מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שרייבער » זונטאג מערץ 04, 2012 4:24 pm

יעצט איז אדר איז דא א אשכול פאר פורים

אבער לכאורה איז ראטזאם אז ס'זאל זיין א באזונדער אשכול פון "מילתא דבדיחותא" סתם גוטע ווערטלעך, א איד פאר די ארבעט זיך אביסל אויפפרישן די געמיט, זאל מען האבן ווי "נאך" אריינצוקוקן (ס'איז דאך שוין דא איינס...)

אלזא, געהערט היינט א גוט ווערטל, און ס'איז פאסיג יעצט ווען די גאס רודערט איבער א קאנטרעווערשעל קול קורא

ס'איז דא אזעלכע רבנים וואס לא שינו שמם לשונם מלבושם

איין זאך האבן זיי משנה געווען

די תורה!!!!!!!!!!!!

ס'איז טיף אבער ליידער אמת
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 926 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך Starbucks » דאנערשטאג מערץ 08, 2012 3:42 am

א פייגל האט זיך באמאכט אויף א אינגערמאן. זאגט אים די פרוי, אוי א שאד כ'האב נישט קיין טישוס. וואס טויג דיר האבן טישוס, פרעגט דער מאן, דער פייגל קען שוין יעצט זיין אין קאנארסי.
באניצער אוואטאר
Starbucks
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 258
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:59 pm
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 226 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך אךשמח » זונטאג מערץ 18, 2012 2:01 am

באקומען א ביטע אויפן בב:

Everyday, thousands of innocent plants are killed by vegetarians.

Help end the violence... Eat a steak today!
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 6:34 pm
האט שוין געלייקט: 92 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 189 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:41 am

ווי איז מרומז אין פסוק אז ווען מען לאכט דארף זיך דער גאנצער קערפער שאקלען און ציטערן?

ווייל ס'שטייט "וגילוי ברעדה".
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 10:58 am

והשתיה כדת אין אונס כי כן יסד המלך לעשות כרצון איש ואיש.

פארוואס שטייט לעשות כרצון איש ואיש? וואס וואלט שלעכט געווען אז ס'שטייט לעשות כרצון כל איש?

נאר באמת איז שווער א אנדערע קשיא, פארוואס טרינקט מען בראנפן אין איין אונציגע גלעזלעך? פארוואס נישט א גרויסע גלאז? נאר ווען מען טרינקט א אונס ווערט מען שוין א נייע מענטש, און דער נייע מענטש מוז דאך אויך טרינקען אביסל גיט מען נאך א אונס, און נאך א אונס, און אזוי ווייטער ביז מען ווערט אויס מענטש.

דאס איז פשט, והשתיה כדת "אין אונס", לכאורה פארוואס נאר איין אונס? אויף דעם איז די תירוץ לעשות כרצון "איש ואיש", ווייל ווי נאר מען טרינקט א אונס ווערט מען א נייע מענטש, און אזוי ווייטער.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 11:43 am

ווען מענער וואלטן פסח'יג געמאכט, און פרויען וואלטן געבויט די סוכה, וואלטן ביידע אנגעהויבן אינאיינעם; בדיקת חמץ אויפדערנאכט!

---
א אנדערע גירסא, גז"ש חמשה עשר חמשה עשר, סיי פסח און סיי סוכות ווערט די שלאק פערטיג צום זמן.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 12:15 pm

א איד האט צאמגעראלט א גרויסע וואנט-לוח (קאלענדער) ווי א מגילה, און דערלאנגענדיג עס פאר זיין קאסטומער האט ער אריינגעשריגן דערין טו טו... האט זיך א דריטער איד - א צוקוקער - אנגערופן "היינו טעמא דשופר והיינו טעמא דמגילה".
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 1:26 pm

איינער האט זיך אמאל אפגערעדט אויף זיין אלטע קאר אז אלעס פייפט, אויסער די פייפער.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 1:29 pm

וואס איז די חילוק צווישען א לענדלארד און א גרוש?

דער לענלארד ווארט אויפן ערשטן, און א גרוש ווארט אויפן צווייטן.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:34 pm

וואס איז די חילוק צווישן א ליטווישע חתונה און א חסידישע?

ביי א ליטווישע חתונה ווען עמעצער הייבט זיך אויף פון ארט אינמיטן עסן, אויב קומט ער צוריק פינף מינוט שפעטער, טרעפט ער מער נישט דעם פארציע. ווידער ביי א חסידישע חתונה אויב שטעלט מען זיך אויף אינמיטן עסן טרעפט מען פינף מינוט שפעטער א צווייטן איד איבער זיין פארציע...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:38 pm

וואס איז די חילוק צווישען א 18 יעריגע שחור און א 19 יעריגע שחור?

א שווארץ יאר!
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:43 pm

וואס איז די חילוק צווישן פסח'דיגע עסן און מן?

מן האט אלס אויסגעזעהן די זעלבע אבער די טעם אלס אנדערש, פסח'דיגע עסן זעהט אויס אנדערש, אבער האט אייביג די זעלבע טעם...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:44 pm

וואס איז די חילוק פון א הייסע מקוה און א הייסע טשאלענט?

אין די מקוה קומט קודם די אוטש און נאכדעם די אההה
און ביי טשאלענט איז פארקערט, קודם קומט די אההה און נאכדעם די אוטש...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:45 pm

וואס איז די חילוק צווישן א כולל יונגערמאן און א קעמל?

דער קעמל קען ארבעטן דריי טעג אן טרינקען, און דער יונגערמאן קען טרינקען דריי טעג אן ארבעטן...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:51 pm

גרונם דער שנארער איז ארום געגאנגען בעטלען נאך געלט, שרייט אים אן דער גביר פון שטאט "גיי ארבעטן דו שנארער", רופט זיך אן גרונם "נו יעצט בין איך טאקע ביי די ארבעט".
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 3:59 pm

א פאליסמאן האט אפגעשטעלט א עלטערער מענטש צוליב וואס ער איז געפארן שנעלער ווי ערלויבט, און בעט אים גלייך ער זאל אים צייגן זיין לייסענס קארטל, ענטפערט דער אלטער מאן: "וויאזוי ווילט איר איך זאל דאס אייך ווייזן, הערשט נעכטן האט א אנדערער פאליציי מאן דאס צוגענומען פון מיר"...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:13 pm

א מזרחי'סט וואס איז געגאנגען מיט א געשטריקטע געלעכערטע קאפל, האט זיך אין א שיינעם טאג גענצליך ארונטערגענומען דאס קאפל פון קאפ, אויף די פראגע מה היום מיומים, האט ער געענטפערט: "די לעכער אינעם קאפל האבן זיך ארומגעקריגט עלי יניח צדיק את ראשו, ביז ס'איז געווארן איין גרויסע לאך"...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:36 pm

א פעשער מענטש האט זיך בארימט אז ער גייט אויף צוויי באזונדערע דייעטעס, אויף די פראגע איינס איז דיר נישט גענוג? האט ער געענטפערט "יא ווייל פון איינס בלייב איך נאך הונגעריג".
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 4:49 pm

ווייב: איך גלייך זייער צו גיין צום דענטיסט
מאן: פארוואס?
ווייב: ווייל דו הייסט מיר אלעמאל פארמאכען דאס מויל, און ער זאגט: "מאך עס אויף גרויס"...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:03 pm

רבנים גרייטן זיך ארויסצוקומען מיט א איסור אויף די וומ"ס/ב"פ באס קאמפאני, צוליב דעם וואס מענער און פרויען טאנצן דארט אינאיינעם...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 5:12 pm

ארבעטער: "איך מעג ליינען די צייטונג אין די ארבעט שעות?"
בעה"ב: "זיכער! נאר מאך זיכער נישט אויסצולאזן די jobs אפטיילונג"...
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך שמואל הלוי » מאנטאג מערץ 26, 2012 8:09 pm

עמעצער איז אינטערסירט אז איך זאל שרייבן נאך בדיחות?
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 902 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1470 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך קול גדול » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:29 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:עמעצער איז אינטערסירט אז איך זאל שרייבן נאך בדיחות?

אוודאי, מצווה גדולה להיות בשמחה.
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך קול גדול » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:48 pm

ס'איז אמאל א רב מיט זיינע תלמידים געגאנגן שפאצירן ביים טייך, און דאן האט דער רב באמערקט ווי נשים וואשן זיך, האט ער זיך אנגערופן פאר זיינע תלמידים געבטס אכטונג נישט צו מסתכל זיין ווייל דער וואס איז מסתכל איז מסכן זיינע אויגן. האט איין תלמיד פארדעקט איין אויג און האט געזאגט: רבי, איין אויג קען איך באשטיין מסכן צו זיין...
קול גדול
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 267
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 40 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך אנאליזירער » מאנטאג מערץ 26, 2012 9:53 pm

שמואל הלוי האט געשריבן:עמעצער איז אינטערסירט אז איך זאל שרייבן נאך בדיחות?

יא, אוודאי! לאמיך דיר טאקע געבן א פאר לייקלעך.
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 286 מאל

נעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט