המן הענגט אין בארא פארק! + איינער איז מוחה דערויף...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3356 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2270 מאל
קאנטאקט:

המן הענגט אין בארא פארק! + איינער איז מוחה דערויף...

שליחה דורך פישלע העררינג »

יא יא, אזוי ווי די הערסט. המן הענגט אין בארא פארק. הויך אויף א בוים. קרוב צו פופציג איילען...

א מיסטעריע וויאזוי ער איז אנגעקומען אזוי הויך. איך האב אלס קינד נישט געקענט קלעטערן אזוי הויך אויף א בוים, נאכדערצו איבער פארענדיגע קארס. נו, אכשר דרא.

המן 3.jpg


אביסעל אראפציער אויפ'ן זעלבע בלאק, הענגט נאך א המן. אדער גאר מרדכי לויט'ן אויסזעהן. דער דאזיגע המן איז איבערגעווארפען איבער די פראנט פארטש, לאו דוקא אויף א בוים.

המן 1.jpg


דער צווייטע המן האט אבער ארויסגערופן א גרימצארן ביי א עמעטשוער מוחה'רער, וואס האט געשטעלט אט דעם צעטל אויף די טרעפ פון דעם תליין'ס הויז.

המן 2.jpg


לא אלמן ישראל. יעדע דזשאויק איז גאראנטירט צו האבן איינער וואס כאפט עס נישט און איז מוחה...
(- - -)

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר