שמח בחור בילדותך!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שמח בחור בילדותך!

שליחה דורך שמעקעדיג »

די אומפארגינערס מאכן שרעקעדיג דאס לעבן פאר אלע נארמאלע מענטשן און גייען אויף די געהירן, דאס מוז מען עוקר מן השורש זיין! ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט ידידינו החשוב הרב [tag]פרישער[/tag] שליט"א געמאכט מטעמים פון אזא גוטן ארטיקל, ער איז ביכולת צו צולייגן די זאך אויף אטאם-סייז פיצי שטיקלעך און ארויסצווינגען אן אויספלאץ יעדע שורה, בפרט מיט דעם פרידישן שפראך. אבער פטור בלא כלום אי אפשר, ער איז אצינד פארנומען מיט חנוכה דאגות, וועל איך מוזן נעמען דעם עבודת הקודש אויף מיינע שוואכע אקסלען (איך האף אז [tag]געפילטע פיש[/tag] וועט עס גלעטן, כדי עס זאל מיר נישט שטערן צו שטארק).

זאג, צי ווייסטו אז מיר געפינען זיך אין שטאט מיט פארפעסטיגטע לופט און א פאלושען וואס איז גורם אסטמא פאר אונזערע קינדערלעך? מען טאר נישט אטעמען אויף די גאס! און נישט אלע בעס'כיסעס זענען ריין און מאנכע רייניגן זיך נישט די הענט יעדעס מאל און דאס איז גורם שיגעלע, טרענספעט איז א חורבן פאר אייער גוף, ווייסע מעהל איז נישט גוט פארן פארדייאונגס סיסטעם, צוקער מאכט שלעכטע גלוקאס, זאלץ הייבט די בלוט פרעשור, געפרייטע עסן הייבט די שלעכטע קאלעסטראל, רייכערן איז דאך דער מלאך המות אליינס און מאכט שווארצע לונגען, עסן שטייענדיג מאכט גראבע פוס, עסן זיצעדיג מאכט א גראבע בויך, עסן ליגעדיג מאכט א גראבע רוקן, אויף קאווע זענען אויך דא מחמירים וועלכע זענען נישט איבריג צופרידן און זאגן עס שאדט פארן הארץ (און קריגן זיך מיט מיין חתימה), והוא הדין מיט טשאקאלאד, קאלירטע סאדע מאכט הויכע צוקער (ווייסע, נישט ברוינע), בונדאש איז נישט געזונט ווייל ס'איז געפרעגלט פונקט ווי פרענטש-פרייס, בהמה פלייש שאדט פאר די אדערן, פיצא איז צו פעט און מאכט גראב און ס'איז נישט גוט פאר שידוכים, קאקאש קעיק און אראנדזש דזשוס איז נישט גוט פארן מאגן, טשולענט און ארבעס מאכן שלשול, סלאש שאדט פאר די נעגל (טאקע? נישט געוואוסט).

א הייסע מקוה איז נישט געזונט פארן הארץ, א קאלטע איז נישט געזונט פאר די פוס (און א לאולעך איז סתם אזוי נישט גוט, ס'האט נישט קיין אידישן טעם). גיין אונטער די זון מאכן בריען אויף די הויט און קען גורם זיין הויט קענסער ח"ו, נישט גיין אונטער די זון פארמינערט ווייטאמין D, גיין מיט ווייסע קליידער קלאפט צוריק די היץ פון די זון, אבער גיין מיט שווארצע איז מער צניעות'דיג, ווי אויך נאר ווייסע זאקעלעך איז גוט פאר די פוס-פאנגוס, טרינקען אינמיטן עסן מאכט גרעבצן, נישט טרינקען בכלל מאכט שליקעצן, א סעלפאן ברענגט שטראלן פארן מח, קנאבל מאכט א שלעכטן ריח אין מויל, ליינען אין דער טונקל שאדט פאר די אויגן, שמעקן טאביק איז סם המות, הערן הויכע מוזיק מיט העדפאונס אדער ביי א חתונה קען שאטן פאר די חוש השמיעה, קוקן ווי א קאנסטראקשן ארבעטער שפריצט פייער איז נישט גוט פארן חוש הראי', גיין אין פאבליק טוילעטס שאדט פארן חוש הריח (און אפט פארן חוש השמיעה אויכעט אבער אכמ"ל), שלאפן מיט א אפענעם פענצטער קען גורם זיין א צוג און דאס מויל ווערט פארדרייט, שלאפן צו ווייניג איז נישט גוט פאר אימיון סיסטעם, שלאפן צו פיל איז אויך נישט גוט (בשם מיין טאטן זז"ג...), און די ליסטע איז נאך א לאנגע (וההמשך יבא בל"נ).

וואס מיינען די שטודיער און סטאטיסטיקער און דאקטוירים פערדן? אז איך גיי סך הכל אפקאכן אביסל קאשע מיט ביטערע בראקעלי און לעבן דערויף 120 יאר? ניין וועג!! איך וועל עפעס יעדן טאג מאכן א חשבון הנפש וואס/ווען/וואו איך טו/גיי/עס/טרינק/שלאף מאכן טויזענט קאלקיולעישאנס וואס איז יא/נישט גוט ווען? איך האב עפעס איבריג צייט פאר דעם? וויל איך אייך דא מגלה דעת זיין און הויך אויסרופן: 'ך פייף ענק אלע אן! כ'וועל טון וואס מיר שמעקט, און עטץ קענטס אייך שטיקן מיט ברוינע רייז! ואני אכנס לחיים טובים ארוכים ולשלום. מען דארף די אלע צייטונגען און לעכערליכע שטודיעס אין מיסטקאסטן ווארפן, זיי האבן אלע דעם זעלבן דין ווי די פלארייד ארויפצווינגער, אלעס זענען קאנספיראציעס, גארנישט מער!

איך האב לעצטנס געלייענט פון ר' יעקב בלוי זצ"ל פון די עדה החרדית וואס איז נסתלק געווארן לעצטע יאר, ער איז געווען א העווי סמאוקער, האט מען אים מעורר געווען אז די דאקטוירים זאגן אז עס איז נישט געזונט, און עס איז א שאלה פון ונשמרתם וכו', האט ער געענטפערט בזה הלשון: "בעסער לעבן 70 רואיגע יארן, ווי איידער 90 נערוועזע"! ודפח"ח.... (איבריג צו זאגן אז ער איז אוועק בשיבה וזקנה טובה..)

נא רבותי, האמיר שוין דא א מעשה רב, לאמיר זיך אפלאזן פון די אלע אנשיקענישן, נאר מקיים זיין שמח בחור בילדותך כראוי וכיאות, אזוי ווי איינער פון די גדולים האט זיך אמאל אויסגעדרוקט בצחות לשונו "מען לעבט נאר איינמאל".. ס'איז דאך א שאד, ווער זאל דען עסן די קארן טשיפס מיט די פודינג, פארוואס איבערלאזן פאר יענעם און זיך שטיקן מיט זויערע גרינפיעס, און לעבן אויף די טייערע וויטאמינען ABCDEFGH. לאמיר זיך פארנעמען באהבה ובשמחה רבה, מיר וועלן געניסן כדבעי למהוי, רוקן אווערנייט קוגל מיט יאפטשיק, סאלאמי און פאסטראמי סענדוויטשעס, פיצא מיט פרענטש פרייס, פיינע ווייסע ראפאגאש חלות, און בעזר ה' ענזשויען לייף צו די פולסטע אזש ס'זאל גיין א רויך!
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר