בין איך א געשמאקער יונגערמאן???

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1875 מאל

בין איך א געשמאקער יונגערמאן???

שליחה דורך איש עברי »

איך האב קודם געוואלט אריינריקן די שאלה אין די אשכול "זאכן וואס איך וויל וויסן" אבער איך האב באשלאסן אז לחומר העניין פאדערט זיך א באזונדער אשכול, עס רעדט זיך פון א ברענעדיגע טעמע וואס מיט די ריכטיגע ענטפערס וועט מען קענען ארויסהעלפן אסאך יונגעלייט.

איינע פון די ווערטער וואס דאמינירן די קלעסיפיידס ביים היימישן ציבור איז דאס ווארט "געשמאקע יונגערמאן".

עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן צו גיין שפאצירן מיט א עלטערע איד צוויי מאהל א וואך
עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן צו ארומגיין מיט א פושקע אין די גרעסערע בתי מדרשים
עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן צו שטיין ביי א רעדשזיסטער אין די נאכמיטאג שעה'ן

בקיצור א געשמאקע יונגערמאן איז א גאואינג אייטעם, א מאסט וואנטעד זאך, ס'איז די ערשטע תנאי אין סיי וועלכע ארבעט פון שפאצירן מיט זיידעס ביז וואשן האנטוכער אין מקוואות, אויב ביזטו נישט געשמאק קענסטו העכסטנס גיין ווערן א מלמד אין חדר אדער אריינגיין אין ריעל עסטעיט, אויב ווילסטו א ארבעט דארפסטו זיין געשמאק, אויב ווייסטו ביי דיר אז דו ביזט נישט געשמאק זיי אזוי גוט רוף אפילו נישט די נומבער אויפ'ן צעטל, פעקס נישט קיין רעזומעי, גיי דיר ווי די שווארצע פעפער וואקסט אדער בלייב ווי דו ביסט.

אין אנדערע ווערטער, מיר זענען טאקע אין א קאמיוניטי ווי מען געט לייכט ארויס ארבעט פאר מענטשן, מען פארלאנגט נישט קיין סך, נישט קיין וויסנשאפט אדער קאלעדש דעגרי, ניטאמאל א נארמאלע געשריבענע רעזומעי, מען געט א רוף אהן, מארגן קומסטו אריבער ארבעטן און איבערמאגן פליסטו, דאס זענען א חלק פון די אומגעשריבענע געזעצן פון אונזער היימישע עקאנאמיע. אבער פארט איז געבליבן איין שטרענגע תנאי טאמער דו ווילסט סיי ווען אנקומען צו א ארבעט: דו מוזט זיין געשמאק!!

דעריבער וויל איך וויסן צו איך מעג די קומענדיג מאל זיך מעלדן ביי א ארבעט ווי עס ווערט געזוכט א געשמאקע יונגערמאן, בין איך געשמאק?

קודם לאמיר פרובירן צו פארטייטשן די ווארט געשמאק. גוגעל זאגט אז עס מיינט פלעיווארי פערסאן, אדער טעיסטי, דעריבער מוז מען אננעמען אז מען מיינט נישט ממש די אפטייטש פון געשמאק ווייל קיינער ערווארט נישט א יונגערמאן וואס האט א טעם פון טשאקלאד וואנילע און איז קריספי.

אקעי אלזא מ'מיינט וואס מ'רופט בלשון בני אדם געשמאק, אבער געוואלד? וואס מיינט דאס?
אזא איינער וואס האט א אריינגעדרייטע בארד מיט א שפיציגע נאז און א שארפע שטימע, און שיסט פון צייט צו צייט אומגעלונגענע וויצן?
אדער א קליינע רויטע גראבע חסידי'שע יונגערמאן מיט גאטשע העמדער וואס עס דערטראגט זיך פון אים א לייכטע גערוך פון שווייס?
א מסודר'דיגע יונגערמאן מיט א דרייפערטל רעקל [עד מקום שידו מגעת] און די פאות ענדיגט זיך פאראלעל מיט די בארד און ער לערנט דעם חק יעדן טאג?

בקיצור מען מוז זאגן אז יעדער האט זיך זיין "געשמאק". אלזא קען מיר איינער מסביר זיין ווער דארף נעמען די החלטה אויף א יונגערמאן צו ער איז געשמאק, ער אליין? איז דא יונגעלייט וואס האלטן זיך נישט געשמאק?
איז למשל שייך אז איך וועל אנרופן די נומבער אין דבר יום ביומו און זאגן אז איך וויל אננעמען די ארבעט פון די היימישע מוסד וואס זוכט א באס רבי און דער סעקערטערי וועט מיר גלייך אראפלייגן די טעלעפאון און זאגן איימסארי איר הערט זיך נישט געשמאק!?

בקיצור איך בין זייער קאנפיוזד, איך בעט דער עולם זאל דא פרובירן אראפצולייגן א פונקטליכע סקעטש וויאזוי עס דארף אויסזעהן א "געשמאקע יונגערמאן", און טאמער מען איז נישט קיין געשמאקע יונגערמאן צו איז דאס א זאך וואס מען קען זיך צוארבעטען און ווערן געשמאק ווייל מי פתי נישט זיך צו נעמען אין די הענט אריין און ווערן א געשמאקע יונגערמאן, וואס איינמאל דו ביזט געשמאק זענען אלע טויערען אפען פאר דיר, דו קענסט שפאצירן מיט אלטיטשקעס, גיין מיט ראפלעך, וואשן האנטוכער אין מקוה, פאקן ספרים אין בית מדרש, און עווענטועל אפילו זיין די הויפט באס רבי אין די גרעסטע חדר אין וויליאמסבורג.

רבותי רופטס ענק אהן ווארעם כי בנפשינו הדבר!!!

דער אשכול פארמאגט 49 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר