שהכל ברא לכבודו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

שהכל ברא לכבודו

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דינסטאג יוני 24, 2014 11:10 am

אין מסרבין לגדול, די מחותן האט געבעטן. מ'קומט צו אזא שמחה, יעדער וואס האט מיטגעלעבט אזא שמחה דארף מען נישט מסביר זיין.

מ'זאגט אין די שבע ברכות ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם יוצר האדם, שטעלט מען זיך פארוואס פונקט ביי א שבע ברכות מאכט מען אזא ברכה פון יוצר האדם, זענען דען די חתן כלה יעצט באשאפן געווארן? אין גמרא לערנט מען השרוי בלא אשה שרו בלא תורה בלא ברכה. אין קהלת זאגט דער חכם מכל אדם שלמה המלך אשה אלף מאחד לא מצאתי, פרעגן אלע די באקאנטע קשיא וואס מ'דארף נישט איבערחזרן. נאך שטייט מצא אשה מצא טוב, ומוצא את האשה רע ממות, איז דאך לכאורה א סתירה.

די גמרא רעדט ארום וועגן ישא אשה ואחר כך ילמוד תורה צו ילמוד תורה ואחר כך ישא אשה, איז דאך דא דערויף צענדליגע פשטים. וואס די גמרא נעמט אן איז אונז נישט נוגע, איך וועל נאר ארויסברענגען א קליינע נקודה וואס ווערט פארזען און איז וויכטיג זיך אריינצונעמען.

א בחור זיצט אין ישיבה אזוי ווי אונזער חתן וואס ס'איז פקיעה שמיה איך דארף נישט זאגן יעדער ווייסט דאס, ער איז נאך די וואך געזיצן אין ישיבה און געלערנט, א ווי נישט ער האט חתונה א צוויי טאג דערויף. אבער אז מ'לערנט אזוי, אזא לערנען איז עס נישט, א אינגערמאן לערנט מ'האט שוין א עזר כנגדו אין שטוב און מפירט זיך בקדושה וטהרה. ס'איז דא דער יו''ד ה''א, ווי באקאנט דער יו''ד פון איש און ה''א פון אשה, אזא לערנען דאס איז שוין א לערנען. דער יצר הרע וויל נישט אזא לערנען, א לערנען פון טהרה.

שפעטער זאגט מען אין די שבע ברכות, אשר ברא ששון ושמחה חתן וכלה, און מ'רעכנט אויס פיר לשונות פון שמחה גילה רנה דיצה וחדוה, און אזוי רעכנט מען אויך אויס פיר לשונות פון ליבשאפט אהבה אחוה ושלום וריעות. איז שווער פארוואס אזוי פיל שמחה און אזויפיל אהבה? ס'הערט זיך עפעס נישט היימיש.

מ'זעמיר אין גמרא שטייט כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו עובר בחמשה קולות. איז אינטערעסאנט ווען מ'טראכט אריין, דער חתן איז אין זיין פרייליכסטן טאג פון יאר, יום שמחת לבו, ער איז דער מלך, ער גייט ענדליך קענען לערנען און הארווען על התורה ועבודה בקדושה ובטהרה, אים דארף מען משמח זיין? וואס איז דאס פשט פון כל הנהנה ואינו משמחו, ווער איז דען נאך אזוי בשמחה ווי ער אליין וואס גייט יעצט קענען דינען דעם באשעפער ריינערהייט מיט קדושה אין א שטוב וואו די שכינה וועט רוען?

אויף אן אנדער פלאץ זאגט די גמרא אגרא דבי הילולא מילא, דארך מען אויך פארשטיין פארוואס פונקט דאס, פארוואס נישט יענץ?

מ'זאג'ן מיר אויך אין די שבע ברכות אשר יצר את האדם בצלמו בצלם דמות תבניתו. אויף די ברכה איז דא להעיר טובא, נאך באלד צוריקומען

מ'געפין מיר אין ילקוט זבולינו דער באשעפער האט באשאפן אדם ווי מ'זעט פאר'ן חטא עץ הדעת האט מען זיך נישט געשעמט, נאכ'ן חטא האט אדם געזוכט קליידונג. ביי אונז קען זיין א חתן ביום חתונתו מ'טוט תשובה אזוי ווי יום הקדוש מ'ווערט מזוכך. קען זיין דאס איז וואס מ'זאגט יוצר האדם, אדם הראשון פאר'ן חטא. מ'גייט לעבן בקדושה וטהרה מ'דארף שוין נישט קליידער.

דוד המלך זאגט אין תהלים אל תהיה כסוס כפרד, מיט דעם פסוק פארשטייט מען שוין אויך די מחלוקה פון ישא אשה ואח--- - וואס?

+++ נו שווייג שוין דארט דו משוגענער! אראפ פון טיש גענוג געפלאפעלט אריין מיט די אייז קריעם. סימן טוב ומזל טוב, ווי איז יארמע רב?. +++

לאז ענדיגן, נישט דרך ארץ.

איך וועל ענדיגן ווינטשן פאר מיין חשוב'ן שוואגער זאל זען נחת פון דעם קינד און אלע. דער חתן זאל לערנען בקדושה וטהרה. וואס? פון וואו ער וועט באצאלן רענט פרעגט איר?

האאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא שווייג

אביסל רואוגער רבותי. אקעי גענוג, איז עפעס א הולולות דא?

******
יעצט האב איך דעם כבוד אויפצוריפן מיין ברודער וואס איז געקומען פון מאנטריאל זאל זאגן אביסל דיבורים לכבוד'ן שמחה.

לא איש דברים אנכי, אבער אפזאגן מיין טייערן ברודער קען איך אויך נישט.

אין די שבע ברכות זאגט מען, שמח תשמח רעים האהובים כשמחך יצורך בגן עדן מקדם. וואס איז דער מקדם? און יצורך קומט אויך עכט נישט אריין.

נאר קען זיין

+++
יאלא איך בין פערטיג דא.. קומסט?

לשנה הבאה +++

אפגעפירקעלט אהיימגייענדיג נעכטן נאכט פון א שבע ברכות, סליחה
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2167 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג יוני 24, 2014 11:49 am

:lol: :lol: :lol:
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2436
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 5009 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6807 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג יוני 24, 2014 11:51 am

:P
זייער קאמיש אבער עכט.
איך טראכט אלעמאל א רחמנות אויף א גוי וואס דארף רעדן ביי א שמחה. פון וואס רעדט ער? פון הא לן והא להו? פון שהכל ברא לכבודו?
נעם ארויס די פסוקים און דרושים פון א טיפיקעל שבע ברכות דרשה און די בלייבסט איבער מיט גארנישט. נישט קיין ווינדער דער עולם איז צוגענאגעלט צו די איי פאונס בשעת די דרשות. אולי ווען מען זאל רעדן מער אקטואלע ענינים וואלט דער עולם געהאט מער אינטערעסע.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יוני 25, 2014 7:05 am

בענזשאמין, וואס א משל וואלסטו גערעדט ווען דו האסט דעם מיקראפאן אין האנט?
====
ישמעאל, אויסערגעווענליך! נישט געוואוסט ביסט א בדחן אויכעט וואס תלמודו בידו!..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15121
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18120 מאל

הודעהדורך טאמבל סאס » מיטוואך יוני 25, 2014 7:10 am

Interesting how usually, the people who really have something to say would refuse to stand up when they're given the so called honour to speak something lekuved the Simche.
אויב דו מיינסט אז די נומערן וועלן אלעמאל זיגן - דערמאן דיך נאר וויפיל מענטשן די גאז קאמערן האבן געקענט פארנעמען אין א איינצלנע טאג? 10,000 לכל הדעות.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3268
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5459 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2786 מאל

הודעהדורך לעמיל » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:58 am

בין דאס יעצט דורך געגעאנגען.. איך קום פון א שבע ברכות האב איך מיר דערמאנט פון דעם אשכול...
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 815 מאל

הודעהדורך אויליגער » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:37 pm

די סיגוטע רב ר' יעקב בער טייטעלבוים ביי די שבע ברכות וואס די סיגוטע קהילה האט צוגעשטעלט האט די טאטע אדמור מסאטמאר אים געבעטן צו רעדן, האט ער געזאגט אז ער וויל נישט פרעגן קיין קשיות מער אויף די שבע ברכות ווייל נאך די גאנצע וואך וואס יעדע נאכט האבן אנדערע בעלי דרשנים געפרעגט און גענטפערט און איבערגארבעט יעדע שטיקעל פון די ברכות איז שוין מער גארנישט שווער און אויב עס איז נאך געבליעבן איינעם עפעס שווער וועט ער שוין במילא נישט פארשטיין. בלייבט נאר איבער צו ווינטשען אז. ............................................. במהרה בימינו אמן
לייקען לייקען איז א גוטע זאך ענטפערן א תגובה איז א בעסערע זאך
אויליגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 08, 2014 3:08 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 89 מאל

הודעהדורך מ גפני » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:57 pm

זאג מיר נישט אז דאס טוט ער יעדע וואך ביי של"ש?!?
מ'האט שוין א גאנצע וואך געפרעגט און געענטפערט וועגן די וואכעדיגע סדרה בלייבט נאר איבער צו ווינטשען אז. ............................................. במהרה בימינו אמן
באניצער אוואטאר
מ גפני
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1188 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 463 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:42 pm

ר' ישמעאל הכהן: זייער שיין און הערליך. איך וויל נאר זיין זיכער אז דער גאנצער דיאלאג איז פארגעקומען בהקיץ. נישט נאכ'ן זאגן ברכת המפיל... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14705 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8394 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:55 pm

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן::P
זייער קאמיש אבער עכט.
איך טראכט אלעמאל א רחמנות אויף א גוי וואס דארף רעדן ביי א שמחה. פון וואס רעדט ער? פון הא לן והא להו? פון שהכל ברא לכבודו?
נעם ארויס די פסוקים און דרושים פון א טיפיקעל שבע ברכות דרשה און די בלייבסט איבער מיט גארנישט. נישט קיין ווינדער דער עולם איז צוגענאגעלט צו די איי פאונס בשעת די דרשות. אולי ווען מען זאל רעדן מער אקטואלע ענינים וואלט דער עולם געהאט מער אינטערעסע.

ר' בנימן: ס'איז מיר א חידוש אז דו ווייסט נישט וואס א גוי וואלט געזאגט ביי א שבע ברכות. ס'זייער פשוט. ער וואלט גירעדט פון ספארטס. ער וואלט געזאגט מער ווייניגער אזוי. מיר געבן אפ א שבח והודיה צום הייליגן באשעפער אז די דזשעטס האבן שוין דעם פארגאנגענעם זונטיג ב"ה געוואונען א געים. און בגדול. ווען זיי האבן געשפיעלט אקעיגן די פיטסבורג סטיעלערס. אבער אונז קען מיר נאכנישט אויפהערן צו ארבעטן און מתפלל זיין אז די דזשאיענטס, וועלכע האבן פאר א יאר (אויב איך בין מיך נישט טועה) ב"ה געווינען דעם סופערבאול. אויך בחסדי השם, אין די לעצטע רגע. אבער דעיס יאר זענען זיי ליידער שטארק הינטערשטעליג. און ס'זענען דא גרויסע אויסזיכטן אז מ'זאל ח"ו משלח זיין זייער העד קאוטש. מ'דארף גרויס רחמי שמים אז דער אלטיטשקער זאל נאך קענען אנהאלטן זיין דזשאב. שוין. כ'וויל נישט מאריך זיין. אבער דער מצב ביי די ניקס זעהט ליידער אויס זייער נישט פויגלדיג. זיי האבן נאך היי-יאר ליידער נישט געווינען קיין איין געים. נאר כ'וויל מסיים זיין. זייער הויפט-שפילער ענטאני קארמעלא שליט"א האט געזאגט, נאכ'ן פארלירן דעם לעצטן געים, אז זיי מוזן זיך נעמען אין די הענט אריין און אנהייבן געווינען געימס. אנישט איז צרות, ח"ו....שיר המעלות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13199
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14705 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8394 מאל

הודעהדורך shem-tov » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 4:07 am

ישמעאל הכהן האט געשריבן:
אויף אן אנדער פלאץ זאגט די גמרא אגרא דבי הילולא מילא, דארך מען אויך פארשטיין פארוואס פונקט דאס, פארוואס נישט יענץ?

דוד המלך זאגט אין תהלים אל תהיה כסוס כפרד,


:lol:
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 799 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט