און וואס גייט זיין ווען די אורך השמלה וועט שוין גוט זיין?

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3088
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4496 מאל

און וואס גייט זיין ווען די אורך השמלה וועט שוין גוט זיין?

שליחה דורך מאטי »

קיץ תשצ"א לפ"ק, לשכת הצניעות והמסתעף.
ראש העסקנים: חשוב'ע פארזאמעלטע, מיר זענען זיך צעזאמען געקומען דא צוליב א שרעקליכע פירצה וואס בוזשעוועט לעצטנס אין אונזערע גאסן. ס'האלט שוין ביי א מצב אז מ'קען פשוט נישט דורך גיין די גאס, אנע כעמישע רעאקציעס פון אונזערע טייערע איידעלע אינגעלייט, רחמנא לשיזבן.

עסקן א': איך פארשטיי נישט פון וואס מ'רעדט דא! גייען דען נישט אונזערע נשים מיט קליידער אכט אינטשעס אונטער די קניען? מיר האבן דאך דאס עוקר מן השורש געווען ב"ה די לעצטע צענדליגער יארן.
ווייסט איר דען נישט וויפיל קינדער האבן זיך נעבעך געדרייט אין די גאסן, אן א נארמאלן חדר צו ווערן אנגענומען, בלויז ווייל די אכזריות'דיגע עלטערן האבן זיך נישט געוואלט ברעכן, און גיין אונטער פינעף אינטשעס אזוי ווי די אמאליגע פריצות פלעגן ליידער גיין.

עסקן ב': איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט עסקן א', אין אייער נקודה זעט מען טאקע א שטיקל אכשר דרא ביי אונזערע טעכטער, אבער, ס'איז ווייט פון שלימות..ס'איז נאך אלץ "מעט אור " און מ'דארף נאך דוחה זיין "הרבה מן החושך". איר האט אבער אריינגעהאקט דעם ראש המדברים אינמיטן רעדן, לאמיר הערן וואס ער האט צוזאגן.

ראש העסקנים: אלזא דער מצב ליידער האט זיך דערקייקלט אזוי ווייט, אז מער און מער נשים חצופות זענען פשוט "דאר"! הנקרא בלע"ז ""סקיני"" !!. ווי שעמט זיך נישט א אידישע טאכטער אריינצוגיין אין א אידישע גראסערי, וואו עס דרייען זיך אונזערע אינגעלייט, אונזערע בחור'לעך שלא טעמו טעם חטא, מיט א ""סקיני באדי"" ר"ל .

איך וויל דא אדרעסירן די נשים דירעקט! איר מיינט אז מיר כאפן נישט וואס איר מיינט דא מיט אייער דארן גוף? לוינט זיך דען פאר די ביסל הנאה וואס מ'האט פון האבן א "סקיני באדי " אויפצורייצן די תאוה פון אונזערע מענער און בחורים, וואס מוטשען זיך שוין אזוי אויך מיט ביטערע נסיונות?

מיר קומען ארויס מיט די פאלגענדע רעזאלוציעס:

א יעדע מאמע וואס וויל אז אירע קינדער זאלן ווערן אנגענומען אין אונזערע מוסדות דארף זיך לאזן אפוועגן ביי אונז אין אפיס, מיר וועלן אויסשטאטן אונזערע אפיסעס מיט ספעציעלע "סקעילס" און מומחים וואס פארשטייען צו דעם.

א פרוי וואס וויל איר קינד זאל ווערן אנגענומען ביי אונז, מוז וועגן לכל הפחות "הונדערט פינעף און זיבעציג פונט (וכל המוסיף מוסיפים לה מן השמים).
אויב טרעפן זיך א פרוי וואס וועגט ח"ו ווייניגער ווי די פארלאנגטע וואג, וועט האבן דריי וואכן צייט דאס צו פאררעכטן, און דאן זיך נאכאמאהל שטעלן אויפן וואג. אויב די רעזולטאטן וועלן נישט טויגן, וועלן מיר זיין געצווינגען אהיימצושיקן דאס קינד.

געדענקט מיר האבן אייך געווארנט! האלט דאס נישט פאר גרינג.. פארוואס זאלט איר צוהארגענען דעם עתיד פון אייער קינד, פאר די נארישע הנאה פון האבן א "סקיני באדי " ר"ל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום מאטי, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר