מילתא דבדיחותא

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

Re: מילתא דבדיחותא

הודעהדורך החוקר » מיטוואך מאי 06, 2020 12:59 pm

וועלכע חכם איז בייגעפאלן אריינצולייגן אן "S" אין די ווארט lisp?

פארוואס גייען מענטשן ארויף אויף הויכע פלעצער כדי צו לייגן געלט אין שפאקטיוון אויף צו קענען אראפקוקן?

פארוואס האט א פרידזשידער א לייט אבער נישט די פריזער(אלטמאדישע)?

קען א בלינדער זעהן וואס ער חלום'ט?

פארוואס גייט מען צו דאקטוירים וואס פראקטיצירן מעדעצין, ווי זענען די אלע וואס האבן זיך שוין אויסגעלערנט?
החוקר
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 854
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 660 מאל

הודעהדורך הדסים » מיטוואך מאי 27, 2020 2:30 pm

אן ערנסטע ווארט.

א איד קומט ארויף אין הימל, ער פרעגט דעם באשעפער, איך קען מאכן א ווערטעל וועגן די האלאקאוסט?
גאט איז מסכים, דער איד זאגט זיין ווערטעל.
גאט: איך כאפ נישט די דשאוק.
איד: איי געס מען האט געדארפט דארט זיין.
באניצער אוואטאר
הדסים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 294
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 234 מאל

הודעהדורך כרם זית » דאנערשטאג מאי 28, 2020 3:24 pm

דער בריסקער רב'ס טאכטער פלעגט אריינשרייען ביים ליינען ווען די בעל קורא האט געמאכט א טעות. פארשטייט זיך אז עס האט דער בעל קורא פארדראסן אז א מיידל שרייט אים אריין פון ווייבער שול, בפרט אז די טעותים זענען ע''פ רוב געוועזען דקדוקים נוסח בריסק. האט דער בעל קורא אפגעמאכט איר צוצופיקסן.
פרשת וישב דער בעל קורא ליינט זיך אזוי די מעשה פון יוסף הצדיק און אשת פטופר, ווען ''בטעות'' האט ער ארויסגעזאגט אין די בקשה פון אשת פוטיפר צו יוסף, ''שכבה עמו''.
גלייך האט אים דער בריסקער רב'ס טאכטער פאראכטן ''שכבה עמי''...
איבריג אויסצופירן אז פון דעמאלטס אן איז זי שוין שטיל געבליבן.
לשקר אין רגלים. ולאמת אין כנפים.
באניצער אוואטאר
כרם זית
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 27
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 35 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט