגענעם ארטיקל? 'ך מעג נעמען אביסל קרעדיט פאר מיר?.....)

הממ, שווער צו זאגן. ממה נפשך! אויב איז די גאנצע תשובה'עריי אמת ויציב, וואס איז שייך שטופענישן? האלסט ס'וואלט זיך גענדיגט אנדערש אין יענעם בית מדרש אלמלא "@שמעקעדיג"? די וואסער וואלט יא געוועזן הייס? די מילך וואלט געוועזן פרישער?
ווידעראום אויב האלסטו דאס איז סתם א מעשה'לע אויסגעזויגן פונעם פינגער, טייטש דו קומסט אנאנסירן ברבים דער יואב הארמי איז א בייזוויליגער ביליגע ליגענער, וואס וואלט געקאכט א נזיד עדשים, און דאס פארקויפט פאר אביסקעלע לייקס? קרעדיט ברויכסטו דערפאר? תשובה טאן זאלסטו, אבער זאפארט (און אויף מיין קרעדיט).

אבער דער אמת איז, יא! איך בין שרעקליך טרוד לעצטנס, אין פאקט "דעמן ביזי". כ'האב ממש נישט קיין ברעקל צייט. שמעקי מיי לאוו האט מיר היבש "@געפילטע פיש 'ס אלטע חתימה געמאכט", אז איך זאל קומען עפעס שרייבן דא. ווי א מקובל, לייק אפשפרעכער, און קאוועשטיבעליסט בין איך אהער געקומען מיט א נעתר לבקשתינו רוח עזות, און פארציילט סודות נשגבות פון א מעשה וואס האט ווירקליך כמעט פאסירט. און כ'האב הנאה איך בין נישט פארגעקומען ווי אן אומגעבעטענעם גאסט. (כ'האף הפנים אזוי).

אבער אפילו דאס איז נישט אמת ברויך מען גלייבן ס'וואלט געקענט געשעהן. פרעג איך ענק! ווען נישט איך בין מודה ס'איז פיקטיוו (נעמען זענען עכטע...) וואלט איר געחלומט איך וועל אפילו טייפן איין אות אליבא דשקר?
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5865 מאל

הודעהדורך יואב » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:11 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:יעצט טוישט ער מיר חתימה.... האסט נישט די ביצים צו ממשיך זיין מיט דיין אלטע חתימה, וואס?

איך האב מורא אז אויב ווערט מיין אלטע חתימה ווערן אריינגעגעבן אלס עווידענס, וועל איך בלייבן אן זיי.

נאה! מ'וועט דיך לאזן זיפן מעהל וויפיל דו ווילסט. ס'דא אפילו שאנסן זאלסט פאר איבער 100 יאר זיצן אויפן סי. אי. או באורד פון די מעל זיפינג דעפארטמענט. עקסטערע מעהל, און עקסטערע זיפערס.
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5865 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:17 pm

מיין נעקסטע חתימה: מיר גלעטן די אקסל, און זיפן די זיפער.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6943
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5490 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7525 מאל

הודעהדורך יואב » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:27 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:מיין נעקסטע חתימה: מיר גלעטן די אקסל, און זיפן די זיפער.

געפילטע ביזט א שוואכלינג. טאטאל אויף דעפענסיווע, די ריקצונג ברייטערט זיך אויס צו פרישע פאזעס מיט וואס א לייכטער פארווארף עס פאלט נאר אויף דיינע מעהל-אייער'דיגן זיפער. כ'האב מורא באלד בלייבסטו אן א זיפער, אן יענע זאכן, און אן א חתימה. און כמעט פארגעסן. אם אין געפילטע אין קמח. וועסט קענען פארמעהליגן די מעהליגקייט מיט א מעהלעדיגע מעהלעזאציע, עד שבילע המעהל לנצח, ומחה זיפערס מעל כל פנים.
אוי וועט זיך טוהן א "בלעק געמעלאכץ"
"Under capitalism, man exploits man. Under communism, it's just the opposite."

John Kenneth Galbraith
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1610
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6486 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5865 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 11:00 pm

@יואב מלא טעם.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2485 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 21, 2013 12:48 am

מיר האבן שוין עטליכע ניקס וואס האבן באשלאסן אז זיי טוען תשובה.. און יעדעס מאל האט זיך עס געלוינט! מען זעהט קלאר אז במקום שבעלי תשובה עומדין אין ניקס גמורים יכולים לעמוד. אזא תשובה מאהבה איז נאך חביב מכולם.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15143
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17867 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18156 מאל

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג נאוועמבער 22, 2013 4:11 am

מורא'דיג, יואב! זעה נאר טאקע זיך צו האלטן צו די החלטה, אריין קומען דא כסדר.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 4619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1748 מאל

יואב איז צוריק - 'ך טו תשובה!

הודעהדורך ירא שמים » פרייטאג יאנואר 29, 2016 12:47 am

ImageUploadedByTapatalk1454042821.297968.jpg

די עולם זאל ארויסגיין שטימען.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1003 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט