בדחנות בגויים תאמין, בארימטע קאמידיענס ביי די גויים

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1060 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1137 מאל

בדחנות בגויים תאמין, בארימטע קאמידיענס ביי די גויים

שליחה דורך טיטאניק »

מיר שמעקען שוין די המן טאשען, דא דארט הערט מען ווי א גראגער וועקט זיך אויף פון זיין לאנגע 12 מאנטאליכע שלאף (דאס יאר 13 חדשים)
די פרויען הייבען אן צו ווערען נערוועדיג אז זיי האבען נאך גארנישט אנגעהויבען טראכטען וועגען א "טיעם" פאר "שאַלאך מאָנעס" און "פארשטעלעכץ"
בעלי קורא הייבען זיך אן צי גארגעלען די שטימעס, און די שנאררעס פלאנירען די חג הקציר אויפען העכסטען פארנעם
אבער איבער אלעם שטייגט די הינגער ביים עולם נאך א גיט שטיקל בדחנות עפעס א שמייכעל וואס זאל אריינברענגען די קאלאמאטנע חברה אין די גיסטע פון יו"ט פורים און חודש אדר
אלץ א מעמבער אין די היימישע קאמיאנעטי טי איך באוויינען די מציאות אז עס איז נישט פארהאנען מער בדחנים און משמחים צווישען אינז, וואס זאלען נישט איבערקייען די אלטע אויסגעדראשענע וויצען, אבער משום מה ווילען די בדחנים נישט טוישען מסורה און די זעלבע וויצען וואס דער זיידע און דער עלטער זיידע האט געלאכט מיזען מיר אויך לאכען און עס איז א ביטער געלעכטער
איך בין געווען אין די גיסטע פון א גיט ווערטעל איך האב איבערגעאקערט די גאנצע אינטערנעט און יעדע קליפ פון יעדע היימישע בדחן האב איך שוין איבערגעקיקט ווען אויף מיין געזיכט בלייבט זיצען א טרויעדיגע זוירע מינע ווען קיינע קען מיר נישט ארויף ציען א שמייכעל
איך האב אנגעהויבען צי ווערען נערוועז ווייל מיר גייען שוין די וואך בענטשען חודש אדר ב' און איך האלט נאך נישט אין ערגעץ
דעריבער האב איך מיר גענימען פאשענען אין פרעמדע פעלדער, און א נייע וועלט פון בדחנות האט זיך געפענט פאר מיינע אויגען, א וועלט פון גאר געלינגענע קאמידיענס וואס קייען נישט איבער קיין ווערטלעך, אדרבה זיי זענען שטענדיג אין די מצב פון חידושים, זיי זענען גאר גיט געלערנט "ווי אזוי" אראפ צי לייגען א ווערטעל,
אויסער אז די חברה זענען גאר גיט צי מאכען דעם עולם שמייכלען קענען זיי אויך דינען אלץ גיטע מלמדים פאר אינזערע היימישע בדחנים זיך צי לערנען פון זיי ווי אזוי צי נעמען א שניט אין בדחנות, ווי אזוי צי אראפ לייגען א סענדט אפ, ווי אזוי צי מחדש זיין און נישט בלייבען הינטער שטעליג
אבער עס איז וויכטיג צי באטאנען אז רובם פון די קאמידיענס זיצען אויף גאר גרויסע וועידשעס און האבען אינטער זיך א גאנצע סטעף פון ליצים וואס העלפען זיי ציזאמען צי שטעלען די סטענד אפ אבער דאך חכמה בגויים תאמין

איך וועל דא ארויף לייגען קליפס פון יו טוב פון געוויסע חברה וואס איך האב זייער ליב און דער עולם איז מכובד צי צילייגען א האנט און שרייבען הערות און לייגען קליפס וואס זיי האבען ליב, אבער דאס מיינט דייקא נישט קיין היימישע קליפס מעג זיין אידישע פרייע קליפס אויך

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר