אראומע #4 - די קאווע שטיבל סוכה

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9069 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8969 מאל

אראומע #4 - די קאווע שטיבל סוכה

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

[tag]פישל'ע העררינג[/tag] מיט די ברעטער אויף די פלייצעס,
בעת דער [tag]ראש הישיבה[/tag] טיילט עצות,
[tag]פארוואס?[/tag] רעכענט אויס די פיר עקן גענוי,
[tag]נולד מאוחר[/tag] פרעגט פארוואס פונקט אזוי,
צוויי ווענט איז כשר פסקענט [tag]געפילטע פיש[/tag],
[tag]יואב[/tag]'ס מומע יענטל דעקט שוין די טיש,
[tag]פליקער[/tag] שרייט, אזא קליינע דירה, אזוי טייט!
[tag]הוגה[/tag] בעט דעם עולם פאר רואיגקייט,
[tag]מאטי[/tag] שטעלט א חקירה גאר טיף,
אויב לבוד לויפט אויך אויף שיעף,
[tag]כוכב[/tag] הענגט שטערנס שיינע זיסע,
[tag]היימישער ליטוואק[/tag] טענה'ט ס'איז א חציצה,
[tag]אפטעמיסט[/tag] דארף אחיעזר מיט'ן שלאק,
[tag]ונבנתה העיר[/tag] איז משגיח מיט'ן פראק,
[tag]לעיקוואד[/tag] איז מסביר די ענינים פון די מצוה,
[tag]ברסלבער[/tag] טאנצט א קעדאשקע, אין קצבה,
[tag]סאשי פיש[/tag] קלעבט ארויף בילדער הערליך שיין,
[tag]יין שרף[/tag] גרייט צו גוטע משקה און וויין,
[tag]מאראנצןזאפט[/tag] הענגט בילדער פון אנשי שם,
[tag]אבטולמוס[/tag] דערציילט זכרונות פון דער אלטער היים,
[tag]שמעקעדיג[/tag] לויפט ארום מקרב זיין דעם ציבור,
א כשר'ע מחיצה געשטעלט פאר [tag]קאווע טרינקער[/tag],
[tag]יאיר[/tag] זאגט די מחיצה צו הויעך, ס'איז באלד ווי א זו,
[tag]דולה ומשקה[/tag] מאכט אן אייגענע סוכה אויף 52,
[tag]לאליפאפ[/tag] איז מהנה מיט פרייליכע געזאנגן,
בעת [tag]אחד העם[/tag] שמועסט בליציגע געדאנקן,
[tag]קופערניקוס[/tag] און [tag]יאנקל[/tag] זענען דא, איך טו גלויבן,
זיי זענען די אושפיזין וואס מ'זעהט נישט מיט די אויגן,
[tag]שיטה מקובצת[/tag] זאגט נשים אין די סוכה איז משוגעת,
[tag]טאמבל סאס[/tag] פרעגט, היעלה על הדעת?
[tag]berlbalaguleh[/tag] שרייט פון פענסטער, שא! יונגע לצים,
לאזסט שלאפן, אז נישט ווארף איך סמיילי ביצים,
דער עולם צוגייט זיך מ'האט מורא פונעם בער,
ער וועט אונז נאך באשולדיגן אז מיר קומען פון סקווירא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רויטע וואנצעס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר