לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמואל שלום שלמה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 179
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 10:14 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 108 מאל

לכבוד פורים: אזוי עסט א גוי

שליחה דורך שמואל שלום שלמה »

א איד (עכ"פ א חסידישער איד) עסט מיט אן איידעלקייט, איינגעצוימט, מיט א הוט אויפן קאפ. א גוי אבער.... א גוי עסט - ווי א גוי! וואס הייסט דאס אז א גוי עסט ווי א גוי? איך קען אייך פרובירן מסביר זיין... איך גלייב אבער אז איר וועט נישט פארשטיין. פון וואנעט זאל א חסידיש איד וויסן וויאזוי א גוי עסט? סיידנס, אויב דער איד האט שוין מיטגעהאלטן אזא מראה... רוב פון אייך האבן מסתמא דאס קיינמאל נישט געזען.

עס איז באקאנט די מעשה מיט א געוויסע ראש ישיבה און ארץ ישראל וואס א טאג נאך די וואלען אין אמעריקא האט ער געפרעגט זיינע תלמידים ווער עס איז דער נייער פרעזידענט אין אמעריקא. די תלמידים האבן זיך זייער געוואונדערט. פארוואס וויל דער ראש ישיבה דאס וויסן? זייט ווען ליגט דער ראש ישבה אין פאליטיק? האט דער ראש ישיבה ערקלערט: ווען איך זאג שלא עשני גוי, טראכט איך נישט פונעם שמוציגען גוי, דער אפגעריסענער אפגעשליסענער. איך טראכט פונעם דערהויבענסטען גוי, פון דער וואס זיצט ברום המעלה! פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן! און אויף אים זאג איך בא"י אמ"ה שלא עשנו גוי!!!

איז כדי איר זאלט פארשטיין וויאזוי די מכלומרשטע "הויכגעשעצטע" גוים זענען עוסק אין אכילה, הרי אינו דומה שמועה לראיה... נאט אייך אפאר בילדער. אמר רב יוסף כל ליצונותא אסורא בר מליצונותא דעבודה זרה...

דער ערשטער אויף די ליסט איז מר. פרעזידענט אליין, באראק חוסעין אבאמא:
בילד

יא, יא אזוי מיט די באקציינער צום פאלק, גראד אריין אינעם פרעצל.

נעקס אויף די ליין איז געוועזענער פרעזידענט, בוש.
בילד

המממ. איר הייבט שוין אן צו כאפן וואס איך מיין "עסן ווי א גוי". ניין? נאכנישט? אקעי, דאן, דא האט איר בוש, דזשוליאני מיט פאטאקי

בילד

אה, יעצט זע איך איר פארשטייט וואס איך מיין. ניין, ס'איז נישט קיין לעצטיגער זאך, ס'אלץ געווען. געט א קוק אויף פרעזידענט קלינטאן:

בילד

יא, ער איז טאקע באוואוסט אלץ אן אומאיידעלער.

נו, ראנעלד רעיגען תוכיח:

בילד

אויב וועט איר ווילן טענה'ן אז דאס געשענט ווען דער פרעזידענטילכער אפיס קארופטירט... לאמיר זען צו איר זענט גערעכט:

מיט ראמני:

בילד

הערמאן קעין:

בילד

ריק סענטארום

בילד

דזשאן קערי:

בילד

דזשאן מעקעין:

בילד

מייק האקעבי:

בילד

און צום לעצט, דער פרעזידענט האט אויך ליב אייזקרעם:

בילד

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר