שהכל ברא לכבודו

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1620 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2053 מאל

שהכל ברא לכבודו

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אין מסרבין לגדול, די מחותן האט געבעטן. מ'קומט צו אזא שמחה, יעדער וואס האט מיטגעלעבט אזא שמחה דארף מען נישט מסביר זיין.

מ'זאגט אין די שבע ברכות ברוך אתה ה' אלוקינו מלך העולם יוצר האדם, שטעלט מען זיך פארוואס פונקט ביי א שבע ברכות מאכט מען אזא ברכה פון יוצר האדם, זענען דען די חתן כלה יעצט באשאפן געווארן? אין גמרא לערנט מען השרוי בלא אשה שרו בלא תורה בלא ברכה. אין קהלת זאגט דער חכם מכל אדם שלמה המלך אשה אלף מאחד לא מצאתי, פרעגן אלע די באקאנטע קשיא וואס מ'דארף נישט איבערחזרן. נאך שטייט מצא אשה מצא טוב, ומוצא את האשה רע ממות, איז דאך לכאורה א סתירה.

די גמרא רעדט ארום וועגן ישא אשה ואחר כך ילמוד תורה צו ילמוד תורה ואחר כך ישא אשה, איז דאך דא דערויף צענדליגע פשטים. וואס די גמרא נעמט אן איז אונז נישט נוגע, איך וועל נאר ארויסברענגען א קליינע נקודה וואס ווערט פארזען און איז וויכטיג זיך אריינצונעמען.

א בחור זיצט אין ישיבה אזוי ווי אונזער חתן וואס ס'איז פקיעה שמיה איך דארף נישט זאגן יעדער ווייסט דאס, ער איז נאך די וואך געזיצן אין ישיבה און געלערנט, א ווי נישט ער האט חתונה א צוויי טאג דערויף. אבער אז מ'לערנט אזוי, אזא לערנען איז עס נישט, א אינגערמאן לערנט מ'האט שוין א עזר כנגדו אין שטוב און מפירט זיך בקדושה וטהרה. ס'איז דא דער יו''ד ה''א, ווי באקאנט דער יו''ד פון איש און ה''א פון אשה, אזא לערנען דאס איז שוין א לערנען. דער יצר הרע וויל נישט אזא לערנען, א לערנען פון טהרה.

שפעטער זאגט מען אין די שבע ברכות, אשר ברא ששון ושמחה חתן וכלה, און מ'רעכנט אויס פיר לשונות פון שמחה גילה רנה דיצה וחדוה, און אזוי רעכנט מען אויך אויס פיר לשונות פון ליבשאפט אהבה אחוה ושלום וריעות. איז שווער פארוואס אזוי פיל שמחה און אזויפיל אהבה? ס'הערט זיך עפעס נישט היימיש.

מ'זעמיר אין גמרא שטייט כל הנהנה מסעודת חתן ואינו משמחו עובר בחמשה קולות. איז אינטערעסאנט ווען מ'טראכט אריין, דער חתן איז אין זיין פרייליכסטן טאג פון יאר, יום שמחת לבו, ער איז דער מלך, ער גייט ענדליך קענען לערנען און הארווען על התורה ועבודה בקדושה ובטהרה, אים דארף מען משמח זיין? וואס איז דאס פשט פון כל הנהנה ואינו משמחו, ווער איז דען נאך אזוי בשמחה ווי ער אליין וואס גייט יעצט קענען דינען דעם באשעפער ריינערהייט מיט קדושה אין א שטוב וואו די שכינה וועט רוען?

אויף אן אנדער פלאץ זאגט די גמרא אגרא דבי הילולא מילא, דארך מען אויך פארשטיין פארוואס פונקט דאס, פארוואס נישט יענץ?

מ'זאג'ן מיר אויך אין די שבע ברכות אשר יצר את האדם בצלמו בצלם דמות תבניתו. אויף די ברכה איז דא להעיר טובא, נאך באלד צוריקומען

מ'געפין מיר אין ילקוט זבולינו דער באשעפער האט באשאפן אדם ווי מ'זעט פאר'ן חטא עץ הדעת האט מען זיך נישט געשעמט, נאכ'ן חטא האט אדם געזוכט קליידונג. ביי אונז קען זיין א חתן ביום חתונתו מ'טוט תשובה אזוי ווי יום הקדוש מ'ווערט מזוכך. קען זיין דאס איז וואס מ'זאגט יוצר האדם, אדם הראשון פאר'ן חטא. מ'גייט לעבן בקדושה וטהרה מ'דארף שוין נישט קליידער.

דוד המלך זאגט אין תהלים אל תהיה כסוס כפרד, מיט דעם פסוק פארשטייט מען שוין אויך די מחלוקה פון ישא אשה ואח--- - וואס?

+++ נו שווייג שוין דארט דו משוגענער! אראפ פון טיש גענוג געפלאפעלט אריין מיט די אייז קריעם. סימן טוב ומזל טוב, ווי איז יארמע רב?. +++

לאז ענדיגן, נישט דרך ארץ.

איך וועל ענדיגן ווינטשן פאר מיין חשוב'ן שוואגער זאל זען נחת פון דעם קינד און אלע. דער חתן זאל לערנען בקדושה וטהרה. וואס? פון וואו ער וועט באצאלן רענט פרעגט איר?

האאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאא שווייג

אביסל רואוגער רבותי. אקעי גענוג, איז עפעס א הולולות דא?

******
יעצט האב איך דעם כבוד אויפצוריפן מיין ברודער וואס איז געקומען פון מאנטריאל זאל זאגן אביסל דיבורים לכבוד'ן שמחה.

לא איש דברים אנכי, אבער אפזאגן מיין טייערן ברודער קען איך אויך נישט.

אין די שבע ברכות זאגט מען, שמח תשמח רעים האהובים כשמחך יצורך בגן עדן מקדם. וואס איז דער מקדם? און יצורך קומט אויך עכט נישט אריין.

נאר קען זיין

+++
יאלא איך בין פערטיג דא.. קומסט?

לשנה הבאה +++

אפגעפירקעלט אהיימגייענדיג נעכטן נאכט פון א שבע ברכות, סליחה
ראדיא באריכטער פאר ק''ש

דער אשכול פארמאגט 10 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר