מעקדאנדל קלינער באדאנקט זיך פארן ארויסווארפן האלב פילע קאפס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

מעקדאנדל קלינער באדאנקט זיך פארן ארויסווארפן האלב פילע קאפס

שליחה דורך גאלד »

בלומינגטאן אינידיאנע - אין א גאר הערצליכע ארויסווייזונג פון דאנקבארקייט כלפי די לאקאלער קאמוניטי, מעקדאנעלד'ס קלינער קעווין דעניעלס האט אויסגעדרוקט זיין טיפער דאנק מיטוואך צו יעדער קאסטאמער וואס האט ארויסגעווארפן א האלב אנגעפילטע קאפ סאדע אין סיי וועלכער פון זיין ארבעטספלאץ אכט מיסט קאסטנס. "ערנסט גערעדט, איך קען נישט זאגן גענוג שכוח פאר יעדן איינציגער פון אייך פארן נישט ענדיגן אייער גרויסער קאפ קאוק אדער דר. פעפער און נאכדעם אריינשליידערן אין גארבעדש, ספעציעל די וואס האבן אסאך אייז-דאס עפרישיעט איך דאס מערסטע," זאגט דעניעלס, אנווייזענדיג אז די מערערע מאל אין א טאג ער שלעפט א שווערע, פלאָטשיגע, און אפט רינעדיגע גארבידש בעגס צו די גאס אונטער די רעסטעראנט זעהט ער איין ווי גליקלעך ער איז.
"איך וויל אויך געבן מיין ספעציעלע דאנק צו אלע פון אייך וואס פרובירן צו אריינשטאפן אייערער שמוציגע נעפקינס און אומגעגעסענע שטיקלעך בורגערס און עגג-מקמאפענס אין קענס וואס רינט שוין איבער. דאס מאכט אמת'דיג מיין טאג. און לאז מיך נישט פארגעסן יעדעס מאל איר האט פארשמירט די דעקל פון די גארביטש קען מיט קעטשאפ ווי עס טריקנט אפ און מ'ברויך עס שפעטער אראפקראצן. איך קען נישט ווארטן וואס נאך שיינע איבעראשונגען עס ווארט מיך אפ."
דעניעלס האט ציגעגעבן ווי ציפרידען און דאנקבאר פאר אלעם וואס מעקדאנלדס קאסטאמערס טוען פאר איהם יעדן טאג, ער האט געשפירט אז עס איז זייער סעלפיש אז ער מאכט $8 א שעה.

קוואל: אניען ניוס


בילד
רעאגיר