א קאפ פארדרייענדע חקירה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

א קאפ פארדרייענדע חקירה

הודעהדורך רויטע וואנצעס » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:18 pm

כאכאכאכאכאכאכאכאכאכאכא.
כאכאכאכאכאכאכאכאכאכאכא.
כאכאכאכאכאכאכאכאכאכאכא.

אוי איימסארי, א אשכול קען נישט געעפענט ווערן אזוי, מ'דארף עפעס זאגן. שוין, אלטס תקנות המקום וועל איך צאמציען די שטום בענדער, שארפן די צוביסענע נעגל, און שרייבן.

די זאך איז אזוי, באמת קומט די אשכול אין די וויסנשאפט אפטיילונג, אבער איך מיין די קלוגע וועלן עס נישט תופס זיין. לייג איך עס אין שמייכעל, אבער ס'גארנישט קיין געלעכטער.

לאמיר צוגיין צום ענין: איך האב א חקירה, צו א מענטש קען פארשווענדן צייט. ד"ה צייט איז בעצם א מציאות וואס איז אפהענגיק פונעם מענטש (ונבנתה העיר און פארוואס? וועלן מיר באלד קומען זאגן אז נישט. הערטס ענק איין חברה, מאטי האלט זעכער ווי מיר) איז ווי קען זיין דער מענטש זאל עס פארשווענדן?

לאמיך צונעמען די חקירה אויף קליינע טעלערלעך, אז די וואס זענען אויף א דעת דייעט זאלן קענען באגרייפן די עמקות:

צד א':
צו זאג איך אז נאר א זאך וואס האט א שוויות און מ'קען עס האלטן איז שייך צו פארשווענדן, ממילא קען מען צייט נישט פארשווענדן, אדער

צד ב':
צייט איז די מציאות, ד"ה די באלאן אין וואס דער מענטש לעבט און ער קען זיך נישט פון איר טיילן, ממילא איז שייך צו זאגן אז ער פארשווענדעט זיין אייגענע אטמאספערע.

איי, וועסטו קראצן די לעצטע אומגעפליקטע איינצעלנע בארד הארעלעך, און פרעגן למאי נפקא מינא פראפעסער?

די נפקא מינא איז אזוי: אויב זאג איך אז מ'קען פארשווענדן צייט, האסטו נאר פארוואס פארשווענדעט דיין טייערע צייט מיט'ן לייענען דעם אשכול. אויב זאג איך אבער אז צייט לאזט זיך נישט פארשווענדן, מוז מען זאגן אז בעצם האסטו דא נישט פארשווענדעט דיין צייט, די צייט האט פארשווענדעט דיין מציאות מיט דעם וואס ער האט דיר פארלוירן אין א מצב פון טויטע מח אקטיוועטי.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9548 מאל

הודעהדורך לית דין בר נש » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 9:34 pm

איך מיין דאס איז נאך אזא גוטע חקירה ווי אויב די מעגסט אריין שפייען אין מיין קאווע! עס ברענגט מיר כאטש נישט צו ברעכן!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 6:18 pm
האט שוין געלייקט: 6777 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1297 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:00 pm

מען פארשווענדט נישט צייט, מען פארשווענדט זיך אליין. פארשווענדן צייט איז סתם אזא אויסדרוק. אזוי ווי שמוציג מאכן די נשמה.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8207 מאל

הודעהדורך פליקער » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:12 am

ליינענדיג די חקירה איז מיר פארענטפערט געווארן א הארבע שאלה, צי פארשווענד איך טייערע צייט דא?
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:27 am

קודם א גראמאטישע באמערקונג, "אומאפהענגיק אינעם" נישט "אפהענגיק פונעם", ועיין בספר הקדוש "היהודי" דף א' עמוד א' ודו"ק.
פושט זיין די חקירה, דוכט זיך אז די ראיה וועט זיין פון דאס וואס ראובן קעננישט פארשווענדן שמעוןס צייט, איז דאך מוכרח אז ווען ער פארשווענדערט יא איז דאך דאס פונקט זיין צייט וואס ער פארשווענדערט, (ועוד, אין אדם אוסר דשא"ש), איז דאך מוכרח ווי צד ב'.
וראיה מלשון רמב"ם הלכות תשובה אלו השוגים בהבלי הזמן ושוגים כל שנתם בהבל וריק.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1196 מאל

הודעהדורך בשבילי! » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:37 am

ר' יעקב מילער פלעגט אסאך צייט פארברענגען איבער דעם ענין פון צייט פארברענגען ער פלעגט זאגן: ס'דא אידן וואס זיצן אפ טעג און נעכט און בטלן אפ זייער צייט, צייט איז א טייערע זאך, צייט קומט נישט צוריק. צייט איז עפעס וואס איינמאל ס'איז אוועקגעגאנגען איז פארטיג צייט איז נישט עפעס וואס מ'קען צוריקברענגען. וויאזוי איז עס אז אידן קענען אזוי אוועקווארפן אזא טייערע זאך ווי צייט? צייט איז ווערד געלט ווי מ'זאגט טיים איז מאני. צייט איז ביי מיר גאר טייער, איך האלט עס טייער און זאג אן אין מיין שטוב אז חלילה נישט אפברענגען צייט, צייט צייט צייט איז אזא בריאה וואס איינמאל ס'נישטא איז דערנאך, קענסט נישט צוריקלויפן.
צייט דארף מען טייער האלטן, איך פארברענג קיינמאל נישט קיין צייט, צייט איז נישט שאצבאר. צייט צייט צייט, ער רעדט נאך אפשר יעצט הרב מיארמע זאל געזונט זיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בשבילי! אום מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:42 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
^*^*^*^
איך האס לייק'ס. אויב ווילסטו מיר אפטוהן. אויב ווילסטו מיר וויי טאן. געמיר א לייק.
באניצער אוואטאר
בשבילי!
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 585
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג סעפטעמבער 13, 2013 5:57 pm
האט שוין געלייקט: 556 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 567 מאל

הודעהדורך עזריאל » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:39 am

דאס איז א אלטע חקירה פון רבי ברוך בער אדער פון סטענסיל ווען סאיז חל די צייט פארברענעריי ווייל באמת איז דאך יעדע רגע גארנישט מילא קען נישט חל זיין דערויף די שם צייט פארברענעריי אדער קוק איך נאך א גאנצען טאג גארנישט טאן אין איך זאג אז סאיז נתברר למפרע אז היינט איז געווען א צייט פארברענעריי. אין סאיז תלוי צו אדם מקנה דבר שלא בא לעולם ווייל סהאט יעצט א חלות אין די גמר הקנין געשעהט שפעטער אדער נישט
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך עזריאל » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 12:41 am

אפשר זאל מען טוישן די שם האשכול צו מחלוקת אין אלכסנדר אזוי וועלן אהער קומען די לומדים זיך מפלפל זיין.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך אקטאבער 01, 2014 1:48 am

פליקער האט געשריבן:ליינענדיג די חקירה איז מיר פארענטפערט געווארן א הארבע שאלה, צי פארשווענד איך טייערע צייט דא?


ליידער פארשווענטסטו נישט גענוג די צייט דא. מיר ווארטן מיט דארשט אויף דיין נעקסטע ארטיקל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9862 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9548 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט