האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 953
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1572 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2183 מאל

האטס רחמנות אויף מיינע ריינע הייליקע מחשבות!

שליחה דורך פארוואס? »

איך בין באקאנט פאר אלע מיינע ארומיגע אלס אן אויסגערופענער ירא-שמיים און עובד השם, און דערצו בין איך א גרויסער מתמיד אויך, מיין גאנצע קאפ איז אריינגעטוהן נאר אין תורה ועבודה, פון צופריה ביז די קליינע נאכט שעות. איך מיין דא חס-ושלום זיך נישט צו גרויס-האלטן, דאס איז פשוט די ריינע מציאות.

על כל פנים, איך פיהל פאר וויכטיג אייך צו מיט-טיילן א טאג וואס איז אריבער אויף מיר, אויף אלע גויים געוואונטשן, אלעס איז נאר צוליב א קלייניגקייט, וואס האט גורם געווען זייער שלעכטע רעזולטאטן.
איז אזוי, איין טאג בין איך אויפגעשטאנען פארטאגס, (כדרכי בקודש), אין פארשטייטס-זיך גראד געלאפן אין מקוה, זיך צו מטהר און מקדש זיין בעפאר מ׳זאגט ארויס א יידיש-ווארט פון מויל. דאס איז א זאך וואס איך בין נישט מוותר דערויף עבור כל הון דעלמא.

אזוי ארויסגייענדיג פון מקוה בין איך צוגעגאנגען צו די מודעות וואס הענגען ביים אריינגאנג פון מקוה, און איך האב זיך אנגעשטויסן אין א הזמנה, א באקאנטער ידיד מיינע רופט דעם עולם צו די חתונה וואס ער גייט מאכן בשעטו"מ.

אזוי קוקנדיג אויף די הזמנה, נאך אביסל באטראכטן, זענען מיינע אויגן געפלויגן צו די "עטרת זקנים" ווי אלע זיידעס ווערן דערמאנט, און פלוצלינג האב איך באמערקט ווי אנשטאט עס זאל שטיין א מענערישע נאמען, איז געשטאנען א נאמען פון א .... (יא, יא! איהר לייענט ריכטיג, א נאמען פון א שלא-עשני).

מיין קאפ האט אנגעפאנגען צו ארומ-פליען און מיין הארץ האט אנגעפאנגען צו באמבען, איך האב מיר נישט געקענט באהערשן איבער מיינע מחשבות וואס דער יצר האט אריינגעשטארעמט אין מיר, איך בין נישט געוואוינט זיך צו שלאגן מיט אזעלכע נסיונות. איך בין געשטאנען אזוי געלעמט פאר עטליכע מינוט, ביז איך האב מיר שנעל געכאפט און גענומען אין די הענט אריין, און שנעל אנגעפאנגען צו ארויסטרייבן די אלע שלעכטע מחשבות רח"ל וואס האבן געשטורעמט אין מיין ריינעם קעפל.

מיט א צובראכן הארץ האב איך אנגעפאנגען זיך צו גרייטן צום דאווענען, איך האב זיך אביסל אויסגעוויינט צום טאטן אין הימל, ער זאל זיך דערבארעמען אויף מיר, און מיר ארויסשלעפן פונעם שווערן פלאנטער. אבער אין די זעלבע צייט, האט דער שטן נישט נאכגעלאזט, נעמען פון ... האבן געהאלטן אין איין ארויפשווימען אין מיין זיכרון, איך האב נישט געקענט סטאפן, און אזוי האב איך אנגעפאנגען צו דאווענען מיט א לב-נשבר.

במשך'ן גאנצן דאווענען האט דער שטן נישט גערוהט פאר קיין איין רגע כמימרא, ער האט מיר געהאלטן אין איין פארדרייען די קאפ, עד כדי כך, אז איך האב מיר אינמיטן פלוצלינג געטראפן אריבער מושן צו די "פסוקים לשמות הנשים", פארשטייטס זיך אז כ'האב מיר תוך כדי דיבור געכאפט, און גלייך אריבער געמושט, אבער די פאר סעקונדעס איז שוין פונקט גענוג געווען צו אריינקריצן א נצחיות'דיגן פגם אין מיין ריינע נשמה.

נאכן דאווענען, בין איך געלאפן שנעל אין כולל אריין, פראבירנדיג מיט די גאנצע כחות, צו באהאלטן פון מיינע חברים מיין טלטול הנפש, און שנעל אנגעפאנגען צו לערנען אויפן קול, האפנדיג אז די הייליקע תורה וועט קענען דאס וואס דער דאווענען האט נישט געקענט באווייזן.

אבער עס איז נישט אריבער קיין פאר מינוט, און מיין קאפ האט ווידער אנגעפאנגען צו פליהען און שוועבן, כ'האב זיך נישט מצליח געווען צו קאנצעטרירן. די מחשבות האבן געהאמערט אין מיין קאפ, אז עס איז נישט מעגליך געווען צו עס אוועק טרייבן.

דער לימוד איז פונקט געווען דעמאלס אין הלכות טבילה (יור"ד סי' קצ"ח סעי' ל"ה), מיר האבן געלערנט ווי אזוי די פרוי דארף שטיין נאקעט אינעם בור הטבילה, און ווי אזוי זי דארף שטיין בשעת'ן ברכה. מיין חברותא האט מיר געהאלטן אין איין צוריק שלעפן צו די עניינים, אבער איך האב נישט געקענט טראכטן פון גארנישט, מיין קאפ איז צוריק געפלויגן צו די הזמנה וואס איך האב געזעהן צופרי.
מיין חברותא האט געהאלטן אין איין פראבירן מיר צוריק אריינשלעפן אין לערנען, ער שרייט ארויס פון שו"ע: ויהיה תחת דדיה נראה כדרך שנראה בשעה שמניקה את בנה! נו..., און איך קען האב אפילו נישט געהערט. נאכן איינזעהן אז מיין קאפ איז נישט אויפן פלאץ, און אז איך קען נישט טראכטן פאר איין מינוט אין לערנען, האט ער מיר פראבירט צו אויספרעגן, אויב אלעס איז אקעי מיט מיר.

בצר לי, האב איך מיר אויסגעגאסן מיין צובראכן הארץ צו איהם, צוזאמען מיט מיין כעס אויף די אלע מחותנים וואס רעכענען זיך נישט מיט די אקעלע געפיהלן פון אויסגעארבעטע יונגעלייט, איך האב איהם מסביר געווען ווי אזוי עס האט צושטערט מיין גאנצע מנוחת הנפש פאר א גאנצע טאג.

מיין חברותא, האט מיר פראבירט איינרעדן אז ער זעהט נישט וואס איז ראנג דערמיט, כאילו ווי ער האט א הארץ פון אייזן, צו איהם רעדט נישט די סארטן זאכן, איך האב איהם אפגעענטפערט מיט די באקאנטע עובדא, ווער ווייסט וויפיל מאל דו האסט שוין... כדי צו אנקומען צו א מצב אז עס זאל דיר נישט שטערן.

על כל פנים, מכאן הקריאה יוצאה צו די אלע מחותנים וואס לאזן דריקן אינוויטעישנס, אז זיי זאלן זיך רעכענען מיט די געפיהלן און באדערפענישן פון חסידישע כעניאקישע יונגעלייט, זיי זאלן כאטש וויסן אז לא אלמן ישראל, עס איז נאך דא ריינע אידישע הערצער ביי כלל ישראל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פארוואס?, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 33 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר