מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך החוקר » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 11:57 am

זאג איר די שמחה איז פריצייטיג. זי איז פשוט 30 יאר עלטער, זאל זי נאר פראבירן גיין אויפ'ן גאס מיט א שיין יונג מיידל, א יפת תואר. אוי ווי די ברעמען וועלן וואנדערן.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

הודעהדורך סמבטיון » דאנערשטאג אוגוסט 10, 2017 12:09 pm

זעט אויס אז חוקר האט נישט פארשטאנען דעם ווערטל.
איך וועל דיר עס מסביר זיין מיט אן אנדערע ווערטעל אפשר וועסטו בעסער פארשטיין,
א אלטע יוד האט זיך אמאל געערגערט אז די היינטיגע דור רעד עפעס זייער שטיל, אמאל פלעגט דער עולם רעדן העכער...
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1097
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 6:43 pm
האט שוין געלייקט: 925 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1158 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:04 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:מיין באבע באווינדערט די היינטיגע יונגווארג ווי ערליך זיי זענען. אמאל, זאגט זי, ווען זי פלעגט גיין אין גאס האבן בחורים און יונגעלייט איר נאכגעקוקט און געצוצקעט. היינט ווען א בחור'ל וואקט איר דורך הייבט ער זיך ניטאמאל אויף די אויגן


קענסט בארוהיגען דיין באבע, ס'וועט נאך קומען א טאג וואס די אייבערשטער וועט געבען א לעסען פאר די בחורים, באבע'ס וועלען אויף הערן קוקען אויף זייער זייט אויך....
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3315 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » דאנערשטאג אוגוסט 24, 2017 2:33 pm

עס איז יענע געלעכטער... אבער אינטעריסאנט צו באמערקען, אז אין שווייץ קאנען די רעבנים קריכען אויף די בערג אן א פראבלעם, אבער ווען עס קומט צו מירון, ווערט ל"ע א.... דער דארף א לימוזין און דער צווייטער דארף א באס און דער דריטער, א העליקאפטער, און איעדער רעבאה דארף א נייעם פאטענט.
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 1:51 am

עד שיבא הכתוב השלישי ויכריע ביניהם.

אינדערהיים כחצות הלילה קריכן זיי אליינס קטן כגדול.
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3315 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 5:58 am

פאסט נישט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5768
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8037 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2625 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:14 am

איך טרעף א איד וואס דאווענט אין א ביהמ"ד ווי ס'דא צען אידן - פונקט א מנין.
גרונם, וויאזוי איז געווען דאס דאווענען ביי ענק? פרעג איך אים. ענטפערט ער: איינער איז געגאנגן קטנ'ן און דאס גאנצע מנין איז געגאנגן קאקען
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2645
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4157 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך דער גאלדענער אדלער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 1:20 am

שמעון וואלף האט געשריבן:איך טרעף א איד וואס דאווענט אין א ביהמ"ד ווי ס'דא צען אידן - פונקט א מנין.
גרונם, וויאזוי איז געווען דאס דאווענען ביי ענק? פרעג איך אים. ענטפערט ער: איינער איז געגאנגן קטנ'ן און דאס גאנצע מנין איז געגאנגן קאקען
דער גאלדענער אדלער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 855
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 4054 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

הודעהדורך וואלווי » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 8:17 pm

שמעון וואלף האט געשריבן:איך טרעף א איד וואס דאווענט אין א ביהמ"ד ווי ס'דא צען אידן - פונקט א מנין.
גרונם, וויאזוי איז געווען דאס דאווענען ביי ענק? פרעג איך אים. ענטפערט ער: איינער איז געגאנגן קטנ'ן און דאס גאנצע מנין איז געגאנגן קאקען
"

א ריכטיגע בחינה פון "בין כסא לעשור"....
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3315 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך החוקר » דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:53 pm

מיין ווייב ב***טשט, פאריגע וואך האט זי סערווירט אלטע עסן ביי די סעודה, די וואך סערווירט זי בכלל נישט, אויף נעקסטע וואך האט זי געלאזט וויסן דארף איך טרעפן א נייע היים.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:44 am

החוקר האט געשריבן:מיין ווייב ב***טשט, פאריגע וואך האט זי סערווירט אלטע עסן ביי די סעודה, די וואך סערווירט זי בכלל נישט, אויף נעקסטע וואך האט זי געלאזט וויסן דארף איך טרעפן א נייע היים.


און א וואך שפעטער זאגט זי מ'מישט איבער א פריש בלעטעל און מ'הייבט אן פון בראשית...
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3315 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 10:45 am

כפליים לתושי'
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3315 מאל

הודעהדורך diff » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:08 pm

דער נאר גייט צירוק אהיים
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך דער דאס » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 2:43 pm

קינד: מאמי, וואס איז דאס ׳סעודת המפסקת׳?

מאמע: אזא סארט שבת סעודה, אבער מיט וואטסעפפ..

ק/פ
דער דאס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 293
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 15, 2016 12:41 am
האט שוין געלייקט: 502 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 566 מאל

הודעהדורך וואלווי » מיטוואך אקטאבער 18, 2017 4:52 pm

אויב נח איז געווען דער ערשטער שיכור, פארוואס האט לוט זוכה געווען לדראון עולם ועל שמו נקרא "שיכור ווי לוט"?

נאר א מענטש דארף געדענקען אז אויב ער גייט שיכור'ן עד כדי בזיון וקצף זאל ער נאר האבן זון און נישט מיידלעך, ווייל אויב נישט וועט די שאדן סוף כל סוף גיין פאבליק..
.Weed: you dont dream. You are the dream
באניצער אוואטאר
וואלווי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 3542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3315 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך גר ותושב » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 9:36 am

תזכורת לבני חו"ל: השבוע *מפסיקים* לעשות עירוב תבשילין
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1649
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1598 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1071 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 1:47 pm

פרעזידענט קאלווין קאולידזש ["סיילענט קאל"] איז מיר נאנט צום הארץ. ער האט געליטן אויף דעפרעסיע, און ממילא געהאט א גוטן סענס אוו יומער.

a matron, seated next to him at a dinner, said to him, "I made a bet today that I could get more than two words out of you." He replied, "You lose."

Coolidge often seemed uncomfortable among fashionable Washington society; when asked why he continued to attend so many of their dinner parties, he replied, "Got to eat somewhere."
[/left]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3713
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7577 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג אקטאבער 20, 2017 4:33 pm

ונבנתה העיר על תילה!
לכה דודי וכו'
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15256
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18072 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18452 מאל

הודעהדורך ציבעלע-קיגל » זונטאג אקטאבער 22, 2017 7:53 am

אחד הגיע להתייעץ עם הרב שלו:

"רבי, נקלעתי לצרה", פתח ואמר, "אבי נפטר אתמול, ואילו אני חייב לטוס מחר על הבוקר לחו"ל, לרגל עסקיי, אחרת אני פושט רגל! על כן שכרתי יהודי צדיק ושילמתי לו שיישב שבעה במקומי, יגדל זקן במקומי ויגיד קדיש במקומי כל יום".

"אם כך סידרת", תמה הרב, "אז למה באת אלי?"

"תגיד", שואל, "אתה חושב שאני צריך ללכת לנחם אותו?".
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 795 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך יהודי פשוט » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:38 pm

דעם מוצש"ק גייט מען צוריק ריקן דעם זייגער און מען גייט צו באקומען א שעה וואס דער שעה האט מען פארלוירן פארגאנגענעם פורים ווען מען האט פאראויס געריקט דעם זייגער, על כן דארף מען לכאורה דעם מוצש"ק האלטן איין שעה פורים.....
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 652
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 410 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 1:59 pm

ס'איז דא א באקאנט ווערטל וואס גייט ארום איבער די עם הארצות פון א טייל פון די וויכטיגע פיהרערס פון מדינת ישראל. אלזא. איינער פון די שרים פון די מדינת ישראל רעגירונג איז אמאל געקומען אין א ביהמ"ד און מ'האט איהם געוואלט געבן אן עליה. ווען מ'האט איהם געפרעגט זיין טאטנ'ס נאמען...בן...האט ער געענטפערט בן ארבעים...! מ'שמיהרט עס אן אויף דעם געוועזענעם יו. ען אמבאסאדאר און אויסערן מיניסטער אבא אבן. אויך אויף יצחק ראבין. אבער איך האב עס געהערט מפה קדשו פונ'ם בעל דבר אליינס. נפתלי בענעט. וואס ער קומט פון א משפחה פון בעלי תשובה. פארציילט ער אז זיין טאטע איז צוערשט געווען א פרייער איד וועלכער האט געוואוינט אין סאן פראנסיסקא. ווען ער איז בראשית דרכו געקומען אין שול און מ'האט איהם געוואלט געבן אן עליה האט מען איהם געפרעגט זיין נאמען. האט ער געזאגט..."דזשעק"...האט מען איהם געזאגט. זאג דעם אידישן נאמען...ווען מ'האט איהם געפרעגט בן...האט ער געזאגט שלושים :lol:

נ.ב.: אבא אבן, וועלכער איז צוערשט געווען דער איזראעלי אמבאסאדאר צו די יו.ען. און שפעטער דער אויסערן מיניסטער. איז געווען פאררעכנט אלס זייער אן אינטעליגענטער מענטש. ער האט גערעדט זייער א געשליפענם אקספארד ענגליש. אבער ווען ס'איז געקומען צו אידישקייט איז ער געווען ערגער ווי יאנקל עם הארץ. ער איז געווען אינגאנצן אויסגעטון פון אידישקייט...! מ'פארציילט אז ער איז אמאל געקומען צו א מסיבה אום יו"ט. און מ'האט איהם מכבד געווען צו מאכן קידוש...האט ער נישט אנגעהויבן צו וויסן וואס מ'דארף צו טון.

יצחק ראבין, אבער וועלכער האט געשטאמט פונ'ם יוד הק' פון פשיסחא. כאטש ער איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואו מ'האט נישט געהאלטן קייין אידישקייט. אבער זיין טאטע האט געזאגט אז ער וויל אז זיינע קינדער זאללן נישט זיין קיין עמי הארצים. ער האט יא געוואוסט א סאך זאכן איבער אידישקייט. ווען ער איז געווען באזוכן אין אוישוויץ האט ער זיך אנגעטון א קאפל און געזאגט קדיש...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מיטוואך נאוועמבער 01, 2017 11:04 am, רעדאגירט געווארן 3 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9109 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 3:39 pm

איך האב געהערט פון א מקורב למלכות אין א"י, אז רבין איז געווען א ריכטיגע תינוק שנשבה, אשר לא ידע כלום וועגען תורה און אידישקייט. בן גוריון האט פיין געוואוסט, שרון אויך. אבער רבין האט גארנישט געקענט. ווען מ׳האט איהם עפעס געזאגט האט ער פראבירט צו פאלגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 9606
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9092 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 6:33 pm

יאנקל כהן, דמיתקריא ראדני דעינדזשערפיעלד, איז מהנה דעם עולם.

מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 3713
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7577 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג אקטאבער 31, 2017 8:46 pm

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געהערט פון א מקורב למלכות אין א"י, אז רבין איז געווען א ריכטיגע תינוק שנשבה, אשר לא ידע כלום וועגען תורה און אידישקייט. בן גוריון האט פיין געוואוסט, שרון אויך. אבער רבין האט גארנישט געקענט. ווען מ׳האט איהם עפעס געזאגט האט ער פראבירט צו פאלגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ס'איז גאנץ מעגליך. אבער יצחק רבין שרייבט אין זיין בוך..."פנקס שירות"/נאוטבוק, אז כאטש זיין טאטע איז נישט געווען קיין ערליכער איד, האט ער אבער געלאזט זיינע קינדער לערנען כדי זיי זאללן נישט זיין קיין עמי הארץ...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16068 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9109 מאל

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך החוקר » דינסטאג נאוועמבער 07, 2017 2:29 am

א מענטש האלט אין מיטן פארן אויפן וועג און זיין קאר צוברעכט זיך, ער דערזעט זיך אין דער וויסטעניש, מען זעט נישט קיין נפש חי ארום, חוץ איין קליינע הייזקע ביי די זייט. ער גייט צו צו דער הייזקעלע, קלאפט אן אויף די טיר און אן אלטער גרייז גרויער זקן מאכט אויף. ער באגריסט אים און זאגט, "מייַן קאר איז צעבראכן. צי טראַכט איר אז איך קען בלייבן איבערשלאפן די נאַכט?"
דער אלטער זקן נעמט אים גערן אריין, געט אים עפעס איבערבייס זיך צו דערכאפן דאס הארץ, דערנאך פארעכט ער זיין קאר. ווי נאר ער לייגט זיך אויפן בעט גרייט איינצושלאפן, הייבט ער אן צו הערן א קול פון נגינה, עפעס אזא מין מתיקות, אזא לויטערקייט, א העכערקייט. אזש עס האט אים געדאכט אז ער הערט די קול פון דוד המלך אליין, צו גאר סרח בת אשר וואס איז געגאנגען שפילן פאר יעקב. מער קען ער שוין נישט איינשלאָפן די נאַכט. ער דרייט און וואלגערט זיך אויפן בעט, פרובירנדיג צו כאפן וואָס קען אפשר זיין די הערליכע קול.
אויפצומארגענס נאכן אויפשטיין, פרעגט ער דעם אלטער וואָס די קול איז געווען, אָבער יענער ענטפערט, "איך קען דיר נישט זאגן דאס איז עפעס וואס מען דארף זוכה זיין צו דעם." טיף אנטוישט איז ער געווען געצווינגען צו פארלאזן דעם ארט.
יאָרן שפּעטער, קיינמאָל נישט קענענדיג פאַרגעסן די הערליכע קול, גייט דער מענטש צוריק צו דער הייזקעלע און בעט זיך ביים אלטן אז ער זאל אים יא אנפארטרויען דעם סוד. דער אלטער ענטפערט ווידעראמאל, "איך קען דיר נישט זאָגן. איר זענט נישט ראוי."
דער מענטש זאגט, "אויב דאס איז דער איינציגער וועג צו וויסן, אפשר זאגסטו מיר וויאזוי איך קען זוכה זיין."
דער אלטער ענטפערט, "איר מוזט אַרומפאָרן די וועלט און קום מיר דערציילן וויפיל גראָזעלעך עס זענען פארהאן און די פינקטליכע נומער פון זאַמד ברעקלעך. ווען איר וועט דאס וויסן וועסטו זיין ראוי צום סוד."
דער מענטש גייט ארויס אופן וועג געוואר צו ווערן וויפיל גראז און זאמד עס איז דא. נאָך יאָרן פון פארשן קערט ער זיך צוריק, אליינס שוין א גרויער אַלטער מענטש און קלאפט אן אויף די טיר פון דעם אלטן. ער עפענט די טיר און לאדענט אים אריין אינעווייניג.
"אין מיין זוכן אויס צו געפינען וואס דו האסט געהייסן, בין איך ארומגעפארן א וועלט און געטראפן וואָס איר האט געפרעגט: די וועלט איז אין א אייביגע טויש עס האלט זיך אין איין ענדערן גארנישט איז נישט אויף אייביג. בלויז גאט ווייסט דעם ענטפער צו וואס איר פרעגט. א מענטש קען נאר וויסן וואס טוט זיך אינערליך אין זיך, און אויך נאר אויב איז מען באמת אויפריכטיג מיט זיך."
דער אלטער זאגט אים, "מזל - טוב, איר האָט זוכה געווען צו קענען וויסן דעם סוד. איצט וועל איך דיר ווייזן די וועג צו די מיסטעריע פון ​​די לויטערע קול".
דער אלטער פירט אים צו אַ האלצענער טיר, וואו דער אלטער זאגט, "די קול קומט פון הונטער די טיר."
דער אלטער געבט אים די שליסל, און ער עפענט די טיר. הינטער די האלצענער טיר איז דא אן אנדערער טיר געמאכט פון שטיין. ער גיבט אים די שליסל צו די שטיינערנער טיר און ער עפענט עס, נאָר צו טרעפן אַ טיר געמאכט פון פלאטינום. און נאכדעם איז געווען א טיר געמאכט פון זילבער, דערנאך פּערל און דימאנטן. צום סוף, זענען זיי אנגעקומען צו אַ טיר געמאכט פון ריין גאָלד.
דער קול האט זיך שוין געקענט הערן קלאר און לויטער. דער אלטער זאגט אים, "דאס איז די לעצטע שליסל צו די לעצטע טיר."
דער מענטש איז אנגעצויגן פון ערווארטונג אן קיין סוף. זיין לעבן'ס ​​וואונטש איז הינטער די טיר!
מיט ציטערדיגע הענט, שפארט ער אויף די טיר, דרייט דעם קליאמקע און צושטאטליך שטופט ער אריין די טיר עס צו עפענען. כמעט פאלענדיג צו זיין קני, איז ער מורא'דיגע איבערגענומען צו אנטדעקן דעם מקור פון דעם לויטער ריינעם פארכישופדיגן קול......
...
...
...
...
...
...
...
...
אבער, זעלבסט פארשטענדליך, אז איך קען נישט זאָגן וואָס ער האט געטראפן ווייל איר זענט נישט ראוי.
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 882
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 542 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 680 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט