בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

בין הזמנים איז דא - כ'בין אויס מענטש

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:16 am

היינט אינדערפרי פונקט אויף געשטאנען אין א גוטן מצב רוח, ס'זונטוג מגייט נישט אין די ארבייט, גיין ענ'דזשויען 2 שעה אין סמעדריש, אהיים קומען עסען פרישטאג אין גיין שאפינג מיט מיין בעטער העלף.

כ'קום אן צו ביהמ"ד ווי א פרוץ מיט זיכערע פיס אין פארשלאפענע פיאות, כ'לייג אראפ מיין טלית בייטל אין עפעס שמעקט מיך נישט, כ'זעה נישט מיין היימישע פעינימער.
שוין!!!!!! כ'האב זיך דערמאנט!!! מהאט דער וואך שוין געבענטשט ר"ח. סימיר געווארן קאלט אין די ביינער, ס'גייט דא זיין פארפלייצט מיט אינגע בחורים.

כ'לויף אראפ אין מקווה, כנעם ארויס מיין קארטל, 6 בחורים וואס האבן זיך געדרייט די פיאות כאילו זיי ליינען די לוח הציבור לויפן צו "כ'קען אריין קומען מיט דיר?"
יא יא! מיין קאפליטש ווערט אינגאנצען צוקוועטשט אין כ'דארף האלטן די אטעם עס דורך צו מאכן. כ'קום אריין אין מקווה, סימיר גוט. ווי איז מושי? ער איז אייביג דא דער צייט אין קראצט די פיס?
צענדליגער בחורים לויפן אהין אין אהער. קיינער פון מיינע חברה זענען נישט בנמצא. אפשר ווייסען זיי אז מגייט נישט אין מקווה בין הזמנים.
כ'קום אריין אין בור אנשטאט הערען גוטע נייעס אין זייפטיגע לשון הרע, הער איך אז די משגיח איז א משוגנע אין די עסען אין ישיבה איז נאר גוט איף מיטוואך.

כ'קום אן אין קאווע שטיבעל (נישט די עכטע ק"ש) כ'וויל זיך מאכן א קאווע, אבער אלע קאפס זענען שוין געגאנגען. די קאווע איז אויסגענוצט אפי' די שירים וואס בלייבט איבער אויפן טישעלע איז שוין געווארן ארויס געציפט.
נישט איז נישט.

כ'גיי צו מיין סמאקינג זאון. אין נאכאמאל אלץ בחורים לויפן מיך אונטער די פיס. זיי זעהן איך קום אן באהאלטען זיי שנעל די ציגרעטעל (שוטה. אז וועסט באהאלטען די ציגרעטעל וועל איך מיינען האסט געטוען עפעס אנדריש, כ'מיין סאיז ערגער)

כ'לויף צירוק אריין אין סמעדריש,כ'זוך מיין טלית בייטל אבער הילד איננו. א בארג מיט קליינע תפילין בייטלעך האט באדעקט מיין איידעל בייטל, אזוי כ'שלעפ ארויס מיין בייטל מיט א בייזע שלעף, בוווםםם!!!!!!!!!!!!!! צען בייטלעך האבן געטראסקעט, אין מענטשן זענען געקומען לויפן פון אלע רוחות, כ'האב געהאט בושות, אין איין שמאק שרייט היתכן כ'קוש נישט יעדער איינס וואס איז געפאלן.

איך טוה אן מיין תפילין מיט א בייזע שטימונג כ'זיך א שנעלע מנין אין איך גיי אהיים לויפן.
כ'טרעפ א מנין ווי א בחור וואס וויל שטארק א שידוך האט מחליט געווען אז ער איז א גוטע בעל תפילה אין גייט פאניגען די עולם.

צירוק קומענדיג צו מיין בייטל זעה איך א מאנטל אויף מיין נייע היט, מיינע בתים זענען נישט בנמצא. כ'דארף יעצט גיי זוכן פיהר שטיקלעך (2 בתים = 4 שטיקלעך).
שוין כ'זעה היינט איז נישט מיין טאג.

כ'לויפ אהיים מיט א בייזע אטעם פארשטייט זיך קיין שאפינג איז נישט געווען.

נאכמיטאג גיי איך נאכאמאל ארויס פון שטוב צו סמעדריש לערנען מיט מיין חברותא, כ'קום אריין אונעם היכל. האהאה כ'האב נישט געוויסט צו וויינען אדער לאכן.
מיין מקום קבועה, ווי קיינער דערוואגט נישט א גאנץ יאר צו זיצן איז בארויבט געווארן מיט קליינע בחורים, גיסן קאווע. האקן פאפיטעס אויף מיין הייליג מקום קבוע.
כקען אזוי אנגיין פאר אפאר שעה. אבער איך זוך א תחלית. ס'איז מיר איינגעפאלען א גוטע געדאנק.
מ'זאל עפענען א אייגן ביהמ"ד סטריקטלי פאר אינגערלייט! מיט נאמען "קהל מאחורי"
איך בין מנדב נר למאור פאר חודש ניסן.
וואס האלט די עולם? קען עס ארבייטען?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2140 מאל

הודעהדורך מצטמק ויפה » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:32 am

@רויטע וואנצעס האללא you made it! מיט איין ווארט האסטו געזעצט שטילע צום קיבארד און עס איז יום טוב.
שטילע, גיי אן, ווארט נישט אויף א פסק און נאכדעם שרייב, מיר ווילען שטענדיג הערן פון דיר גוטע זאכן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מצטמק ויפה אום מאנטאג מערץ 31, 2014 12:34 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 8:31 pm
האט שוין געלייקט: 975 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1036 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:33 am

אוי בין הזמנים..

דערמאנט מיר דעם מאדנעם ארטיקל פון פעדער ז"ל
viewtopic.php?f=10&t=2950
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 31, 2014 12:43 am

:lol: :lol: :like

איך בין מנדב די מקוה אין קהל מאחורי, מ'וועט פארהערן הלכות נדה ביים טיר.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9505 מאל

הודעהדורך איש עברי » מאנטאג מערץ 31, 2014 3:53 am

גוטע נייעס די טשעק ביכל פון שטילע איז צוריק אין דינסט
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 796
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1867 מאל

הודעהדורך לאליפאפ » מאנטאג מערץ 31, 2014 5:11 am

רויטע וואנצעס האט געשריבן::lol: :lol: :like

איך בין מנדב די מקוה אין קהל מאחורי, מ'וועט פארהערן הלכות נדה ביים טיר.
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20140330-WA0131.jpg
IMG-20140330-WA0131.jpg (95.34 KiB) געזען געווארן 3028 מאל
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 327 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 859 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » מאנטאג מערץ 31, 2014 7:08 am

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:כ'לויף אראפ אין מקווה, כנעם ארויס מיין קארטל, 6 בחורים וואס האבן זיך געדרייט די פיאות כאילו זיי ליינען די לוח הציבור לויפן צו "כ'קען אריין קומען מיט דיר?"
יא יא! מיין קאפליטש ווערט אינגאנצען צוקוועטשט אין כ'דארף האלטן די אטעם עס דורך צו מאכן.

:like :like :like :lol: :lol: :lol:
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך ברסלבער » מאנטאג מערץ 31, 2014 11:28 am

שטילע, הערליך געשמאק אראפגעלייגט!
מיך באדערט עס אויך, אבער איך דערמאן זיך צוריק ווען איך בין געווען א בחור און איך האב געשפירט די שפיזיגע בליקן פון די גרויסע טאטעס וואס איך שטיי זיי אין וועג. דאן האב איך זיך פארגענומען אז ווען עס וועט קומען מיין טשענס וועל איך יא טאלערירן די בחורים בין הזמנים.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4032 מאל

הודעהדורך דריידל » מאנטאג מערץ 31, 2014 2:40 pm

דאווען מיט'ן ערשטן מנין וועסטי מיטאמאל וויסן אז ס'איז בין הזמנים.
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 31, 2014 3:04 pm

שטילע יונגעלייט פאקן איין די רוישיגע, אוי ביסטו גוט...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג מערץ 31, 2014 3:14 pm

רויטע וואנצעס האט געשריבן::lol: :lol: :like

איך בין מנדב די מקוה אין קהל מאחורי, מ'וועט פארהערן הלכות נדה ביים טיר.

פארוואס נישט אינעם בור?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5685
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7828 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2586 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מאנטאג מערץ 31, 2014 4:15 pm

מ'וועט נאר געבן איינטריט ביים טיר פאר ווער ס'וועט באקומען לכה"פ א 65 אויף הלכות נדה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9837 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9505 מאל

הודעהדורך מ גפני » מאנטאג מערץ 31, 2014 5:09 pm

רויטע וואנצעס האט געשריבן:מ'וועט נאר געבן איינטריט ביים טיר פאר ווער ס'וועט באקומען לכה"פ א 65 אויף הלכות נדה.

כ'האב זייער מורא איז די בחורים קענען בעסער די הלכות ווי די היינטיגע יונגעלייט
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 978
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1191 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » דינסטאג אפריל 01, 2014 3:13 pm

מיר באדערט נאר איין זאך, די בית הכסא. for crying out loud, איך נוץ שוין די זעלבע בית הכסא כמעט פון ווען מ'האט איבערגעמאכט דאס בית המדרש דאס לעצטע מאהל, איך ווייס שוין וויפיל טיילס עס האט דארט, סערוויס איז דארט א נחת. קומט בין הזמנים, די בחורים ווערן פלוצלינג געוואר אז קאווע איז דא בשפע, און זיי ווערן ארעסטירט אין בית הכסא פאר ווייס איך ווי לאנג, אדער דארט איז סתם גרינגער צו שטיפן די צייט און פראבירן א פאף מיט א גע'גנב'טע ציגארעטל פון א חתן חודש כסלו.

קום,דריי דיר, טוה וואס דו ווילסט אין בית המדרש. מיין בית הכסא גיב מיר צוריק ביטע.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1510 מאל

הודעהדורך טעפל » מיטוואך אפריל 02, 2014 10:17 am

בין הזמנים וועסטו מוזען קומען אין שול בעסכיסעט..
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4948 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 822 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך אפריל 02, 2014 1:14 pm

אינו דומה...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מיטוואך אפריל 02, 2014 1:48 pm

טעפל האט געשריבן:בין הזמנים וועסטו מוזען קומען אין שול בעסכיסעט..

כ'וויל כאפן א ציגרעטעל אין ביה''כ אין סמעדריש,
זאגסט כ'זאל עס טוען אינדערהיים?
נו נו, כ'דארף זיך ערשט זארגן ווי צו שלאפן פאר די נעקסטא חודש, האסט פלאץ?
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2140 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך אפריל 02, 2014 4:07 pm

ממי ,דו רעדסט פון קאווע תרתי משמע?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5685
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7828 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2586 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מאנטאג אפריל 28, 2014 7:36 pm

די פראבלעמען קומען אט אט צו א ענדע, כשטעל קידוש, כגיי צירוק באקומען מיין ביהמ''ד סכסא קאווע וגו'
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2140 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג אפריל 28, 2014 11:08 pm

זיי לאזן דיר ארויס אויף בעיל פאר 5 חדשים... הא?
נאר חיי שעה איז אויך געלעבט.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15173
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17939 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18245 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » מיטוואך אקטאבער 08, 2014 10:30 am

כ'האלט נישט אויס.
#אשכולות אויפוועקער עלערט
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1007
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2140 מאל

הודעהדורך petergrifin » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 9:07 pm

אודך ב׳ה
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:23 pm

דרייט זיך היינט ארום א וו''ן פון א אויפגערעגטע באטשי.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5685
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7828 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2586 מאל

הודעהדורך petergrifin » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:35 pm

דער אודיא קליפ װיל איך ארויף שטעלן אבער איך װײס נישט װי אזוי, אויב מען קען בכלל.
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 935 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך יין שרף » דאנערשטאג מערץ 19, 2015 11:52 pm

לכאורה נאר דורך דראפבאקס
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2119
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2649 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט