דורך כוכב » דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:38 am
מיט א פערדן קראפט און א גאלאפירנדן געלויף האבן די רעפובליקאנער פארכאפט די מאכט מיט'ן זיך גאראנטירן און אפזיגלען נאך אייניגע זיצן אינעם גרויסן הויז און וואשינגטאן ווי זיי וועלן געטריי דינען דעם שליחות און מיסיע פאר די אמעריקאנער בירגער וואס זענען צעזייעט און צעשפרייט אין אלע עקן פון די פופציג פאראיינגיטעע שטאטן און האבן איינשטימיג אפגעשיקט זייערע בילעטן אין די קעסטלעך אין דעם געהויבענעם וואל טאג ווען אמעריקאנער בערגער אין שפיץ פון פרעזידענט אבאמא ירים הודו פראקטיצירן זייער רעכט פון שטימען לויט די פארטיישע מיינונגען דעמאקרטן אדער רעפובליקאנער פאר מער מיינונגען באטראכטונגען און אנאליזן פון שלמה אויש גייט צו מיין מיון נייעס פון טאהש והגלילות אשכול.
כעעוורא, כבין נאך עמאשענעל, יעצט אנגעקומען צו אינז אין לי עוועניו פאטא די נייע מיין הייליגע יו'ט חנוכה מיט ר יואלי קליין, מעעעגא, די סטרינגס, די ביטס כגיי גאגא פאר יואלי, אבער היינט גיי איך דריי מאל גאגא, ווי ער קוועטשט ביי לאטקעלע האפ האפ, דער תאלע מוישע........ יו מעיד איט עגעין...... אז איינער קומט אריין מיט א רעקארד פלעיער, מצעגערט נישט.... באלט שטעלעך עס אויף איי טונס........ די כחברה שפפפפרינגען, אוי דע פריקאשענס, סלויפט מעעך נאך א גאנצן טאג, סקוויטשעט אין מיין אויער.... פראמ פי רי ראם..... כעשוין נישט רעדן פון די הארמאני ביי אוי חנוכה, און די טרענספאוז ביי פפפיייננע פררררישע, שי הא, סאטצעך געלוינט צו ווארטן.
איך עפן אן אשכול איבער דעם אדם גדול בענקים ר' חיים חייקל פלויטנבאנק וואס האט געוואוינט אין אמעריקא ערב בראשית יארן, און דער רבי זי'ע האט געזאגט ער האט געהאט בכח צו מטהר זיין גאנץ אמעריקא נאר פון הימל האט מען נישט געלאזט.
מורשת חכמי אמעריקא האט לעצטנס אנטדעקט ווי ער ווערט געברענגט אין די פרענומעראנטן פון קונטרס צו ילדך תשי אויף הל' קציצת צפרניים וואס איז געדרוקט געווארן אין יאר תרפ'י און האט א הסכמה פון ר שעפטל וואס איז געווען דער דיין אין קריסוואד, פענסלוועניא (ער איז שפעטער נחמץ געווארן צו ציונות, זיין זון מיסטער ב. נחמני האט געשריבן א שיר איבער די געפאלענע סאלדאטן ביי די מלחמת ששת הימים), די קונטרס איז געשריבן אויף זשארגאן אידיש, אויך זעט מען אין דער שטומבענדער (א אידישער צייטונג געדרוקט אין אמעריקא) א באגריסונג פון ר' חיים חייקל פאר מיסטער נעט שטרויענסעק (איינע פון די סיבות פארוואס אידישקייט האט זיך נישט געהאלטן איז געווען ווייל מ'האט פארגויאישט די נעמען כידוע דברי המדרש ואכמ'ל).
אפילו וויסנשאפטלער ווייסן אז צווישן אוגנדה און טערקיי איז דא א טייך וואס ספליעט שטיינער און דארט איז די סמבטיון, מקען נאר אנקומען דערצו אויב מ'גייט דורך דעם בירמיודע טרייענגל וואס כידוע שטייט אין זוהר בהדא מקומא דציפורא נאבדה דא הוא שערי דגיהונמא וואס מיינט אז דארט ווי די עראפלאנעם ווערן פארלוירן איז דער שער הגיהונם. אינטערעסאנט צו באמערקן אז הארט דער נעבן איז דא א שמאלע טייך וואס די שכינים רופן עייד און לויט טייל היסטארקער איז דאס דער נהר היוצא מעדן וואס בלעמס אייזל האט געטרינקען דערפון פאר מער אן אויספירליכע באריכט ליינט די אוצרות.