מאראנצןזאפט

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1675
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6309 מאל

מאראנצןזאפט

שליחה דורך יואב »

מאראנצן, קרוב צו א בן שלושים, איז א דין-שלאנקער חסידישער אינגערמאן אזוי מיט דער גאנצער פרומער טראגע און היימישער טראכט. ס'האט אזש אויף אים עדות געזאגט א גרויסער משפיע איבער אן אור המקיף וואס באגלייט אים אפילו בששת ימי המעשה. דעם טלית קטן טראגט ער כמובן מעל הכתונת; די ציצית פעדעמער טוט ער שוין אבער יא איינדרייען אזוי פאטענטיש אין דער הויזן-טאש. דאס וועסטל איז אויסשטאפירט מיט א רייע אפיס געצייג, וואו צווישן אנדערע האלטן זיך דארט אויף עטליכע פענעס, א נאטיץ בוך, לוח המפואר, טאשן זייגער און א דשילעט.

ברילן גייט ער אזאנע וואס זיין מאמע גלייבט אין זיין דעם סוד און יסוד פאר גוטע קינדער;  הוט, אזאנס וואס חזקל פייוויש האט געטראגן בעפאר'ן ערשיינען די סעודה פון אחשווירוש. (פליז ענטער יור עידש...) דער פאסיק איז - -  ווי אחד מן המגידים האט אויפגעפאסט אין מקוה - - שוין אריבער אן אפגרעיט צו א באקל מיט אזא כמו נומער שלאס דערויף, און די פיאות האלטן זיך גאנץ פיין אין די ראמען. די וואנצן ווערט פריש ראזירט מידי שבוע בשבוע און א בשר וחלב פראטעקשאן האט ער למהדרין און נאך מיטן מלמד'ס גלאנץ. בנוגע דער בארד האט ער ווי מ'זאגט שוין זיך דערמאנט אביסל צו שפעט, פארט איז אבער אומפארשטענדליך הלמאי ס'מוז דווקא זיין אזא סעמי רב שטיינמאן סארט און נאך אויסגעהאלטן לויטן ערעב ר' מיילעך אויך. ס'איז דאך דא א מיטל-וועג. שוין, איי געס דאס איז שוין פון צווישן די קלענערע זאכן אויף דער ענדלאזער ייאוש-ליסטע פון פראבלעמען וואס ווען וועלט וואלט ווען יא צו נישט געווען וועלט וואלט העטעך פעטעך לאלאלאלאקישקיש וואטעווער. צו וועלן טוישן בלויז א קליינעם דעטאל פונעם דיפאלט אויסשטעל וואס ס'גיבט אונזער סיסטעם, אפילו פראבירן נאר א שלעפ צו טאן די אזובי קיר עטוואס נענטער צום ארז בכדי זיי זאלן בעסער קענען באאבאכטן ווי ס'פאלט די שלהבת, ברויך מען נישט ווייניגער ווי א מאנסטארישן קרעין.

אלענפאלס, צוריק צו אונזער מאראנץ באשר הוא "לא" שם. גאטקעס - - כר"ת; ווידעראום מצות, נאר רש"י. קוגל עסט ער אין סטוטשין, ח"י רוטל טרונקט ער ביי מיילעך בידערמאן, הושענות קלאפט ער ביי צבי מאיר זילבערבערג, די נאז בלאזט ער ביי אייזנבאך; מנורה איינריכטען האנדלט ער זיך איין פון זיין לאקאלן בית מדרש און תיקון למיניהם עסט ער וואו אימער ס'איז נאר דא א מנין.

א קאר פארמאגט ער נאר אינעם זומער, אין דער צייט ווען משפחת מיץ תפוזים לאזט זיך ארויף בין הרי הקעטסקילס. בעצם איז דאס א מעשה פאר זיך, און גענוי ווי לגבי זיין קראש איבער לעיקוואד וועלן מיר אויך דאס איבערלאזן אויף דער קומענדיגער געלעגנהייט. ממש אבער אויפן שפיץ גאפל: נאך דער חתונה האט די רעבעצין געצויגן מיט די אקסלען איבער דאס גיין אין קאנטרי. "ס'איז אן איבריגע הוצאה און סתם א טירחה אין דער וועלט אריין פאר א יונגן פארפאלק", האט זי אומסוקסעספול פראבירט צו ראציאנאליזירן זיינע אימפולסיווע שנה ראשונה פלענער. האט ער אבער געשפילט פרום און ארגומענטירט אז ער "מוז" דאס האבן. "בגשמיות וואלט איך ווען מוותר געווען," האט ער אנגעגעבן מיט א טאן וואס איז געגלייבט אין אויפטרייבן חנופה ביי גאט, "ס׳איז פשוט דעם חלק הרוחני אויף וואס אן ערליכער חסידישער אינגערמאן טאר, און קען בשום אופן ערלויבן זיך צו פארקוקן."

כהיום אבער, ווען ס'האט אים שוין געכאפט די ארבעים לבינה -- אזוי אומגעפער צוויי יאר נאכן  חתמ'נען די דעקלעראציע-אף-דיפענדענסי האט ער שוין ביטער חרטה. זי שטייצעך וויל אבער נישט הערן פון בלייבן אין שטאט, וכמאמר החכם: "וואס מען טוט טוט מען פאר זיך אליינס." (נעוואדע האט ער געשטימט אין שטיצע פון די קאסינאויס, הגם אין אלגעמיין זענען זיינע שיטות קאנסערוואטיוו גענויגט.)


געזאלין נעמט ער פאר צען דאללער אויפאמאל. ס'איז לאו דווקא פארהאן אן ערקלערונג צו דעם דאזיגן שיגעון, אבל כך הוא דרכו של אותו תפוז. א פראבע זיך צו שפארן מיט עמען איבער דעם ספעציפישן אספעקט וואלט לכאורה געווען אזוי עפעקטיוו ווי היי-ביעמס אין א געדיכטן נעפל, אדער אזוי נוצליך ווי ווייפערס אויף א סובמארין. "מ'טאפט א וואנט," וויאזוי די בעלי אויסגע-דרשנים וואלטן זיך אויסגעדריקט כהאי גוונא. ער וועט מיט א פולן טאנק זיך נישט לאזן אין גאנג סיידן ס'זאל גאט באגליקן דעם קעמל זיינעם צו טרונקן אויל אינעם גארטן-שטאַט. נו, איז ער פארט פון צווישן דעם רוב ביים היימישן עולם.

אז מ'רעדט שוין, ווי קען איך אויסלאזן די אנדערע טענדענץ, א מנהג בענין עבודת הגאזאלין וואס ווערט שטרענג געהאלטן דורך אונזער באליבטן תפוז. והיה כאשר כלה הגמל לשתות, די רער גיבט א טרייסל און מ'הייבט אן מיט די נענועים. מ'שאקלט דאס נעזל אריין אינעם לאך, און צוריק דעם גאנצן וואגאן לעומת דער וואקלדיגער רער. מיט אזא בחינה פון ונתנו, אדער בעסער געזאגט "הכה", פארזיכערט מען ס'זאל פון דעם אויל א טיפה לבטלה נישט פארלוירן גיין. "ס'האט גארנישט מיט קארגשאפט צו טאן", פארענטפערט ער זיך הויך צו זיין אייגענעם קאמפלעקס, "פשוט אשאד אויף אידיש געלט".

מאראנצן קען זיך אפשטעלן ביי א סטאפ-סיין, און ווארטן אז ס'זאל ווערן גרין. מאנכע וואלטן דאס צו געשריבן צו דער ליסטע פון דרייוו-משוגעת'ן וואס דער איד פארמאגט. אני הקטן וואלט דאס אבער ליבערשט אנגעלייגט אויף דעם קעפל זיינעם. ווער ווייסט צו ווען ער פאר'גולמ'ט זיך האט זיין מח באותה שעה נישט געלאנדעט אין דעם אנשי שם פארום - - נאך שיין פון זיין זייט אז ער האט זיך אפגעשטעלט בכלל. למעשה מיין איך אז מאראנצן וועט מודה זיין אז דרייוון איז נישט ממש פון צווישן די זאכן אין וואס ער צייכנט זיך אויס. מח אהער לעיקוואד אהין - - דאס רעדל איז נישט זיין פאך, נעקסט קעיס.

מאראנצן איז דער טיפ איד וואס אפגעזען וויאזוי ער זאל זיך האבן אויפגעפירט אין לויף פון דער וואך, וועט אבער אלצדינג דראסטיש געענדערט ווערן ווי נאר דער שבת באווייזט זיך אויף דעם האריזאנט. אנדערע וועלן זען דא א געלעגנהייט ארויסצוהייבן די נשמה יתירה, געזונטערהייט. דאס איז אבער אלץ וואס איז שייך גלייבן. וואס איז איינמאל זיכער אז ס'איז דער גוף וואס גייט דורך אט די מאדנע טראנזיציע. פרייטאג אויף דער נאכט טראגט ער א ווייסן שאל, און די נאז ווערט אויסשליסלעך געבלאזן אין א טאש-טיכל. די רעזשוואלקע, הגם מיט לייכטע שפענדלעך עולים ויורדים בה, פארמאגט נאך אלץ דעם איינעם שמאל-גלאטן שטריך פון הינטן - - ווי ס'זאל דוד המלך טאקע האבן געמיינט מאראנצן מיטן כחתן היוצא מחופתו. די קינדער וועלכע ווערן אויפגעפאדערט צו דאווענען קענען צומאל אריינהייבן מער ווי בלויז א ווערבאלן פסק, און ביי בואי בשלום טוט מען טאנצן און פאטשן. בקיצור, ממש ווי א מחותן ביים מצווה טאנץ פון דעם ערשטן קינד. מזמור שיר ליום השבת לדוגמא, א קאפיטל תהילים וואס איז גראדע שגור בפי כל בר בי רב דכל יומא, קען אים נעמען אומגעפער צען מינוט צו זאגן אום ליל שבת קודש. זאגן קא סלקא דעתך? מיט א פוס אין דער הייך, א פאכנדער פויסט אין די לופטן און קולות שלא מעלמא הדין. וואס פארשטייען מיר פאפיטע שפייערס צו א קבלת שבת. געוויס האט ער דערצו כוונות טמורים ונעלמים אשר לאו כל מוחא סביל דא. וואס איז מערקוועדיג אבער: ביי מוסף שלייכט ער זיך ארויס צום פאליש כתינוק הבורח מבית הספר, אלץ זיך צו קענען זען אינדערהיים מיט פופצן מינוט פריער. זעט זיך אויס אז אפילו די נשמה יתירה איז אויך א מענטש.( סיידן ס'ערווארבט זיך א הפטורה קריזיס, וואס דאן בלייבט ער דאווענען מוסף ברוב עם כמו שאבאר להלן.)

מאראנצן ווען ס'קומט צו דעם מי שברך, וועט ער טיילן "ואת'לעך" פאר דער האלבער שטאט. ווען דער שמש באפרייט אבער זיין טלית פון העכער זיין תנוך אוזן הימנית און קרעכצט ארויס מיט אזא מאדנער גרימאסע אויף דעם חנופה'דיגן געזיכט: "בעבור, שמורינו הרב ר' מאראנצן יתן.......נו? שתי פעמים ח"י, ערעב מיץ תפוזים? הא? נא?"....... " בעבור שמורינו הרב מאראנצן יתן.......'מתנה גדולה' לבית מדרש" –  ומחה ה' דמעה מעל כל פנים ובני בנים עוסקים בצרכי טאביק ולעמאן אם בשמים, ונאמר אמן. שכח."

בלייבט נאר איבער צו ווארטן אויף דער מתנה גדולה עד למאוד. איין מעגליכקייט איז ס'זאל קומען צוזאמען מיט דער חתן-בראשית שנאדעריי - -  א שפיל וואס עטליכע דורשטיגע לצים האבן אים באזאלצן דעם פארלאפענעם שמחת תורה.
 
אפילו אין א דורכשניטליכן שבת פארזאמלען זיך סביב לשלחנו אנ"ש וועלכע קומען צו זיינע צעפענטע ספרים ווי השפעות-יעגער צו משפיעים. גארנישט קומט אבער צו בזמן ס'איז דא חילוקי דיעות איבער וועלכער הפטורה מ'זאגט. אזוי ווי איר הערט. יענער שרייט אחרי, א צווייטער שווערט זיך קדושים וליהודים היתה אורה!

בעת וואס פאר דער מערהייט פון די קנאבל בערד בלייבט נישט איבער מער ווי צו האפן אז אליהו הנביא זאל בכבודו ובעצמו קומען און אויסקלארן די שווערע דילאמע, ווייסט למעשה מאראנצן מיט א ברירות וואספארא הפטורה ס'ברויך געזאגט ווערן. און פאר דעם מיעוט אויבער-חכמים וועלכע מיינען אז זיי ווייסן בעסער, וועט ער באלד אנצייגן ספרים וועלכע שטעלן זיך אויף זיין צד אן קיין פשרות. יענער, א בקי אין ספרי קאמארנא, קומט אנטקעגן מיט א פולער ספרים-שאפע; מאראנצן א בראווער אבער, דערלאנגט צוריק דעם יעניגן מנה אחת אפיים. אזוי קען גיין מכות ביז אריין דעם תכנת שבת, און ס'ברויך נעמען עטליכע מעגא-קדושים וואס טרעפן זיך ערנסט מבולבל זיי זאלן זיך צעשושקענען מיט א ברויזנדן כעס כאילו מ'רעדט דא פון א הארטנעקיגן סעלפאון וואס לאזט זיך רואיגערהייט אויסקלונגען מיט חוצפה און עזות.

אז ס'וועט אים טעקסטן זיין חברותא: "נו מאראנצן, גיימער לערנען היינט?" אנשטאט מאראנצן זאל אים פשוט ענטפערן דאס אז ער וועט נישט קענען זיין אויף היינט אין צייט ווארום ער געפינט זיך כעת אין קווינס, וועט ער אבער ליבערשט וועלן צוריק שיקן א בלויזע גוגל-מאפע פון וואו ער געפינט זיך באותה שעה, ואידך זיל גמור אז מאראנצן וועט היינט נישט ערשיינען.

מאראנצן וועט זיין דער ערשטער אין סמעדריש צו חוזק'ן פון סגולות, פארט איז אבער נישט אויסגעשלאסן אים צו זען ג' בשלח ושרוך נעל אזור על מתניו. דער זכר דרייט זיך מקרן זווית זו לקרן זווית אחרת , עפעס מירמעלט ער אין אזא ליפלעטל געספאנסערט דורך דעם מן-כולל. האפן וועט ער אז דער עולם זאל זיך פשוט פארקוקן אויף עטליכע מינוט. אבער אז ס'וועט יא עמיצער אים כאפן רויט-האנטיג ביי דער מעשה, וועט ער בסך הכל א נייג טאן מיט דער האנט; כלומר: "שאטן קען דאס זיכער נישט."

מאראנצן גלייכט צו געבן תיקון אין אזאנע אומבאקאנטע יארצייטן, שאקלט לולב מיט א מינימום פון דריי סארט אתרוגים, זאגט אל תירא נאך עלינו, איז בורר ביי א שלום זכר די האלב-געקראכטע פאפקארן קערנדלעך; עסט נאכטמאל מיט א טיש בעקיטשע, טראגט א מעיל ווען ס'רעגנט, טוט אויס דעם שטריימל בעפאר ער גייט קטנ'ען, קען שוין פרייטאג עסן געפילטע פיש פאר פרישטאג, מאכט אליינס נוי סוכה, קויפט הדסים פאר שבת, מאכט נישט קידוש פאר די תקיעות און האט אינעם פארלאפנעם יאר געציילט ספירה מיט א ברכה יעדן איינציגן טאג.

דער אשכול פארמאגט 16 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר