בלאט 1 פון 1

דער אייוועלט אשכול

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:11 am
דורך קעגן די נעט
שלום.

מיין וויזיע פאר א אייוועלט אשכול דא וואלט אויסגעזען ווי למשל אן אמעריקאנער עמבעססי אין א פרעמד לאנד, מ'גייט אריין דערין און מ'איז פראטעקטעט. אין די אשכול וועלן זיך אויסגעבן יעדער וואס שפירט אז ער גייט אריין אין א אייוועלט געמוט, א פרומע מחאה, א פוי, א שיינע קאווער אפ מעשה, א לעצטיגע מצבה בילד, דאס גאר לעצטעגע רכילות פון איין טמא'נעם פאליטישאן אויפ'ן צווייטן, און זיכער אויך טיילן פון די גרינע.וואס מ'וועט אבער מוזן געדענקען, און ס'וועט זיכער זיין פון דו שווערסטע זאכן פון די כללים דא אין דעם אשכול איז אז לייקס זענען פארבאטן! ס'דארף זיין אלעס גענוי ווי דארט, דא איז א ווינקל פאר אידן וואס כאפט זיי אן א אייוועלט מינוט אבער ווילן נישט אהינקריכן קיין אייוועלט צוליב די איסור פון הרב וואזנער שליט''א וואס איז קלאר קעגן די נעט! בעט מען יעדער זאל זיך האלטן דערצו, איך וועל פרובירן צו קאנטראלן דא אז מ'זאל זיך האלטן צו די רולס.

יויש זאגסטו גוט קעגן!