אראמא #3 - ברוקלין-איינוואוינער וועלן שטימען "ניין"...

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

אראמא #3 - ברוקלין-איינוואוינער וועלן שטימען "ניין"...

שליחה דורך יואב »

ברוקלין-איינוואוינער וועלן שטימען "ניין" אויפ'ן הינדל רעפערענדום

אויב זאל מען פארלייגן א פרידליכן אופן וויאזוי די וועלט קען פון דער טויט-אנשרעקיגער בין פטור ווערן איינמאל און פאר אלעמאל, וואלטן מאנכע, אן קיין גרויסע איבערקלערונגען א לאז געטאן אין שוואונג זייער ברייטע שטיצע. ס'ברויך קיינער וויסן איבער די געלע-מאנטלען וואספס. הכל בחזקת האניג-בין, זי פראדוצירט האניג און פייגערט אפ נאכן דעליווערן דעם איינעם שטאך.

דער פלאן דא איז אנצוכאפן די פאפולערע פראזע פון לא מדובשך ולא מעוקצך און איר ליטערלי אריינשליידערן אינעם לויפנדן רעאליטעט. אמת, דער אזויגערופענער זיסער האניג קומט צו א גמר, און נישט צוליב דעם וואס די עוסקי בצרכי ציבור באמונה האבן אנטדעקט א חשש פון ווערים, ס'איז פשט נמנו וגמרו מ'וועט איינשטעלן א פולקאמע דיסקאנטיניואציע צום דאזיגן מאדעל צי גאר מאדעלן אז מ'וועט זיך נעמען צו די פילע ספישיס פון היימאנאפטירע וועלכע האבן סטינגערס מיט אלע זייערע שמות נרדפים ובכל מקומות מושבותיהם.

איידער איר גיבט אפ אייער שטימע צו דערלויבן די דאזיגע עקסטערמענאציע, קלערט איבער א מינוט די גאר שווערע פינאנציעלע קאנסעקווענצן אזא מאסן בינען אפשאפונג וועט ברענגען מיט זיך — הן פאר דעם כלל און מער אזוי פאר יחידים. קודם כל, דער ברייטער אויסוואל פון מזונות ערב יום הקדוש, דער סוד פון אפערטונעטי וואס טוט ערמעגליכן שמשים מכל קצווי תבל צו טובל'ן די הענט אין גאלדן-גריבער וועט מיטאמאל אריינהייבן א גרויזאמער רעדוקציע — א טויט-קלאפ פאר דעם שמש'ס קאפיטאל. זיין נייעם ראש השנה מעסער וועט אן דעם האני-קעיק שניידן אזאנע רווחים ווי אויף אלע שונאים געווינטשן; דער איינזאמער מארבל-קעיק וועט רעדוצירן דעם שטראם האנט-מטבע'לעך צו א גראד מיט רויטע נומערן. אך, די בא'חנ'טע תמימות'דיגע תפוחין קדישין שלא טעמו טעם חטא וועלן אן דעם זבת דבש זיך טרעפן שטיין ווי ארימע יתומים אונטער דער שיין פון א נאקעטער לבנה — און די גראפיקס אינדוסטריע? זי טרעפט זיך אין דער קאלטער אדמה איבערנאכט. ווי קען אזאנס איבערלעבן אן האניג?

וואס? אייך האבן זיי אויך באוויזן צו אינטימעדירן? בארואיגט אייך! ווערט נישט אזוי איבערגענומען פון די קעסטלדיגע אותיות וואס קומט פון א גרופע יחידים וועלכע האבן באשלאסן צו רייטן אויף אייערע רחמנות געפילן. כלל ישראל גייט נישט אונטער. נצח אידישע ביזנעס קעפ לא ישקר, די היימישע עקאנאמיע מיט אירע שעפערישע פיאנערן וועט נישט אזוי שנעל הייבן די ווייסע פאן. בינען זוכן מיר? האניג ברויכן מיר? פרשת המן שלאפט נישט, און יא, ס'איז נאך באכאשעם פארהאן בינינו צענדליגער שלומי אמוני ביי וועמען דעם ווייסן טישטוך באצירט נאך יעדן זונטאג דעם שבת טיש אן קיין שרעק פון די מלעיגים.

און אז דאס בילד איז גארנישט אזוי שלעכט ווי דער דעספערעט יוניאן פון שמשים און געלט-גייציגע גראפיקער ווילן דאס אראפמאלן, גיבט נאר א בליק אויף די מחנות מיט בענעפיטן וועלכע קומען צו קריכן ווי קינדער מיט נאש זעקלעך בעצם יום הכיפורים. דאס שטיקל סטייק אונטערן שאטן פונעם גלעזל יין המשובח וועט אייך הענגען אויפ'ן גאפל דורכאויס דעם זמן שמחתינו בלי שום אימה ופחד כלל. איר וועט האבן קיין עגמת נפש נישט פון דער שרעק-ווארפנדער בין זעלבסט, נישט פון קיין פליענדע גרעיפ-דזשוס גלעזלעך וועלכע הייבן זיך ווי אין טענץ בשעת דער ווייבליכער פאניק לויפט איבער דעם מענטשהייט, און נישט פון א רוח שאינה מצויה וועלכן לאזט זיך איבער דער פאסיווער לופט פון דעם ווילד-פלאטערדיגן האנטוך — דאס אומשולדיגע נטילת ידים צוגעהער וועלכעס דער ראש המשפחה האט נארוואס פארוואנדלט אין א טויטליכן וואפן.

"ותו ליכא?" — האט געדולד. מ'שניידט נאך די זיסע פירות. מאנכע קענען זיך נישט זען האבן מער חיי שעה ווי יענער געגארטער מינוט, מ'זיצט מיט די קינדער און מ'שילדערט די שענדליכע עפיזאד פון יענער סדומ'ער מויד. "און די רשעים ארורים האבן איר ארום געשמירט מיט האניג — 'עטץ מסתם געדענקטס שוין נישט וואס איז דאס האניג, הא? וואס געלעקט ביי דעם דריי יאר? ניטאמאל אין די ווינדלען האסטו זיך דאן געפינען. עה! ענק קענען דאס נישט געדענקען אפילו אויב זאלן ענק וועלן". שפירט זיך גוט, הא? פאר דעם דאזיגן פאל אליינס לוינט זיך שוין פטור צו ווערן פון דער בין.

בקיצור הדברים, האמיר גערעדט ביז אהער בנוגע דער פארכטיגער בין, די ארורה וואס מ'האמער איר אהער געבראכט בלויז אויף צו קענען נוצן אלס א משל. דער נמשל איז — "דער האן!"

עלמער לאזן הקדמות אויף אן אנדערער געלעגנהייט, מ'וועמער צוטרערטן גראד צום ענין. "מורי ורבותי! זענט עטץ גרייט צו פארלירן זיינע בענעפיטן אויף צו אפמעקן זיין עקזיסטענץ?"

אמת, די חכמי חרשים, נבוני לחשים, אבירי בשן און שטארקע מוחות צווישן אונז, די וועלכע האבן מיט קאפ און הארץ פארזיכערט אז ס'זאל נישט גערירט ווערן אפילו א זיז כל שהוא פון דעם גאר אפעטיטליכן און פאפולערן סעודת ברית מעניו העלן זיך מוזן זעצן אויף א דרינגנדער אסיפה, אדורך טון בכובד ראש וואס אין דער וועלט קען און וועט זיין דער פאסיגער קאנדידאט צו ערזעצן דעם אלעם-באליבטן טשיקן באדדעם. ( פערפל [פערוול] וקוגל עדיין במקומם מונחים.) נאך אלעם ווי קען מען דען געטרויען דעם בעל שמחה זעלבסט מיט'ן פאסן אזאנע האקעלע ענינים. דער מעניו רירט דאס סאמע גרונט און פרינציפן פון אידישקייט, דעם ואל תטוש תורת אמך אויף וואס אידן אין אלע דורות האבן געלאזט דערפאר זיך מוסר נפש זיין. נאר דאס פעלט אויס, איין פורץ גדר זאל סערווירן דעם עולם מילכיגס ניין אזייגער אינדערפרי. שומו שמים על זאת, אוי לדור שכך עלתה בימיו!

גענוי ווי ביי דער בין, וועלן תושבי ברוקלין זיך נישט לאזן פארפירן פון יחידים וועלכע פראבירן אנצוזייען פאלש שרעק ביים עולם גולם און אזוי אריינשפילן אומשולדיגע שטימען אין זייערע פריוואטע נידריגע אגענדעס. פאלגענד זענען בלויז א טייל פון די בענעפיטן, תדשן-עצמ'דיגע סחורה וועלכע באווייזן זיך מיט דער באלדיגער אפשאפונג פונעם הינדל.

קודם, מיט דעם אויסנאם פונעם בייזן סוכה-ברעטער-אנשטויס וואס יעדעס בית מדרש מוז למען הלולב והאקאפי אראפשטעלן און האלטן אלע איינוואוינער פאר'משכונ'ט אויף עטליכע פראנטן, וועלן די ברוקלינער גאסן אין די טעג בין כסא לעשור אויסקוקן גענוי ווי ס'קוקט אויס אין לויף פונעם יאר.

אלטערנסייד פארקינג, פאפירענע קאפס, אויסגעבלאזענע טישוס, סאדע קאנעס און דבר יום ביומו זענען מ'שטיינס אין עפעקט; פאשקעווילן, דירות פאר ארטיסטן, שטערנבוך, אינטערנעט, עירוב, קאסינאויס, יובל העשור, דינער השנתי, קרן השביעית, דוד קאהן, גראבונגען, ווערים, צוגעפאסטע קליידער, אסיפת נשים, אסיפת הורים, אסיפת העשור, עצרת למען העתיד, עצרת למען העבר און עצרת סתם — דאס גייט אלץ ווייטער אן און מיט דעם גאנצן פראכט. דאס זאל דינען אלס א סימן מובהק פאר סיי וועלכער מעגליכער גרופע פון מרגלים וואס מיט בייזוויליגע אינטריגעס קוקן זיי ארויס זיך צו א לאז טאן איבער אונזערע גאסן, אז מיר וואוינען בכרכין פתוחין ופצוחין מיט דעם גאנצן קנאק, מיר וועלן פארטיידיגן יעדעס שטיקל קרקע עד כלות הנפש.

אזוי אויך קען מען נישט ערווארטן אז בלויז צוליב דער גזירת הליקווידאציע אויף די הינער וועלן די חשוב'ע זיידעס וואס שטראמען פון גן עדן ארויס קריגן א לייכטערן פארקער און דערביי גאלאפירן אויף דעם זעלבן וועג וואו ס'גייען תושבי ברוקלין הפשוטים. ישיבת כרכים קשה, סיטי איז סיטי אן די הינער ווי מיט הצלה-סקענערס צוגלייך. דעריבער, ווען ס'האט חתונה אן אייניקל פונעם רבי'ן וועלן נאך די גאסן אלץ ווערן אפגעשפארט — ס'איז בלויז נארמאל, הער שוין אויף מיט דער בלינדער שנאה!

"נו וואס יא" וועט איר טענה'ן, "המבלי אין פראבלעמען בברוקלין אז אונז ברויכן זיך שלאגן דוקא מיט די כפרות?" — איז גיימער אריבער צום הר גריזים.

דאס שארפע גערוך וואס פארוואנדלט יעדעס ווינקל אין אן איבלדיג לול של תרנגולים, דער ריח רע וועלכער אנטהאלט שטריכן פון אלע עשר מכות, דער בייזער געשטאנק וועלכער איז פעלוציע'ס הירא, די שמוציגע פעדערן וועלכע מיט א זעלטנעם עזות צאפלען זיי אין די פרייער לופט און גרייכן די ערד וואו און ווען פאר זיי ס'שמעקט און פאר אונז ס'שטינקט, דער פאראיבלטער אפפאל וועלכער ברענגט פאר די נאז און אויגן בלעמ'ס אורטייל, ואחרון חביב דעם מאסיוון וואסער שטראם וואס אויף דער גוטהייסונג פון יאטקע-אייגנטימערס ווערט געשפריצט איבער דעם פאר'כפרה'טן טראטואר און טראגט ס'גאנצע חזיר'יי איבער די ארומיגע גאסן ביתר שאת וביתר עז — אט דאס אלץ קומט צו אן ענדע מיט'ן כח וואס ליגט אין אייער שטימע. "תושבי ברוקלין וועלן שטראמען אין די מאסן — זייט נישט קיין צועק לשעבר!"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום יואב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 14 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר