קל וחומר האט געשריבן:א חבר מיינער זאגט מיר אז ער האט זיך היינט ביים שיר של יום געכאפט אז נעכטן האט ער בטעות געזאגט די אומריכטיגע יום, זיין שאלה: דארף ער יעצט זאגן אתמול היה יום כו'?
דעת זקנים האט געשריבן:יעדן דריטן טאג שיסט מען דעם צווייטער הויפט אייסיס פירער, וויפל צווייטע הויפטן איז דא?
שמעקעדיג האט געשריבן:אז שלאפן ערב שבת איז אזא חשובע ענין אזש עס העט געזאלט שטיין אין די עשרת הדברות, מעג מען שלאפן דעם צווייטן טאג ר"ה שחל להיות ער"ש, א_ווי היי יאר?
שמעקעדיג האט געשריבן:אז שלאפן ערב שבת איז אזא חשובע ענין אזש עס העט געזאלט שטיין אין די עשרת הדברות, מעג מען שלאפן דעם צווייטן טאג ר"ה שחל להיות ער"ש, א_ווי היי יאר?
וואלווי האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:אז שלאפן ערב שבת איז אזא חשובע ענין אזש עס העט געזאלט שטיין אין די עשרת הדברות, מעג מען שלאפן דעם צווייטן טאג ר"ה שחל להיות ער"ש, א_ווי היי יאר?
די וועלט זאגט וואס שטייט לאז שטיין וואס ליגט פאק אריין...
שמעקעדיג: כ'פארשטיי די חשבון פונעם צווייטן טאג ווייל ס'ערב שבת, דעם ערשטען טאג נאך חצות איז שוין דינא רפיא, ווי אזוי האט דער רבי זיך נוהג געווען צו זאגן דעם ערשטן טאג נאכן דאווענען? "ס'שווערסטע שוין אריבער"שמעקעדיג האט געשריבן:אז שלאפן ערב שבת איז אזא חשובע ענין אזש עס העט געזאלט שטיין אין די עשרת הדברות, מעג מען שלאפן דעם צווייטן טאג ר"ה שחל להיות ער"ש, א_ווי היי יאר?
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:אויב מען רעדט שוין פון קל וחומר...
מה דאך מיין טאש ווי דו טארסט נישט אריינלייגן די האנט און ארויסנעמען געלט מעג איך יא...
דיין טאש ווי דו מעגסט יא מעג איך אוואדאי...
פלעין יודיש האט געשריבן:דיו לבא מן הדין להיות כנידון
כלבאשבוע האט געשריבן:עניני דיומא
וואלווי האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:עניני דיומא
מילתא דבדיחותא פאר'ן לערנען, זעט אויס ר' משה האט נישט גוט ארויס געהאט די "מעלטינג פאט" פון אשכנטוזים און ספאראדים, א ספרדי בלייבט א ספרדי אפילו מיט א מערסעדיס אין דיעל, און א אשכנזי בלייבט אן אשכנזי אפילו אין ארגענטינע.
לעצם הענין, פארוואס זאל די שואל נישט זיין גערעכט? אזוי ווי מ'מאכט מכירת חמץ, אדער פארשידינע היכי תמצא'ס וועגען פארדינען געלט אין שבת אדער בימי אבלות ר"ל. ווי נעמט דער משיב די חילוק פון גוף ונשמה בכלל, מנהג המקום דארף מען מקיים זיין נישט קיין חילוק צו ווי די נשמה איז מקושר, הלכה האט גארנישט מיט חסידישע ב"ש.
ס'איז אזוי ווי די היץ וואס דער ירושלים'ער רב (קרעדיט דג"א) האט געכאפט פאר זיין היתר מכירה ביי שמיטה. אין כל התורה כולה נוצט מען כל מיני היתרים פון היתר עיסקא'ס ביז מכירת חמץ וכו' וכו', נאר ער ברוב גאונותו וצדקתו האט נישט געמעגט.
ארטאדאקסיע! קומט'ס אריין קלאר.זענען די היתרים בעלאני אדער קראנט.
אונטער חכם האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:עניני דיומא

כמה קולמוסין כבר נשתברו על זה אויף די חילוקים צווישן די אלע היתרים, קען זיין אז דו האסט קושיות אויף די חילוקים אבער פון דיין תגובה קוקט אויס כאילו עס איז עפעס א נייע טענה.
אונטער חכם האט געשריבן:אגב , די תגובה שמעקט פון ראסיזם.
שמעקעדיג האט געשריבן:ברשות דעם רבי'ן מיינט נישט "מיין" רבי, נאר עפעס א רבי בן בלי שם, און בכלל זענען זיי דאך די "מנהיגים" איז שייך צו נעמען רשות ביי זיי; אבער פאר א גדול בישראל צו זאגן "מורי ורבותי" פאר זיינע תלמידים (בפרט נאכאנאנד) איז א פאלשע אויסדרוק און אן ענוה פסולה.
ווי לענגער די דעבאטע פארציעט זיך, האב איך מורא אז מיין שאלה איז מער גאונ'יש ווי נאריש
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט