די לעכל וואו איך וואוין, און מיין סטופיד ווייב

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 503 מאל

די לעכל וואו איך וואוין, און מיין סטופיד ווייב

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

אין וואין יעצט אין די סיטי, א דירה וואס כ'האב געקויפט אפאר יאר צירוק.
פאר איך הייב אן אראפ לייגן די מצב וויל איך געבן צו פארשטיין כ'בין ב"ה א פיינע פארדינער, כ'קען זיך נישט אפרעדן ב"ה.
איך וואין אין א 4 בעד רום דירה. (4 לעכער) א דיינוג רום (א ביה"כ סייז) אין א קאך (א פלעי רום סייז).
איך מוז מודה זיין איך האב געקויפט די דירה בין איך געווען זייער צופרידען, א אינגערמאנטשיק מיט א דאך איבערן קאפ אפאר יאר נאכן חתונה.
אבער אלץ האט זיך געטוישט נאך א באזוך ביי א קרוב משפחה אין מאנסי.

איך דארף געבן צו פארשטיין, די פלעי רום איז אין איינער פון די בעדרום'ס, מיין ספרים שטוב איז געווארן א בעדרום, די פסח קאך איז א קלאזיט, די לאנדרי רום איז א ד' על ד', וגו'
אין אויף דעים האב איך געצאלט גראב געלט, אין ס'טאקע ווערד גראב געלט.

אז מ'געבט א קוק וואס כ'קען האבן אין מאנסי פאר דעים פרייז איז א שרעק.

אז איך פארקויף מיין דירה מארגן אין מיט די געלט קויף אין א דירה אין מאנסי וואין איך ווי גראף פאטאצקי אליין מיט א מאה אלף אין טאש.

איך קען האבן א גרויסע פארקינג ספאק אין מאנסי
א הערליכע פראנט יארד מיט גראז אין ביימער
א בעק יארד מיט א טרעמפעלין אין א סווינג סעט
פענצטער פון אלע פיהר זייטן פון די פאלאץ
א ריזיגע פאר ציממער ביי די ענטרענטס
א גרויסע פלעירום
א גרויסע לאנדרי רום
א געהעריגע פסח קאך
א דיינוג רום גרויס ווי א חתונה זאל
א קאך גרעסער ווי אוז מלך הבשן'ס שיך
א ספרים שטוב ווי כ'קען לערנען מיט א חברותא באקוועם
א קאוטש רום (סתם פאר די העק)
א עקסטרע רום פאר סוכות ווי די דאך עפענט זיך אויפ
א קליינע סוכה'לע פון מיין מעסטער בעדרום
4 ביה"כ
צוויי ריזיגע פארטשיס, קענען זיצן יעדער אינדערפרי מיט א קאווע באקוועם,
א סטאריד'ז ציממער צו האלטן קרעפ
נעווער מיינד די קליינע זאכן ווי וואלק אין קלאזיטס, אין צוויי עקסטרע פריזיס וגו'

עכ"פ איך קען דאס אלץ באקומען היינט נאכט, איך דארך נאר פארקויפן מיין פיצעלע דירה אין די סיטי אין קויפן א הויז אין מאנסי, אין איך בלייב נאך מיט טשעינז אין טאש
אבער ניין, דאס קען נישט געשעהן עטץ ווייסט פארוואס???

ווייל מיין פריקין ווייב וועט נישט קענען גיין איינמאל א חודש צו אירע צוחישטע מאמע פאר א האלבע שעה, אדער גיין באזוכן איערע שוועסטער יעדער שבת מברכין
וואס די העלל, טוע איך דא. ס'מאכט נישט קיין טראפ סענטס, איך זאל וואינען אין א לאך ווייל איערע סטופיד פרענדס דארפן וואינען אין די זעלבע זיפ קאוד????
מ'קען מיינען אז זי טרעפסט זיך מיט זיי יעדער טאג.
זי רעדט בס"ה מיט זיי אויפן טעלעפון, ענד לעסט טיים איי טשעקט איז דא טעלעפאנען אין מאנסי.
אבער איך קען רעדן צו א וואנט, זי דארף וויסען יעדער וואס איז פרעגנענט אין נאך אנדערע קרעפ.
איז נישט דא קיין פרויען אין מאנסי וואס וועלען מקרב זיין מיין ווייב? ווי בין איך מסביר זעלעכע פשוטע זאכן פאר מיין פרוי. אוי אוי נשים דעתן קלה
איך האב שוין אינוועסיטי שעות אין דער שמועסן, געלעקט, געקוקשט, געהאלצט, געשריגען, געשלאגן, געבייזערט. אבער גארנישט
דעממ איט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטאפענע קאפעליטש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 38 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר