מיי גאש! פורים איז דא, וואס קען איך שרייבן?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6304 מאל

מיי גאש! פורים איז דא, וואס קען איך שרייבן?

שליחה דורך יואב »

געשריבן ביינאכט, נאר צוליב ארומלויפן מיט א "פאני" הוט אין סמעדריש זיך בעטענדיג פאר עטענציאן, האט דער ארטיקל געשפעטיגט. ואתכם המחילה).

נמנו וגמרו אז מ'גיימער שרייבן. וואס ווען וואו ווייס איך נאך נישט, אבער את אחי אנכי לא מבקש, ביטע נישט קלאפן יעצט אויף מיין טיר. ענדליך שוין שטיל געווארן. קומט צוריק מוצאי שושן פורים.

איך ווארט און איך ווארט! ס'בלוי נערווירנד רינגעלע איז פילייכט דא אויף אויסצופראבירן מיין סבלנות. דרייט זיך און פרייד זיך; פרירט, דרייט זיך, גולמ'ט, קלאצט און דרייט זיך נאכאמאל. (אה, און נאכאמאל). שוין, וועלקאם טו גוגל קראם. קאווע שטיבל האמער שוין געבוקמארק, און מ'גיימער שרייבן. אבער וואס? פענגווין טאנץ? גראדע בין איך באקאנט פון וואנען דאס טענצל שטאמט. אבער וואס זאגט איר? אז מ'האט א "בלאט" ווער ברויך יואב. היינט מיט א קליין מיש אין יענעם חכמה-ארגאן און מ'ווייסט אלצדינג.

צניעות? אז מ'האמער אזא גיגאנטישן טיטאניק שטיי איך כאלם לא יפתח פיו. השקפה הוגה, מאטעמאטיק פארוואס? און מאראנצןזאפט קנאקט שטיקער אז ס'גייט א רויך ואני אנה אני בא.

איז וואס זאל איך טאקע שרייבן? אלצדינג האט מען שוין געשריבן. איך קום דא אריין ווי יענער איד נאך שולחן עורך, ווי א גוט וואטסעפפ ווידיאו וואס כ'האב נארוואס געשיקט פאר מיין חבר מיט עקסטאז בעת וואס ער האט דאס שוין ערהאלטן קרוב צו א מנין מאל. ווי שמעקעדיג האט געבעטן, וועל איך שוין איינמאל פראבירן זיין פאזאטיוו. לאמיר שרייבן אביסל שבח אויף דעם אידישן פאלק. כ'האב קיין צוויי ברירות במילא נישט, ומלאך רע בעל כורחו יענה אמן.

שעפערישקייט מרקד בתוכינו אויף א פארנעם וואס לאזט זיך נישט באשרייבן. געניאלע בייפאלן וואס צעפיצלען סטיוו דזשאבס אויסטרעפן ווי קאוקענאט אונטער עוג מלך הבשנ'ס קליינעם פינגער, און ענדלאזע מהלכים וויאזוי זיך ארומשפילן מיט "מעשינעחנעת אדער/סימכעס פירעם" אותיות אויסלייגן, וואס לייגן די גרעסטע מאטעמאטיק טעיבלס צו שאנד און צו שפאט.

סולו לרוכב בהענטשקעלעך!
טוילעט פעפער? אויך מיר אן אויסטרעף. וואס איז שלעכט געווען מיט שטיינער. און דאס אז א היימישער איד האט ערצייגט דאס קליידן די ווייפערס מיט אזאנע געלע און רויטע הענטשקעלעך? דזשאסעף געיאטי וואלט געצאלט א מאניטעק ס'זאל גערופן ווערן על שמו. און א הערליך בעקיטשע מלפנים נאכט-העמעד? וואס? פון קריעטיוועטי ווילסטו רעדן, יכלה הזמן והם לא וואטעווער.

עוד הם מתרוצצים בקרבי, והנה קומט צו גיין דער מרקד על ארבע פון די "להתוודע ולהגלות פארטיי". א קרני פרה שלעפט זיך פון קאפ, זיס ווי שווארץ פעפער מיט א קורטוב ברעכאץ אויסגעגאסן אויף זיין היימיש-הומאריסטישער קאפאטע מאכטפול גענוג אזש אויף אנצושטינקן אלע צימעס'דיגע רוחות לאחוזת עולם. קלעבט ווי א ראציג טישו, קראצט ווי א צעבראכנעם סידי, צע'קטנ'ט ווי אן אנגעפישטן זיידע, שפייט הומאר ווי שליים און זיין סימכע דראנג אפערירט מיט אזא סימכעטייזינג טשיפ בבחינת טפח להטפיח. ביי עמען זענען די מצוות היום אזאנע מצוות שאדם דש בעקיביו ממש. ער טאנצט מיט די פיס אויף די געהירן פון אנדערע מיט אלע חימרות און לשם יחוד'ס.

נישט זיין רחיים של יד מצה שטריימל איז וואס שטערט מיך; אדרבה, דערווייל הייבט דאס נאר דעם גראד פון הומאר. זיין צעשרייפטע קאפאטע וועלכע איז אין בעסטן פאל א ביב פאר דעם ערוואקסענעם שאינו יודע לשאול איז אויך נישט וואס גייט יעצט פירן דערצו אז מיין סעלפאון זאל זיך צעקלינגען. און יא, סארא לץ. כ'האב באמערקט ער טראגט צוויי אנדערע סארט זאקן, כ'האב שוין אפילו געלאכט, א געלעכטער מרוח אפי אזאנס וואס מ'מאכט מיט ביטול ווען איינער איז נישט איבריג באהאווענט מיט די פאקטן למשל פון דער שטערנבוך סאמאטוכע.

"יואב דו ווייסט אז דער אייבערשטער האט דיך ליב"? (האלדז מיך ארום מיט זיין שטינקעדיג מויל) "דו ווייסט ביזט א צדיק, האסט א גרויסע נשמה" (ציעט מיך ביים קארג). וואסי? וואס האט זיך געטוישט פון נעכטן ווען דו האסט געשישקעט אונטער מיין רוקן: "אך, דער יואב, ער פארט 'אלל דע וועי סאוט'. יע! אלץ די אינטערנעט וואס איז שולדיג. א שאלה? אזוי זינקט ער טיפער און טיפער, און שטייט שוין ממש ביים שוועל פון שאול תחתית. א רחמנות נעבעך אויף זיין ווייב. געמיינט האט זי אז זי קריגט א שטיק גאלד. זעט אויס ס'איז איר באשערט אפצוקומען אויף אזא וועג. אוי! וויפיל פרויען נעבעך ליידן זיך צוזאם? ממש א מגיפה. און די קינדער? ואלו הצאן מה חטאו. מיינסט ער האט שמחת החיים? סיפוק הנפש? א מכה. א גראבן פייג. א לעבן ליידיג און פוסט. 'כסיל בחושך הולך'. מיינען מיינט ער, אז דער גליק וועט אים באטרעפן אויף יענער זייט. פרעג נאר די אלע וואס 'קומען פון דארט'. זיי רייסן זיך די האר פון קאפ וואו זייער שכל איז געוועזן. נו, זאל אים וואויל באקומען. און זיין שווער? הא! געמיינט ער כאפט א מציאה. זאגסט מיך? איך דענק דאך ווען מ'האט גערעדט פון יענעם שידוך. אין זיבעטן הימל איז ער געוועזן. פרעג איך דיך, איז דאס א לעבן? זעסט נישט ווי די אויגן שטייען אים נישט גראד? און ס'ענדיגט זיך נישט ביי דעם. היינט נאר אזוי, און מארגן נאר אזי. אוי! וואס איז נעבעך זיין טאטע שולדיג? הא? וואס האט אים געפעלט אין לעבן, עפעס אזוי שלעכט געוועזן די אמאליגע ב'חנ'טע זיסקייט וועלכע ער האט געהאט אין אידישקייט? הוהה! (אטעם ארויס). זאל אים דער אייבערשטער עפענען די אויגן און חונן דעת מיט אביסלע שכל. וואס נאך קען איך דען זאגן? מ'ברויך רחמי שמים. א קאפיטל תהילים וועט נישט שאטן".

קלער איך אז אפשר איז דאס געווען די כוונה פון דוד המלך: (תהילים ק"א.) "מלשני בסתר רעהו", די יעניגע וועלכע זענען דורכאויס דעם גאנצן יאר פארנומען מיט יענעמ'ס פראבלעמען און גאציפירן יעדע פריי מינוט ס'קומט זיי אונטער בין הכנה להכנה; "אותו אצמית" יענעם ברויך מען אונטערברענגן, א ימח שמו'ניק, א שגץ, דאס אלעס ווערט אבער אויס ווען "גבה עינים". די אויגן זיינע ווערן אים הויך צעפענט פון דעם אלקעהאל, און דאן "רחב לבב." מיטאמאל קריגט ער א ברייט הארץ, ער האגט, ער טיילט ברכות, ועמך כולם צדיקים. זאגט דוד המלך: "אותו לא אוכל"! אזא איינעם קען איך נישט דערליידן.

און יואב, וואס טוט זיך מיט טאלעראנץ? אלא סרסהו ודרשהו. "אותו לא אוכל" דעם זעלבן מענטש וואס דער האט נאך ביז נעכטן נישט געקענט דערליידן, אט דער נעכטיגער שגץ איז גאר דער וואס איז זוכה צו חיבוק ונישוק.

א פרייליכן פורים

דער אשכול פארמאגט 9 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר