ואת האלף — א סאמאטוכע ביים רבי'נס טיש

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

ואת האלף — א סאמאטוכע ביים רבי'נס טיש

הודעהדורך יואב » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 5:57 pm

קיין סך וועלן די פארוועלקטע און נעבעכדיגע לייסטלעך שוין נישט פארדינען מיטן פראבירן צו קעמפן פאר זייער ארימער עקזיסטענץ. אין בעסטן פאל האלטן זיי ביים שטאפל פון גסיסה, און אלץ וואס איז פאר זיי פארבליבן איז אפשר מיטצוכאפן די פארזשאווערטע געבויגענע שטאנגען – א נקמה פורתא. נאך אלעם, וויפיל דען נאך קען א קליין הייפעלע פון שוואכטשיגע לייסטלעך דערהייבן. דאס אז די עושי מעשי סדום האבן זיי פארהאלטן מאריאנטירט בשמן משחת קודש האבן זיי געמאכט א שווייג און פארציילט פאר קיינעם. און דער אמת איז וואס איז שוין געווען שייך צו טון, זאלן זיי אנהייבן א שלעגעריי מיט א צעיושעטער גרופע פון אומטאלעראנטע חסידים? צו פעטש פארשטייען זיי דאך בעסער. נאך גוט אז גאט האט זיי באשאנקען מיט דעם יום טוב פסח, זאלן די ציינער און די פארענטשעס כאטש געפוצט ווערן פעם אחת בשנה. אז מ'טרעט אויף זיי מדי שבת בשבתו האבן זיי אלע ווידערמאל באשלאסן צו זיין פון  צווישן די נעלבים ואינם עולבים – וואס ווייסט דען א קליין ברעטעלע די חשבונות פון דעם אלמעכטיגן. אבער דא עקא אז מ'גיבט א פינגער ברויכן זיי א האנט און דער לחץ לאזט נישט נאך – און יא, אונטערדריקן מיט כח אפילו א דומם האט פילייכט אויך א גבול.

דער גאנצער בית מדרש איז איינגעהילט אין א התרוממות דלעילא ואימתא דשמיא. דער פארכטיגער גייסט וואס טוט אריינדרינגען אין יעדן ווינקל פונעם היכל איז עפעס שלא מעלמא הדין. די שורות מיט לעקטערלעך טאנצן, און אפילו בסעיפי סלעים קען מען זען אשר-יצר-פאפיר זוכן שוץ מפני פחד המלך ומהדר גאונו. די לופט זאגט עדות דאס אז דער קדוש וטהור, דער צדיק הדור שכולם דורשים אותו לשבח, דער ילוד אשה וואס בלויז מיט א ווינק אין די אויגן עפענען זיך אים אלע עולמות וכל פמליא של מעלה כורעים ומשתחווים לפניו, פירט איצט דעם סעודת חקל תפוחין קדישין. 

יעלזו חסידים בכבוד!
פון א דומם ביז א צומח; חי און מדבר. אלעס שרייט עלי יניח צדיק את ראשו! די הינקעדיגע שויבן, אפגעשיילטע ווענט, קלעבעדיגע פאדלאגע, געבויגענע שענק, שטיקעדיגע לופט, אינסעקטן, אנשים נשים וטף. יעדער וויל אביסל שיריים פונעם צדיק, און פאר יעדן איז טאקע דא די והותר. ואכן מה נהדר המראה ווען אפגעזען צו וועלכער צווייג פון דער בריאה סיי וואס געהערט זינגען אלע מיט הארמאניע, בלב אחד און מיט אחדות דעם פאפולערן התקבצו מאכלים זה לזה. 

ירד וטבל, עלה ונסתפג. 
זאציגער מאסט טריפט פון דער הייך אויף אן עזות'דיגן מאסשטאב אזש אראפציר איז מען ממש דורכים גיתות בשבת. חצי נזק'דיגע פלאסטיק-גלעזלעך און צעפליקטע קאמפאט-טעלערלעך פארמעסטן זיך ווער פון זיי ס'קען ביישטייערן א גרעסערן סכום פון רעסייקלינג-מאטעריאל צום בערגל שמוץ, וחד בחד כי סביך ועביד קרבותא. דער דאך איז באדעקט מיט א שטיקעדיגער פייכקייט און ווערט מער געדיכט מיט די שנירלעך עיפוש'דיגע פארע וועלכע זענען נאר מוסיפין והולכין. א נאסער אבער טאפנדער שווייס פארפילט דעם היכל, און דאס גאנצע פלאץ טוט משום איזה סיבה ערוועקן זארג אפילו צווישן קעגנערס צו גרין-ענערגיע. 

הני בבלאי טפשאי.
דער ערל נעבעך, דאס גאנצע עולם הזה איז אים פארשווינדן געווארן כצל עובר. אונטער געווענליכע אומשטענדן איז זיין זינגען היימישע ניגונים עפעס וואס באצויבערט א ברייטע מאסע פון צושויער – זקנים ונערים צוגלייך וואס ווילן אזא פרייע אונטערהאלטונג נישט פארפאסן. נו וואס איז ער נעבעך שולדיג אז דער רבי הופיע מרבבות קודש? די חסידים ואנשי מעשה האבן זיך אלע אפגעהינדלט פון זיינע חידושים ווי איוב אין זיינע מעמוארן והלכו לעבוד אלוהים אחרים. וישאר אך הוא לבדו, איינזאם אליינס צווישן די ווענט פונעם ליידיגן פאליש וועלכע שאפן אים אן אומגעבעטענעם ווידער-קול יעדעס מאל ס'דאכט זיי נאר אז ער וויל באפרייען שליים פונעם גארגל. אלץ וואס איז אים פארבליבן איז דעם ברייטן בעזעם – אן אביעקט וואס אז ס'ווערט אים נמאס די בריאה קען ער פארוואנדלען דעם שטאנג בסולם מוצב ארצה און אראפהויערן זיין גאמבע אויפ'ן שפיץ פאר זיסע חלומות.

לחיים שיש בהם יראת שמים ויראת חטא.
הענט אין די שווערע צענדליגער צאפלען, שאקלען, ברומען און ווארפן זיך אין דער לופטן כנוע עצי יער מפני רוח, אלץ פראבירט מיט מאקסימאלע כוחות צו שיקן דעם פאסיגן דינטשיגן סיגנאל צו דעם איינעם מלכות'דיגן פונקט – די קרוין פון דער בריאה וואס וויל דערווייל ווי אויף צו להכעיס נישט אויסטוישן דעם מיוטציאלן קליק.

גם הנשים גם הטף.
אין עזרת נשים איז מען עומדות צפופות, די הארטנעקיגע כאסידעסטעס, די שענליכע גאציפערן מתמול שלשום נישט נאר זעען זיי סעגרעגאציע ווי עפעס וואס האקט נישט אונטער גלייכהייט; אדרבה, זיי זעען איר גאר צו זיין א מיטל וויאזוי אויסצוברייטערן זייערע רעכטן איבער די מענער.  מרת דעמנאוויטש האט שוין מ'שטיינס רעזערווירט איר לעיט-נייט טאלק-שאו פראגראם איבער יענעם גרוש – נעעעעעבעך – וואס האט נישט אריבערגעפירט א טריפל-זערא ראזיר-מעסערל איבער דער האר פון קאפ. און ווער רעדט נאך פון יענעם בחור דארט בלי חתימת זקן, מיינט ער אז מומע יענטל איז טאקע אזוי דומב און וועט זיך איינרעדן אז ער פליקט די בארד מיט דער בלויזער האנט?

פאקטישע בושות האט אבער נאר יענע קליין בחור'ל, דער זעיר אנפין וואס האט זיך פאר'גולמ'ט ביים פאפערישן שפיגל, היה מסלסל בשערו, פעסטגעשטעלט א נערוו-שלעפנדע גרימאסע און שיער עובר געווען אויף דש מיט וועלן דורכפירן קאנסטרוקציע אין דער נאז ביז ער האט נעבעך אויפגעפאסט אז די שלא עשני'ניקעס האלטן זיך אונטער דורך זייער אומפארשעמטע רואים ואינם נראים פענסטערס. 

המלך יושב!
דער רבי רם על כבודו זיצט על כסא מלכותו בנהירו דאנפין וחדוותא דכלא. שרפים עומדים ממעל, און ווי איז מעגליך צו פארזען די גבאים סביב לשלחנו וחתיכות חלה בידם. אלע זענען קאמפס-גרייט צו שושקענען, פליקן אויערן און פראסקען שטריימלעך כהדבר/בהדבר יצא מפי המלך. די מער טיכטיגע גבאים פון דער געשולטער עפל-שארף-שיסער דיוויזיע שטייען אלע על המשמר, יעדער פון זיי באזונדער אויסשטאפירט מיט א בינטל עקסקלוסיווע שליסלען און א שארף-ציפעדיגן רעעש. 

עבודת הכהן הגדול.
דער רבי כאפט דאס האנטוך וואס ליגט אים אויפ'ן שויס און רייניגט דערמיט אפ דאס שמאלץ פונעם קרבן פסח וואס קלעבט אויף דער דיוקנא קדישא. במקום א ציין-שטעכער שטעלט מען די צונג העכער דעם באטראפענעם צאן, און דורכ'ן אריינציען אביסל לופט טוט מען צונויפקוועטשן דאס שפייאכץ נאכגעפאלגט מיט א חסידישן צוויטש. אזוי נאגט מען ארויס פון צווישן דער גומע און דעם צאן דאס געשטראנדעטע שטיקל פיש און מ'שיקט דאס אראפ צו דער איסאפאגאס וואו ס'טרעפט זיך מיט זיינע קאלעגע גלגולים פון צדיקים. מיט ביידע הענט באפעסטיגט דער צדיק דעם פראכטפולן שטריימל וואס טוישט אפט פאזיציעס אויף דעם ראש המגיע השמימה, ער בייגט זיך צום רעכטן זייט פונעם אויבן-אן דארט וואו ס'זיצן בלויז א חלק פון די בני עליה קרואי העדה, און רופט זיך אן בקול ערב אויף זיין פאסיוון שטייגער: "יואב כל מקדש".

"שששש שא!" בייזערט זיך שוין ווייטער דער גבאי ווי צו ווידערהוילן זיין פאזיציע כאטש מ'הערט נישט קיין פריקען שארך אינעם בית המדרש.

אין קול ואין עונה.
"נו, אויף וועמען ווארט ער?" מאכט דער רבי א נייג מיט דער האנט און טרייבט דערביי ארויף דעם נייגער צווישן די חסידים וועלכע שטייען אלע צונויפגעדריקט זה על גבי זה ווי וויליאמסבורגער דירות. (צו קענען פארשטיין ווי ענג דאס פלאץ איז געווען בשעת מעשה איז כדאי אנצומערקן אז אויסער שווייס און הענט פון מאלעסטארס האט אפילו א נאדל דארט נישט געקענט אריינפאסן.)

שיחתם של חסידים.
"דו, בחור'ל, האלא, יא דו דארט, ניין נישט דו, יענער דארט, איינס נאכדעם, ניין פון יענער זייט, אט אזוי, טאקע דיך, יא דיך מיין איך: רוק דיך אוועק, נו וואס שטייסטו נאך דארט, גאפל דיך אפ פון דאנען", שרייט חצקל דער לץ מיט א הייזעריגער נישט הערבאר-הערבארער הויך-שטילער שטימע. "ביזט נישט געמאכט פון גלאז, סיידן דו ביזט שמוציג".

"וואס האט ער געזאגט, וואס האט ער געזאגט?" שושקעט אקסל מיט נייגער נישט וועלנדיג האבן פארפאסט דאס גוט ווארט.

"סתם שטותים", ענטפערט פערדל. "ער האט געזאגט פאר דעם בחור, הא, ער האט אים געזאגט אז ער איז נישט געמאכט פון גלאז אויסער אויב איז ער שמוציג. קחח, עךךךך, האהא."

"הא, על-או-על! כ'האב געוויסט אז אויב ער האט עפעס געזאגט איז דאס זיכער א גוטס. סארא לץ דער איז, האהא. שוין, פארפאלן, ס'איז פארהאן לצים אויף דער וועלט לויפן פשוט נישט אויס פון גוטע ווערטלעך."

ושמי יואב לא נודעתי להם.
די אנגעצויגנקייט צווישן דעם המון וואקסט מיט יעדן בלאז פון דער נאז. די געמיטער זענען איינגעהילט אין שפאנונג, איבערגעפילט מיט זארג און אויסגעטאן פאר שרעק. דער רבי אבער זעט בכלל נישט אויס צו זיין איבריג נערוועז, נאר אז ס'איז אים שוין יא אונטערגעקומען א ליידיגע מינוט וואס דען זאל ער טאן אויב נישט כאפן א ספר און זיך מתעמק זיין דערין. חסידים האבן שוין פארשטאנען אז דער רבי וועט דא ווארטן אויף יואב'ן; ווער וואס וואו איז אבער ווייטער געבליבן א רעטעניש. 

עם נבון וחכם.
איין ראפאנירטער גבאי האט נישט געזען וואס קען זיין מער פאסיג און צו דער זאך נאר האט באשלאסן ארומצוגיין און אנפרעגן ביי יעדן באבי-פין קאפל צו ער הייסט אפשר נישט יואב. געמאכט א פשוט'ן חשבון. ס'קומען דאך צו פארן צום רבי'ן אידן מכל קצוי תבל, נו אפשר פארמאגט עפעס א ראזירטן אורח דעם "פאני נאמען" יואב. פונעם לא שינו לבושם לאכן זיי מ'שטיינס אין די פויסטן, נו פארוואס זאלן זיי זיך האבן אפשטעלט ביי שמם. ס'האט גענומען צייט פאר די יעניגע חברה צו כאפן וואס ס'וויל פון זייער לעבן האבן דער פארגארטלטער חסיד מיט דער הארטער צעקניפטער בארד – א דערהויבן אידל וואס האט נאך בתוך כדי דיבור עספיעט אראפצוכאפן א שטיקל געפילטע פיש פונעם שיריים טעללער, קראכן זיינע פינגער, א שליקעץ פעמיים באהבה און זשליאקען א גלעזל מיט ווארימער סעלצער. די אומבאקוועמליכקייט וואס ער האט זיי אנגעמאכט האט ער טאקע באוויזן אויסצוגראדן דורכ'ן אריינווישן פאר יעדן פון זיי אין טאש א י"ב חלה פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט נאכגעפאלגט מיט אזא חנופה'דיגן קוועטש אין די אויגן. למעשה האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז אפילו צווישן דעם "באדערענעם" עולם איז נישט פארהאן אזא מאדנעם נאמען ועדיין הקושיא במקומה עומדת. דאס האט שטייצעך געטריבן דעם ווינדער צו העכערע שטאפלען, און געפירט דערצו אז עטליכע חסידים זאלן וואגן אויפצוברענגען דעם געדאנק אז אפשר איז דאס פשוט א שגגה שיצאה מפי השליט און ס'קאכט זיך א קאשע על לא דבר. "ווילסט מיר זאגן אז דער רבי האט פלוצלינג אנגעהויבן קאלעכן", האט עמיצער, גראדע יא א חסיד, געשפירט אז ער וועט זיך ערלויבן צו צימבלען אביסל דעם עולם. (ער האט אבער באלד דערנאך געקלאפט אויף זיין מויל.)

אמונת צדיקים!
איבריג צו זאגן אז פאר יעדן אמת'ער חסיד איז געווען ברור אז אויב דער רבי האט געזאגט יואב מיינט דאס טאקע יואב, הוא ולא אחר. נישט יואלי, יעקב יוסף אדער חיים מאיר. אויף דער בחורים פארענטשע האט מען באזונדער געקענט אויפפאסן ווי די געמיטער ווארעמען זיך צו הויכע גראדן. דער פרומערער סארט האט זיך שוין געשארפט פאר פרישע מופתים און גליונות, מאידך גיסא אבער האט מען געקענט הערן אזאנע אויפגעהייטערטע גערעדאכץ ווי "האלא, ס'גייט זיין העווי עקשאן" וכדו'. 

שערי צימעס ננעלו.
גבאים האבן סיי ווי נישט צוגעלאזט קיינעם צום רבי'ן וועלכער האט זיך פשוט און פראסט אוועקגעשארט פון דער סאמאטוכע וואס ער זעלבסט האט אנגעדרייט. פון א בליק אינעם ספר האט זיך דאס געענדיגט מיט א דרימל גענוי ווי די הייליגע זיידעס. איינגעזינקען אינעם פאטעל מיט צוגעמאכטע אויגן, ווען אויף דער קאלירפולער קאפאטע ליגט די בארד געבויגען מיט א שמעק פון טל של תחיה. געדרימלט זאג איך? געשוועבט אין די עליונים ותחתונים בבת אחת. 

פאר שמואל דעם שמש איז געפאלן א וואזשנע המצאה. ער האט זיך פלינק אריינגעשלייכט אינעם משמש שטיבל, געפענט דעם שופלאד וועלכע איז געווען איבערגעפילט מיט מקצות, און ארויסגעצויגען א בינטל מיט געלע העפטן. "ס'איז א בסיס לאיסור ולהיתר" האט ער נאך פראבירט ווייזן לומדות אויך. עטליכע גוטע אידן האבן זיך באלד צוגעשארט ארויסהעלפן צו דראמאטאזירן דעם מצב. מ'האט זיך גענומען מישן אין די ביכער, אפשר העט מען דערווישן דעם יואב ערגעצוואו צווישן די "מ'וועט זיך שוין פאררעכענען חובות" פון גאלן קעפ ביז פארקויפן קאפלעך, וויין קנויטן לשם יחוד זאגערלעך האני-קוקיס און וואס נישט. פון צווישן דער איבערגעבויגענער כנופיא וואלונטירן האט שטייצעך נישט אויפגעהערט צו רינען פארשלאגן, וויצן און אלץ וואס מוז זיין דארט וואו ס'קומען זיך צונויף א מזומן מיט היימישע אידן. "כ'האב א פילינג אז דער יואב איז פשוט א ליגעל-נעים פון איינעם פון אנ"ש", האט איין ראטגעבער אנגעגעבן ציניש כאטש ביי זיך אין הארצן האט ער דאס געמיינט כאטש-וואס ערנסט. "שמואל, כ'מיין אז דאס איז די נייע ווערסיע פון א קאמענד-צענטער, נישט אזוי?" האט א צווייטער שוין געשלאגן מיט א היפש גרעסערער דאזע פון הומאר פאראורזאכט א שטיקל אויספלאץ בשעת וואס ערנסקייט איז לכו"ע געווען בעל הבית איבערן גייסט. און דער באוויסטער אלטער מטורף, דער פאסקודניאק וואס שעפט חיות דורך זויגן א צווייטנס בלוט ברבים, האט אויך נישט געקענט פועל'ן ביי זיך איבערצולאזן זיין שטאך אויף אן אנדערער געלעגנהייט נאר געמוזט טאקע יעצט פארווארפן דעם זארגפעלטיגן שמש אויף זיין צעשלימפערטקייט. "שמואל, איך מוז דיר זאגן, כ'האב געמיינט אז דו ביזט מער מסודר. כ'האב מיך געהעריג געלאזט איינרעדן, וואס? שוין, זעט אויס אז מ'מיינט נארט מען זיך. הא שמואל? ער ענטפערט נישט, גיב נאר א קוק."

ווי פארשטענדליך איז די גאנצע סאמאטוכע פאר מיר געווען א גאר שווערן אריבערגאנג. דער סקרוך איז זיך פארלאפן; דער אטעם איז מיר געבליבן שטיין. די ציינער האבן געקלאפט; דאס הארץ האט פארפעלט א קלאפ. מחשבות זענען מיר געפלויגן אין מח; מיין נשמה איז שיער נישט ארויסגעפלויגן. די הענט האבן זיך געווארפן, און די פיס זענען געשטאנען ווי פארגליווערט. דער קאפ האט געשווינדלט, די קישקעס האבן זיך געדרייט, כ'האב געזען שטערנס, כ'בין געשפרינגען פון דער הויט, געזיצן אויף שפילקעס און געצאפלט פאר שרעק.

כי זה כמה נכסוף נכספתי!
א גאנץ לעבן קוק איך שוין ארויס אויף דער געלעגנהייט ווען איך וועל קריגן דעם כבוד צו זינגען א זמר'ל אצל שולחן הטהור של אותו צדיק, און דא מוז דאס באדייטן נישט מער און נישט ווייניגער ווי זיך אויסטון נאקעט בפני קהל עם ועדה – "גילוי"! 

אל תדון את חברך.
"אבער געוואלד, אפילו מיר אלע וואלטן מסכים געווען אין אזא פאל צו צאלן דעם פרייז", האב איך שוין געזען מערערע חשוב'ע חברים וואס כ'וועל נישט פורש בניקם זיין טייטלן אויף מיר און מאכן גרימאסן אויף מיר ווי משוגע און צעדרייט איך בין. 
 
אל הקודש פנימה.
מוצאי שבת ביים זאגן א גוטע וואך פאר'ן רבי'ן, האט דער רבי זיך איבערגעבויגן און מיר אריינגעמורמלט אין אויער: "יעך ווארט שוין באלד צוויי יאר דיך צו מכבד זיין מיט כל מקדש. האלף לך יואב, אבער וואס זאל איך טאן אז דו האסט נישט געהאט קיין שכל". 

בכה יואב ואמר: "יש מאבד עולמו בשעה אחת."
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5781 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 6:13 pm

יואב: יישר כח. דו ביסט עפעס וואונדערליך משלב דעם ווייט פארגאנגעם עבר מיט'ן הווה און עתיד.
אבוש ולא אודה (ניין ס'איז נישט קיין טעות). אז איך האב נאכנישט אויספייעט אדורכצוליינען דעם גאנצן וואונדערליכן מאזאאיק וואס דו שילדערסט אזוי הערליך דא..איך האב געמוזט נעמען א שטיקל פסק זמן צו דערכאפן מיין אטעם.
אבער פון דעם ביסל (בערך די העלפט) וואס איך האב שוין אפגעליינט שיילט זיך ארויס א הערליך בילד וואס קען זיך פארמעסטן מיט די גרעסטע צייכענערס און קונסט מעלער דא אין קאווע שטיבל....!
יעצט וועל איך מיר אנשעפן פרישע כוחות און פראבירן צו ליינען די צווייטע העלפט... ;)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 6:36 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך פישלע העררינג » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 6:18 pm

התקבצו מאכלים זה אל זה!!

:lol: :lol: :lol:
(- - -)
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 3481 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2377 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 6:31 pm

אנבעליוועבל יואב, דו גייסט קאמפעטישאן מיט דיר אליינס, יעדע שורה קען מען עפעס אנדערש זיך צולאכן :lol: אדער זיך טיף פארטראכטן :בארד:
דער ארטיקל איז א אוצר בלום, מלא זיו ותוכן!!

א זייטיגע שאלה אויף די מעשה, איך האב כסדר קאשמארן פון דיין שרעקעדיגן אוואטאר; און דארטן ביים רבינ'ס טיש האט דיר קיינער נישט דערקענט? איך וואלט דיר מאמענטאל דערקענט אפילו צווישן 5,000 חברה!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 6:55 pm

דאס איז אזאנס אין אזעלכס, ממש גאונות אין אראפמאלן א חסידישע ווירשאפט.

א קליינט הערה, אין וועלכע חסידות, געפינט זיך לרחצה יעקב יוסףס ביינעזאם מיט יואליס אין חיים מאירס? דאס מאלנט אפ א חסידיש אימפעריע אלס פלוראלסטיק, וואס אנערקענט אז די קאמפעטיטארן זענען אויך ווערט עד כדי כך, מעלה זיין זכרונם א נאמען צו געבן נאך זיי, ווען פאקטיש איז איינע פון די וויכטיג פונקטן פון א חסידות נישט צו אנערקענען אנדערע מלוכות נאר אויף וויפיל מען דארף מיט זיי קא-עקזעסטירן, ויש ליישב בדוחק אז דאס גייט נישט אויף אלעס אין איין חסידות אלא למר כדאית ליה לומר כדאית ליה, אבער דאן איז עס נישט אזוי גלאטיק, די נקודה וואלט געקענט זיין יואב vs שמואל זאנוויל און הירש לייב, שוין, וואס האב איך אריינצורעדן.

עכ"פ די מאטיף פון די שילדערונג, איז די אינערליכע געראנגל פון וועלן אנערקענונג אנטקעגן די שעדליכקייט וואס אזא אנערקענונג ברענגט מיט זיך מיט, אזויווי יענער חסידישער איד וואס ציפט זיך אינטער די בארד, ווייל ער וויל א באשערטע זאך, אבער ער וויל נישט מ'זאל באמערקן.

אויך איז דא אן אינטערסאנט איידיע אין דאס איז נעמליך, אז די רבי אליין וואס איז אזוי נערץ ונקדש ביי רבבות אלפי ישראל שרייבט אויך דא אויף ק"ש ( א מעטאפאור א זיין פעלץ דעקט אים גוט איבער) און ער לעכצט אויך נאך קאמפאניע צו שמועסן בסתרי סתרים מיט אן אמת'ר איש כלבבו.
אוי, שיעור פארגעסן צו פרעגן, ווער האט למעשה געזונגען כל מקדש ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1592
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2058 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג דעצעמבער 08, 2014 7:03 pm

ס'איז בכלל א מאדנע חסידות וואו מ'זינגט ביי שעלעשידעס "כל מקדש". איך קען א "חסידות" וואו מ'זאגט סליחות לשלש סעודות. אלע ניגונים וואס א יעדע נארמאלע חסידות זינגט, זאגט מען ביי זיי בדרך סליחות...אוי וועי... כל מעקאדעיש שוויאי...שיעור פארגעסן. לכה דודי זאגט מען ביי זיי אויכעט ווי סליחות... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 12:16 pm

מיר געפעלט דעם רעיון אז קיינער באשולדיגט בכלל נישט דעם רבי'ן מיט אכזריות'דיגע גילוי! ניטאמאל פאר יואב'ן פאלט ביי פאר איין סעקונדע צו זיין בייז אויף די אומזיסטע בושות, נאר נעמט אן מיט א פשטות אז אויב דער רבי טוט אזוי, ווייסט ער וואס ער טוט! און איך דארף מיך מיט דעם ספראווען אויפן בעסטן וועג. ער גייט אפילו אריין זיך געזעגענען און באשולדיגט זיך אליינס מיטן אנזעץ דורך עפעס א יש קונה עולמו... און דער רבי צעשמייכלט זיך מיטן פדיון אין האנט...
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4281 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 12:18 pm

כ'סקראלל ארויף, ס'גלייבט זיך נישט אז יואב, פון די עמודי התווך אין שטיבל, און דער עמוד הבדיחה ונזר ההלצה, האלט נאר ביי טויזענט תגובות. האסט שוין צוגעלייגט אזוי פיל תוכן דא אז ס'גלייבט זיך שווער אז דאס אלץ האט אריינגעפיט אין טויזענט תגובות.

מזל טוב יואב, ווי אלל לאוו יו טו פיססעס!
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך יואב » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 1:36 pm

מאטי האט געשריבן:מיר געפעלט דעם רעיון אז קיינער באשולדיגט בכלל נישט דעם רבי'ן מיט אכזריות'דיגע גילוי! ניטאמאל פאר יואב'ן פאלט ביי פאר איין סעקונדע צו זיין בייז אויף די אומזיסטע בושות, נאר נעמט אן מיט א פשטות אז אויב דער רבי טוט אזוי, ווייסט ער וואס ער טוט! און איך דארף מיך מיט דעם ספראווען אויפן בעסטן וועג. ער גייט אפילו אריין זיך געזעגענען און באשולדיגט זיך אליינס מיטן אנזעץ דורך עפעס א יש קונה עולמו... און דער רבי צעשמייכלט זיך מיטן פדיון אין האנט...

דער אמת איז אז יואב האט זיך יא געבייזערט אויפ'ן רבי'ן. געקלאפט אויפ'ן מויל, געזאגט חס ושלום, געמאכט א פייג מיט דעם אגודל אבער זיך פארט געבייזערט. נאר וואס דען? דער טיש האט זיך פארצויגן לענגער ווי געראכטן, און מ'האמער שוין אזוי אויך אראפגעשניטן גרויסע מוציא'ס פונעם ארטיקל וואס איז ארגינעל געווען באלד פי שנים. יעצט איז דאס אויך גענוג לאנג פאר א סך חסידים.

אין יעדן פאל, בשעת מעשה איז מיין קאפ שטייצעך נישט געווען אויפ'ן פלאץ. כ'האב כלומר'שט געזוכט א ספר, געברויכט קטנ'ען א זיבן מאל, פראבירט צו שאפן סעלצער היפש לאנג און א זויבערע גלעזל נאך לענגער. כ'האב שטייצעך געהאט א קאמפלעקס אז אפשר וועט מיר איינער זען. כ'האב געהאפט אז שמעקעדיג וועט נישט אויפפאסן אז איך בין דא, מיט א שטריימל און אראפגעלאזטע פיאות קוק איך נאך אלעם אויס אביסל אנדערש – הפנים גענוג אז איך זאל נישט ארויסשטארצן צווישן אזא גרויסן עולם.

נאכדעם אבער וואס ס'האט זיך געזעצט מיין אויפברויז האט מיר געשיינט צו זיין א גרעסערן חידוש דאס אז דער רבי האט בכלל געוויסט פון דער גאנצער מעשה. צו ליינט טאקע דער רבי קאווע שטיבל? כ'האב נישט געקענט מחליט זיין צו דאס אז ער ווייסט אז יואב האט געגרייכט טויזנט תגובות איז פשוט ווייל ער איז אקטיוו דא, אדער גאר קומט דאס פון רוח הקודש. שפעטער האב איך מיר געכאפט אז ס'איז היינו הך. ער ליינט קאווע שטיבל מיט זיין רוח הקודש. און א ראיה דערצו: אויב ליינט ער קאווע שטיבל אן רוח הקודש דאן וואלט ער טאקע געוויסט אז יואב האט געגרייכט דעם אלף, אבער פון וואנען זאל ער וויסן אז איך בין יואב?  אלא מאי. די מעשה האט בלויז געמאכט דעם רבי'ן מער הייליג אין מיינע אויגן.
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5781 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 2:51 pm

בטענת אל תמנע טוב פאדערן מיר זאלסט די גאנצע ארטיקל, זאארויפשטעלןזאפארט
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6940
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5477 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7444 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:11 pm

געפילטע פיש האט געשריבן:בטענת אל תמנע טוב פאדערן מיר זאלסט די גאנצע ארטיקל, זאארויפשטעלןזאפארט
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2989
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3753 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4281 מאל

הודעהדורך יאיר » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 4:50 pm

א מייסטערווערק, יואב! אויסער די געווענליכע געניאלע מליצות און זאפטיגע הומאר צו וואס מיר זענען שוין געוואוינט צו זען אויף א פאפיר וואס איז באגאסן געווארן מיט יואב'ס פעדער, איז דער שטיקל באמת א ליטערישער מייסטערווערק. די לעבעדיגע און פאעטישע שילדערונגען פון דעם רבי'ן און דעם מצב ברענגען אז דער ליינער זאל ממש שפירן ווי ער האלט מיט דעם עקספיריענס. א גרויסן יישר כח.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7887 מאל

הודעהדורך יואב » דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 11:31 pm

נהורא נפישא האט געשריבן:דאס איז אזאנס אין אזעלכס, ממש גאונות אין אראפמאלן א חסידישע ווירשאפט.

א קליינט הערה, אין וועלכע חסידות, געפינט זיך לרחצה יעקב יוסףס ביינעזאם מיט יואליס אין חיים מאירס? דאס מאלנט אפ א חסידיש אימפעריע אלס פלוראלסטיק, וואס אנערקענט אז די קאמפעטיטארן זענען אויך ווערט עד כדי כך, מעלה זיין זכרונם א נאמען צו געבן נאך זיי, ווען פאקטיש איז איינע פון די וויכטיג פונקטן פון א חסידות נישט צו אנערקענען אנדערע מלוכות נאר אויף וויפיל מען דארף מיט זיי קא-עקזעסטירן, ויש ליישב בדוחק אז דאס גייט נישט אויף אלעס אין איין חסידות אלא למר כדאית ליה לומר כדאית ליה, אבער דאן איז עס נישט אזוי גלאטיק, די נקודה וואלט געקענט זיין יואב vs שמואל זאנוויל און הירש לייב, שוין, וואס האב איך אריינצורעדן.

עכ"פ די מאטיף פון די שילדערונג, איז די אינערליכע געראנגל פון וועלן אנערקענונג אנטקעגן די שעדליכקייט וואס אזא אנערקענונג ברענגט מיט זיך מיט, אזויווי יענער חסידישער איד וואס ציפט זיך אינטער די בארד, ווייל ער וויל א באשערטע זאך, אבער ער וויל נישט מ'זאל באמערקן.

אויך איז דא אן אינטערסאנט איידיע אין דאס איז נעמליך, אז די רבי אליין וואס איז אזוי נערץ ונקדש ביי רבבות אלפי ישראל שרייבט אויך דא אויף ק"ש ( א מעטאפאור א זיין פעלץ דעקט אים גוט איבער) און ער לעכצט אויך נאך קאמפאניע צו שמועסן בסתרי סתרים מיט אן אמת'ר איש כלבבו.
אוי, שיעור פארגעסן צו פרעגן, ווער האט למעשה געזונגען כל מקדש ?

כ'האב נישט געוואלט אז דער ארטיקל זאל זיך באציען צו א ספעציפישן רבי, האב איך אריינגעלייגט נעמען וועלכע האבן שייכות מיט גרויסע רבי'שע הויפן. צימעס איז אבער נישט א פעלד וואס איך בין באזונדער גוט באהאווענט מיט, האב איך יוצא געווען מיט יענע דריי. חלילה אז רבנים פון אנדערע קהילות פארמאגן שוואכערע באציאונגען מיט מלאכים ושרפים.

––
כל מקדש האט מען למעשה נישט געזינגען ביים טיש בכלל. דער רבי האט באפוילן אנצוהייבן מיט מנוחה ושמחה, און געזאגט אז וואס מ'האט אפגעשריבן אין הימל וועט ער נישט טוישן.  וכלשון קדשו: "הגם טוישן א זאך אין הימל איז פאר מיר גרינגער ווי לייגן א פינגער אין קאלט וואסער, איך קען דאס טוישן, אבער איך וויל דאס נישט טוישן."
––

וואס פאלט דיך ביי אז דער רבי ליינט קאווע שטיבל? ווי געשריבן איז דאס לכאורה רוח הקודש. עיין לעיל


און בערל, וואס פאלט דיך ביי אז ס'איז געווען ביי שאלעשידעס? די מעשה האט זיך אין פאקט אפגעשפילט ליל שבת קודש.

@נהורא נפישא
@berlbalaguleh
I think I was born Jewish, therefore I am
באניצער אוואטאר
יואב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1608
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5781 מאל

הודעהדורך מנחם » מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 12:23 am

איך פי*ש פאר געלעכטער! די שירות זענען איין שטיק הומאר געפלאכטן מיט גאונות!
מזל טוב ר' יואב!
מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 12:08 am
האט שוין געלייקט: 298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 1:54 am

:lol: :lol: :lol: ביסט גוטע נייעס, יואב! פערדל, אקסל... אשפגתי!
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3694 מאל

הודעהדורך יואליש » זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:17 pm

(צו קענען פארשטיין ווי ענג דאס פלאץ איז געווען בשעת מעשה איז כדאי אנצומערקן אז אויסער שווייס און הענט פון מאלעסטארס האט אפילו א נאדל דארט נישט געקענט אריינפאסן.)


די פיליזאפישע שאלה אויף יעדן'ס געדאנק איז אויב די האנט "און" די שווייס האבן אריינגעפיט אין די זעלבע שפאר באנאזאם אדער בלויז אין צוויי באזונדערע שפאלטנס?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3820 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג דעצעמבער 22, 2014 3:03 pm

ווי האט דער רבי זיך אויסגעדרוקט דערנאך? בלא בלא האב איך געוואוסט, אבער אויף אזוי ווייט האב איך שוין נישט געוואוסט...

וואס איך האב דא פארפאסט, אנטשולדיגט בערל פאר'ן ארויפברענגען, אבער אונזער רבי איז נאך אזא שיינער איד ווי ר"מ וואלפסאן.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3592
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7096 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7054 מאל

הודעהדורך בענדזשאמין פרענקלין » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 12:58 pm

יואב כהאב נישט סתם געלייקט כהאב עס דורכגעליינט מהחל ועד כלה.
מה נאמר, ווען דו זאלסט נוצן דיינע כשרונות פארן לערנען וואלט געוואקסן פון דיר א לייט ;).
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 644
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2739 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג דעצעמבער 23, 2014 1:07 pm

קוקטס שוין ווער ס'איז דא,
דער יואב'ס רבי מוז זיין עפעס אן אויסטערלישער בעל מופת אזוינס צו באווייזן!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15090
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17790 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18076 מאל

Re: ואת האלף — א סאמאטוכע ביים רבי'נס טיש

הודעהדורך מי אני » זונטאג מאי 26, 2019 8:08 pm

נהורא נפישא האט געשריבן:עכ"פ די מאטיף פון די שילדערונג, איז די אינערליכע געראנגל פון וועלן אנערקענונג אנטקעגן די שעדליכקייט וואס אזא אנערקענונג ברענגט מיט זיך מיט, אזויווי יענער חסידישער איד וואס ציפט זיך אינטער די בארד, ווייל ער וויל א באשערטע זאך, אבער ער וויל נישט מ'זאל באמערקן.

אויך איז דא אן אינטערסאנט איידיע אין דאס איז נעמליך, אז די רבי אליין וואס איז אזוי נערץ ונקדש ביי רבבות אלפי ישראל שרייבט אויך דא אויף ק"ש ( א מעטאפאור א זיין פעלץ דעקט אים גוט איבער) און ער לעכצט אויך נאך קאמפאניע צו שמועסן בסתרי סתרים מיט אן אמת'ר איש כלבבו.

מיט דעם קען מען אויך זאגן אין די כוונה וואס יואב האט צוגעענדיגט ״יש מאבד עולמו בשעה אחת״. והיינו, דארט וואו די גמרא זאגט (ע״ז יז.) אויף פארקערט, יש ״קונה״ עולמו בשעה אחת, פארציילט די גמרא אז ר׳ אלעזר בן דורדיא האט געבעטן הילף (א פארעם פון חברותא) פון הרים וגבעות וכו׳ און ער׳ט דאס נישט באקומען, און איז געבליבען עלענד (אין דעם געביט).


Sent from my iPhone using Tapatalk
מי אני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 329
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 2411 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מאי 26, 2019 8:37 pm

ונבנתה העיר האט געשריבן:ווי האט דער רבי זיך אויסגעדרוקט דערנאך? בלא בלא האב איך געוואוסט, אבער אויף אזוי ווייט האב איך שוין נישט געוואוסט...

וואס איך האב דא פארפאסט, אנטשולדיגט בערל פאר'ן ארויפברענגען, אבער אונזער רבי איז נאך אזא שיינער איד ווי ר"מ וואלפסאן.

ונבנתה העיר: ווען האסטו מיך געהערט זאגן אז איך בין א חאסיד פון ר"מ וואלפסאן...?! חושד בכשרים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13102
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14519 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8343 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: יין שרף און 2 געסט