קאמענטארן אויף שריפט.

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2585 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3272 מאל

קאמענטארן אויף שריפט.

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

אין ליכט פון היימישער ליטוואקס נייע משוגעת צו שרייבן זיינע תגובות מיט א העל בלויע קאליר האב איך געפענט אן אשכול פון דער עולם זאל קענען קאמענטירן און דעבאטירן אלעס אויף שריפט און ארום.

בנוגע היימישערס העל בלוי קאליר געשרייבאכטס זענען דא וואס דרשנ'ן לשבח און עס זענען דא וואס דרשנ'ן לגנאי. ס'דא וואס זאגן אז דאס האט צוטוהן מיט דעם וואס ער האט נישט דאס נאטירליכע חסידישע פארכט פון אן עבירה ולכן ברויך ער זיך כסדר דערמאנען פונעם קאליר בלוי, וואס דאס איז דער קאליר פון תכלת, וואס דאס איז דער קאליר פונעם הימעל, וואס דאס איז דער קאליר פונעם כסא הכבוד וכו'... עשרת (כהאב שוין קיין כח מער כדארף כאפן דעם אטעם).

ס'זענען דא וואס דרשנן לגנאי אז דאס קומט פון א פסיכלאגישן דראנג פאר אטאנציע ארויסצושטארצן ווי א בלויער צווישען א באנדע שווארצע שרייבער. אנדערע טוען דאס מיט אונטערעסאנטע אוואטארן, אונטערשריפטן, און יעצט איז געקומען ליטוואק און מחדש געווען אז מען ברויך נישט קריכן צו חיבוק ונישוק אוואטארן אדער משוגעים הויזן אונטערשריפטן צו כאפן דעם אטענשען פונעם עולם נאר מען איז ביכולת מיטן עצם חלות פונעם קאליר פונעם שריפט ארויסנעמען יענעמס אויגן.

ס'דא וואס זאגן לא לגנאי ולא לשבח אלא להצליף, אז עס האט מיט דעם געזעץ פון אנערשיאע ער האט איינמאל געטוישט זיין קאליר לכבוד זיין חתימה און ער האט נישט געזען פאר וויכטיג צוריקצוטוישן.

בכל אופן איז דא אסאך צו רעדן און שרייבן וועגן סטייל פונעם עולם'ס שריייבעריי. למשל, חזקיהו המלך און פראפעססער שפירא וואס נוצ(ט)ן נאר קאממעס און לייג(ט)ן קיינמאל נישט קיין פינטלעך. אדער וועגן איחוד פעלד וואס לאזט איבער דריי שורות ספעיס פון איין שורה צום צווייטן. (וועגן בערל בעל עגלה'ס פענימער און סמייליס וויל איך אפילו נישט רעדן דאס ווערט שוין קעירגענומען מיט מסירות נפש דורך שמעקעדיג און נאך אפאר ניקס).

עניוועי חברה העוו פאן.

דער אשכול פארמאגט 31 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר