דברי התחזקות, שנת ה'תתקע"ד. הארארע, אפריקע

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

דברי התחזקות, שנת ה'תתקע"ד. הארארע, אפריקע

שליחה דורך פארוואס? »

דברי חיזוק והתעוררות
בענין התבדלות מרשעים
מאת רבינו הרה"ג ר' גמליאל שניידערמאן שליט"א
כ"ג טבת ה'תתקע"ד
בעיר הבירה: הארארע, זימבאבווע

מיר זענען זיך צוזאמגעקומען דא, די שארית הפליטה, די איבערגעבליבענע חלק, וואס זענען נאך געבליבן ערליך און געטריי צום טאטן אין הימל, אותם שלא כרעו לבעל, מיר זענען זיך געקומען מחזק זיין, צו קענען ממשיך זיין און אנהאלטן די מסורה, און זיך נישט רוקן קיין זיז כלשהו.

לא איש דברים אנכי, איך בין נישט דא געקומען מחדש זיין חידושים, און נישט זיך מפלפל זיין, איך בין געקומען איבערגיין און איבער'חזר'ן דברים פשוטים, וואס יעדער איד וואס האט א ריינע הארץ צום באשעפער, פארשטייט אליינס, אז אזוי איז עס. אלא מאי? מען ווערט נאכגעשלעפט פון די גאס, מען קען זעהן לכאורה ערליכע אידן דא אין אפריקע - וועלכע גייען אויך שווארצע זעקס-חלקים'דיגע קאפלען אזוי ווי אונז, און טראגן אויך גלעזער אויף די אויגן (און טראגן נישט קיין לענזעס, אזוי ווי די גויים), אזוי ווי אידן פלעגן גיין אלע יאהרן, שלא שינו את לבושם - אבער די גאנצע זאך איז גארנישט ווערט ווען זיי זענען פארכאפט און א חשש "ירחנות", אדער אפילו נאר א שייכות מיט קבוצה'ניקעס, מען רעדט דאך דא פון די עיקרי הדת, און מ'מוז זעהן נישט צו ווערן נאכגעשלעפט פון די גאס.

איך וועל דערמאנען דאס וואס דער רבי זי"ע דער "שארית ישראל" פלעגט כסדר זאגן, מ'זאגט שבת ביי מנחה, אתה אחד ושמך אחד ומי כעמך ישראל גוי אחד בארץ, פלעגט דער רבי זי"ע מדייק זיין במתק לשונו, אז די אידן זענען דער אויסדערוועלטער פאלק, נאר כל זמן וואס ס'איז "בארץ", דא אויפן ערד, אבער די וועלכע פארן ארויף אויף די לבנה, ווערן נישט פאררעכנט צו זיין אידן, זיי זענען מער נישט מזרע ישראל, אפילו אויב זיי זענען מדקדק בקלה כבחמורה (ווי מען רופט זיי פרומע ירחנים), זיי קענען נישט ווערן פאררעכנט צו זיין אידן. און מ'דארף עס כסדר חזר'ן: ירחנות מיט אידישקייט איז א סתירה. יהודי אינו ירחני!!

און לאמיר זיך מתבונן זיין, דאס האט דער רבי נאך געזאגט פאר אן ערך פון הונדערט יאהר צוריק (אין די תת"ס יאהרן), ווען עס האט זיך נאר גערעדט פון ארויפגיין נאר אויף די לבנה, אבער היינט רעדט מען נאך פון אסאך ערגער, מען רעדט פון פארן אויפן מאדים. די וועלכע לאזן עס צו, זענען טויזנט מאהל ערגער, ווי מיר האבן שוין מברר געווען כמה וכמה פעמים, אז מה-דאך אויף די לבנה וואס איז נענטער צו די ערד, איז אסור בתכלית האיסור, על אחת כמה וכמה, אויפן מאדים, וואס איז דאך א סאך ווייטער, איז דער איסור נאך א סאך גרעסער.

און עס טוהט וויי דאס הארץ אז מיר הערן לעצטנס, אזעלכע אידן דא אין אפריקע, וואס זייערע זיידעס זענען נאך געווען געטריי צום רבי'ן, און האבן זיך מתרחק געווען פון יעדן חשש ירחנות, קומען זייערע אייניקלעך און דרייען מיטן פינגער, און זענען מטהר את השרץ בק"נ טעמים, כאילו עס איז דא עפעס א חילוק פון די איסור אויף די לבנה, צום איסור אויפן מאדים. איך בין מוחה אויף די פירצה (כאטש וואס זיי אליינס גייען נישט אויפן מאדים, אבער זיי זענען זיך נישט מתנזר פון אלע פראדוקטן וועלכע ווערן דארטן פאבריצירט), איך ווייס נישט ווי אזוי אידן קענען זיך שפילן רוהיגערהייט מיט די עיקרי הדת, מ'שפילט זיך מיט פייער!!! עס איז דאך אן אפענע פסוק "והארץ נתן לבני אדם" די מענטשן טארן נישט זיין נאר אויפן ערד.

איך ווייס נישט ווי אזוי אידן מזרע ישראל קענען זיך מתדרדר זיין צו אזא נידריגע מדריגה, איך בעהט זיך זיי: ציהט שנעל צוריק מבעוד מועד! ס'איז נאכנישט צו שפעט! כאפט זיך שוין און גייט צוריק צום דרך הישר הסלולה לנו מדור-דור.

די נסיונות אין דעם דור איז דאך אזוי גרויס, איך מיין אז אידן האבן נאך קיינמאל נישט געהאט אזעלכע נסיונות, וואו מען גייט און וואו מען שטייט זעהט מען נאר פראדוקטן פון אינדרויסן פונעם ערד-קוגל, עס איז זייער שווער. אבער מ'מוז זיך מחזק זיין, איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק.

מיר דארפן כסדר חזר'ן די רייד פונעם רבי'ן זי"ע, אין כל חדש תחת השמש, ס'איז נישטא אזא מין זאך א נייע ערפינדונג, א שאלה וואס די תורה האט נאך נישט גערעדט דערפון, דער רבי איז מסביר באריכות אין שארית ישראל, ביי מאמר החדשות, ווי ער ווייזט אויף קליפ און קלאר, אז די גאנצע טעכנאלאגישע וועלט איז קלאר געווען פארן באשעפער בשעת'ן שרייבן די תורה, און אלעס איז שוין מרומז דערין.

אבער ווען עס קומט צו ירחנות, דארף מען נישט קיין רמזים און פשט'לעך, עס איז קלאר, עס דאך א בפירוש'ע פסוק. און עס איז פשוט אז דאס איז געווען דער מהלך המחשבה פון יעדן אמאליגער איד.

ברוך השם, לא אלמן ישראל, מיר האבן לעצטנס געעפנט א נייע הכשר, וואס וועט אויך מאכן זיכער אז די פראדוקטן ווערן נישט צוזאמגעשטעלט פון דרויסנדיגע טיילן, נישט פון די לבנה און נישט פונעם מאדים.

און ביי די געלעגנהייט וויל איך דערמאנען דעם איסור חמור, וואס די הארארער בי"ד האט ארויפגעלייגט אויף אלע הכשרים וועלכע קומען פון אמעריקע, בכל שם וחניכא דאית להו, אפילו פון די ביסל פרומע וועלכע זענען נאך דארטן געבליבן, ווייל לויט ווי מיר הערן זענען זיי אלע פארכאפט געווארן אין די נייע היתרים, און זיי זענען מתיר צו נוצן פראדוקטן פונעם מאדים.

אונז טארן מיר נישט פארגעסן, ווען דער רבי זי"ע איז געקומען קיין אפריקע, עס איז געווען א מדבר שמם, פוסט פון אידישקייט, דער רבי האט דא אויפגעבויט די גאנצע יידישקייט פון דאסניי. ווער האט דען אמאל געגלויבט אז אין הארארע וועט א איד קענען גיין אנגעטוהן מיט א שווארצע זעקס-חלקים'דיגע קאפל, און מיט גלעזער, אן קיין שום בושה, מיר קענען עס נאר פארדאנקען דעם רבי'ן זי"ע.

און אין דער געלעגנהייט האב איך געוואלט מחזק זיין ידי עושי מצוה, די בארימטע "שומרון" ארגעניזאציע, וואס פארשפרייט דעם דבר ה' אין די גוי'ישע וועלט, און זיי ערקלערן פארן גוי, אז ערליכע אידן האבן נישט קיין שייכות מיט ירחנות, און אז עס איז אנטקעגן די תורה. תחזקנה ידיהם וכה לחי!

איך האף אז דער עולם האט אליינס די פארשטאנד, און ווי באוואוסט אז כלל-ישראל האט א שמעק, מען קען שמעקן צו א זאך איז אויסגעהאלטן אדער נישט. עס איז באוואוסט אז דער רבי זי"ע פלעגט זאגן אז די קבוצה'ניקעס זענען טויזנט מאל ערגער ווי די ירחנים אליינס, ווייל זיי זענען צבועים, זיי גייען טאקע נישט ארויף אויף די לבנה, אבער זיי נוצן אלע פראדוקטן וואס ווערן דארט פאבריצירט, ממילא זענען זיי מחזק דעם גאנצן ענין.

איך מיין אז יעדער בר-דעת פארשטייט אליינס, אז די זעלבע ווערטער קען מען אויך זאגן אויף די היינטיגע בעלי-פשרות, וועלכע פראבירן מתיר זיין די פראדוקטן וואס קומען פונעם מאדים.

ס'איז איבעריג צו ארומרעדן דעם חומר הענין, יעדער איד וואס האט אביסל געקוקט אין פריערדיגע ספרים, וועגן דעם ענין פון התבדלות, ווייסט זיכער וואס ער האט צו טוהן אין אזא צייט, א שעת נסיון.

בקיצור, מען דארף אסאך חיזוק דערין, ס'איז זייער זייער שווערע נסיונות, איך בין זיכער אז די אמאליגע דורות האבן נישט געגלויבט אז עס וועט נאך אמאל זיין אזעלכע שווערע נסיונות.
מיר זעהן דאך ממש בחוש, אט אט קומט שוין די גאולה, עס איז שוין באו מים עד נפש!! משיח מוז שוין קומען. ס'איז באוואוסט פון צדיקים, אז גלות אפריקע איז די לעצטע גלות.

דער אויבערשטער זאל שוין טאקע העלפן און אויפרעכטן אונז אידישע קינדערלעך, און שיקן די גאולה שלימה בקרוב בימינו, אמן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר