דורך אדמור מקרייניץ זצל » זונטאג יאנואר 27, 2019 9:09 am
מיט א ערך פון 200 יאר צוריק האט דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע מחדש געווען דעם דרך החסידות, וואס איז א מהלך אין עבודת ה' נענטער צו ברענגען אידישע קינדער לאביהן שבשמים. און איינע פון די עיקר יסודות אין חסידות איז, צו זיין דבוק אין א צדיק אמת, וואס זאל מדריך זיין דעם חסיד זיך צו פירן בדרכי ה', און ארויף ברענגען דעם חסיד אויף א העכערע מדריגה, און משפיע זיין שפע ברכה והצלחה ברוחניות ובגשמיות אויף די המתתופפפים בצילו, און משפיע זיין רחמים וחסדים אויף די וועלט, און עוסק צו זיין אין יחידים מקרב צו זיין די גאולה שלימה, וואס דאן וועט דאך זיין דער תיקון השלם, און עס וועט זיין אך טוב לישראל כל הימים.
דער אמאליגער צדיק
דער צדיק איז געווען א עני ואביון וואס האט זעלטן געהאט מיט וואס שבת צו מאכן, ער איז אופגעשטאנען חצות, און געלאפן צום טייך ברעכען די אייז, און זיך געטויבעלט ש"י טבילות אין די אייז-קאלטע וואסער, דערנאך האט ער געזאגט תיקון חצות מיט בכיות נוראות, ער האט געוויינט אויף צער גלות השכינה, דערנאך האט ער געלערענט זוהר מיט די תיקונים ביזן נץ החמה, און ביים נץ האט ער זיך געשטעלט דאווענען פארן הייליגען באשעפער מיט א דביקות עילאה, און מיט א פלאם פייער, און נאכן דאווענען איז ער געזיצן איינגעהילט מיטן טלית און די ר"ת תפילין א היפש פאר שעה און געלערנט תורה בקדושה ובטהרה, ביז ער איז אהיים געקומען קרוב לחצות היום עפעס צו פארבייסן וואס בדרך כלל איז גארנישט געווען אינדערהיים. דאס פארבייסן איז באשטאנען פון א שטיקל שווארץ ברויט מיט די עק פון א הערינג, דערנאך האט דער צדיק עוסק געווען אין מצוות מעשיות, ווי הכנסת כלה, פדיון שבוים אד"ג, און אויסגעהערט צובראכענע הערצער און זיי מחזק געווען און געגעבן עצות ווי צו קענען זיך ווייטער ספאראווען מיט די טאג-טעגליכע מיטמאכענישן, דערנאך האט ער געדאווענט מנחה מעריב, און געגעסן א ארימע וועטעשערע, וואס איז באשטאנען פון א פשוטער טעלער קאשע מיט א גלעזל שווארץ קאווע, און זיך געגאנגען לייגן אויף א פאר שעה ביז חצות...
אזוי בערך האבן אויסגעזעהן די אמאליגע צדיקים, וואס האבן פארשיינט די וועלט מיט זייער צדקות און קדושה וטהרה, און זענען געבליבן פארהייליגט ביים כלל ישראל ביזן היינטיגן טאג, און טויזענטער אידן לערנען אין זייערע הייליגע ספרים ווי זיי טרעפן התחזקות און ווארעמקייט צו אידישקייט.
דער היינטיגער צדיק:
דער היינטיגער צדיק איז על פי רוב א גרויסער עושר, וואס פארמאגט ריעל עסטעיט, מיט א שיינע קאר, און א זימער הייזקע, מיט א גאנצע טוץ יוצר משרתים ואשר משרתיו, קעכער און בעלי עגלה'ס, שרייבער, און שלעגער, אויף א מאסיווע פארנעם, ער פארמאגט א צדקה קאסע וואס באשטייט פון געלטער וואס זיינע ארימע חסידים ברענגען אריין, און פון וואס זיינע בחורים גייען ארום שנארן, און פון די דאזיגע קאסע איז דער צדיק מיט זיינע קינדער נהנה במדה גדושה, ער איז ערליך מקיים דער מכניס ואינו מוציא, אפילו ווען איינער פון זיינע חסידים שטארבן פון הינגער...ער האט א באנק אקאנט וואס דארט נעמט ער נישט מיט זיינע משמשים, ער גיבט טאקע גאר ווארימע ברכות און אומפראקטישע עצות... אבער א רויטער גרייצער גייט נישט ארויס פון די הייליגע קאסע, וואס איז מיוחד פארן צדיק ובניו... ער פארמאגט א שאפע מיט בעקיטשעס פאר יעדען טאג באזונדער, מיט סטראקעס און אן סטראקעס..... זילבערווארג האט ער מער ווי באראן ראטשילד, פארט ארום מיטא גאנצע מאטארקאדע, און מיט א פריוואטן פליגער, און שפאצירט אראפ אויף א רויטער טעפיך ווי קייזער פראנץ יאזעף זעלבסט.
דער סדר היום מען שטייט אויף צום דאווענען, מען דאווענט אפ און דערנאך טרינקט מען א לחיים מיט א שטיקל קיכען גבוה שבעה קומות, מען עסט א פרישטאג פון א געשמאקע ראנטאטאש מיט געדינצטע צוויבעל, מיט הייסע פענעץ געשמירט מיט צולאזטע פוטער, מיט א פלאכע טעלער געזאלצענע פארמאדארן, לא להנאת גופי ח"ו, דערנאך איז מען עוסק אין געשעפטען און אין פאליטקא ביזן צאת הכוכבים... דערנאך פארט מען ארום מיט די באגלייטונג פון די גבאים, זיך פיקטעשערן ביי אלע צוזאמקומפטן און מסיבות, און דערנאך גייט מען פאפן.
און ביי שלש סעודות וויינט מען היתכן אידישקייט איז אין דער ערד... דער אינגווארג פאלט אוועק... אינטערנעט.... און נאך שטותים מיט הייסע בארשט...
צדיקים... עטס זענטס משוגע?.. אדער איר האלט די מענטשהייט אלס משוגעים?...עטס זענטס שולדיג אין די ירידת הדורות...... אז דער צדיק איז אזא באם... וואס זאל שוין דער חסיד זיין?