הרב זבולון קיקאשטיינרציינברעכערישר

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
אויפגעקלערטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 28
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 17, 2013 7:39 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל

הרב זבולון קיקאשטיינרציינברעכערישר

שליחה דורך אויפגעקלערטער »

אין די וועלט פון ביקורת המקרא איז שווער אויסצולאזן דעם חריף עצום, בקי נפלא בכל שערי האויפגעקלערקייט הרב זבולון קיקאשטיינרציינברעכערישר וועלכער איז געווען בארימט פאר זיין ידיעות אין 'אנדערשקייטן' און אין זיינע פאקטישע אייזענע רצונות פון טון אליין און העלפן אנדערע טון פארקערט ווי זיי זענען אויפגעצויגן געווארן. (דאס איינגענארטקייט איז וואס האט אים געברענגט לויב פעים און קריטיק צוגלייך. וויאזוי ער האט געטוישט יעדן, דאס הייסט פון א מער ליבעראלן האט ער געמאכט א פרומען און פאר א פרומען א רעפארמער, אלעס לשם התחכמות הדחוף)

[וואס האט מיר דערמאנט פון הרב זבולון יעצט, איז זיין לעקציע וואס ער גייט געבן קומענדיגן שבת חנוכה אינעם געשעפט 'וואס איז נייעס' אין בארא פארק, ער וועט ארומרעדן בעיקר איבער "העליאסענטריזם" און איבער דעם לעצטן קאנטראווערסיע וואס סייענטיסטן האבן באמערקט אז ווען דער זון גייט אריבער העכער דעם 45 באבובער שול אין בארא פארק ריקט זיך עס אפ מיט עטליכע מעטער. און פארשטייט זיך די חסידים טענה'ן אז דאס איז א כבוד וואס דער זון וויל נישט שטערן דעם רבי'ן, די 48 חסידים זאגן אז דאס ווייזט אז דער זון וויל נישט האבן מיט 45 א שייכות. דאס איז הרב זבולונ'ס ערשטע לעקציע איבער א חסידישע נושא וועט דאס זיכער זיין אינטערעסאנט צו הערן.]

הרב זבולון קיקאשטיינרציינברעכערישר, (העי, ס'איז א שווערער נאמען איך פארשטיי, אבער וואס טוט מען נישט פאר אביסעל אויפגעקלערטקייט הא? מיינסט ביזט געקומען אויף דעם עולם לעקן האניג? וואס? וויפיל איז דער שיעור {אוי, מיט 'שיעור' מיין איך נישט א שיעור אין א גמרא, דאס רופט מען ביי אונז א "לעקציע"!, ווארט צו וועסט נאך קלוגער ווערן} פון טייטלבוים מיט פילעף און מיללער מיט שווארץ דרעזנער אדער אפילו קופערשטיין? קום אינגעלע, זאג שטייטעלעך מיט מיר "קיקאשטיינרציינברעכערישר" אה! ביזט שוין כמעט אויפגעקלערט דא האסט א קניפ אין בעקעלע, כמיין צו זאגן א 'לייק') איז צום מערסט געווען באקאנט פאר זיינע טיפזיניגע שיעורים יעדן יום שלישי אין רעפארם טעמפל "קאנג אחדות ושלום" אין פארט וועין, אינדיאנע. די שיעורים האט צוגעצויגן וועכענטליך הונדערטער "אידן" בייבל קריטיק'ס פון איבער מזרח אינדיאנא ביז אזוי ווייט ווי לימא, אהייא. ער פלעגט אויך שרייבן מאמרים אין זיינער צייט, אנגעהויבן האט ער מיט באריכטן דעם 'וועטער פארקעסט' פאר'ן פאפיר המאסף וואס פלעגט ווערן באלעקט פון אלע באקלערטע און שירעם קריטיק'ס.

זבולון איז א זון פון קהת קיקאשטיינרציינברעכערישר, ער איז געווען פשוט'ער שניידער ער איז געשטארבן אין 945 BC איבערלאזענדיג פאר זבולון בלויז א הונטל פאר ירושה. מ'דערציילט אז זיין שידוך האט ער געטראפן א דאנק דעם הינטל טאקע ווען א אידיש איידעלער מויד האט באוואונדערט זיין איבערגעגעבנקייט פארן כלב אינעם קרעטשמע ווי זיי האבן ביידע זיך פערצופאל געפונען, ווי דאס איידל פרוי (היינט, שושנה קיקאשטיינרציינברעכערישר תליט"א) האט שפעטער געזאגט פארן פארווערדס האט דאס צולאזט איר הארץ און די לחיים איז טאקע געווען דארט אויפן פלאץ. הרב זבולון האט אלע יארן מכיר טובה געווען דאס הינטל וועלכער איז אגב נפטר געווארן אין 978 BC. הרב זבולון האט געהאלטן א הספד אויפן הונטל וואס האט בשעתו געכאפט די מאסן, קאפיעס זענען פארקויפט געווארן ביי טוביה'ס און אויך געדרוקט געווארן אינעם אלגעמיינעם דזשורנאל.

כ'בין מובטח אז דא דרייען זיך מער וואס ווייסן איבער דעם גדול הרב זבולון קיקאשטיינרציינברעכערישר, איך ערווארט צו הערן פונעם קלוגען עולם דא וואס פארשטייען אן עסק. און ביטע לאזט דא איבער א לייק, וואס מיינסטו? כ'פארקויף מיין נשמה פאר פרי?
האלא, א לייק!



(איך האף אז קיינער ליינט שוין נישט דא. אבער כ'מוז עס זאגן, ס'עקזיסטירט נישט אזא מענטש ווי הרב קיקאשטיינרציינברעכערישר, אבער כ'זאג ענק צו ווען די תורה וואלט געלאזט שווערן אז אויב ס'וואלט יא געווען אזא איינער וואלט איך אים זיכער געקענט! כ'בעט ענק, איך בין א שרעקליכער אויפגעקלערטער! איך וואלט געגאנגען צו אלע זיינע לעקציעס, איך בין נישט עפעס א נער וואס לאזט זיך פון טאטע מאמע! ביטע הערטס מיר אויס, אינדערהיים ליג איך אונטער'ן טיש און דאס ווייב שרייט און איך שווייג. ערגעץ מוז איך אפנעמען מיין רעספעקט, ניין?
ביטע אביסל איינזעעניש, תזכו למצות! אוי, ניין! דאס האט מיין טאטע געזאגט! איך זאג 'טענקס')

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר