ואת האלף — א סאמאטוכע ביים רבי'נס טיש

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1671
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 6173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6282 מאל

ואת האלף — א סאמאטוכע ביים רבי'נס טיש

שליחה דורך יואב »

קיין סך וועלן די פארוועלקטע און נעבעכדיגע לייסטלעך שוין נישט פארדינען מיטן פראבירן צו קעמפן פאר זייער ארימער עקזיסטענץ. אין בעסטן פאל האלטן זיי ביים שטאפל פון גסיסה, און אלץ וואס איז פאר זיי פארבליבן איז אפשר מיטצוכאפן די פארזשאווערטע געבויגענע שטאנגען – א נקמה פורתא. נאך אלעם, וויפיל דען נאך קען א קליין הייפעלע פון שוואכטשיגע לייסטלעך דערהייבן. דאס אז די עושי מעשי סדום האבן זיי פארהאלטן מאריאנטירט בשמן משחת קודש האבן זיי געמאכט א שווייג און פארציילט פאר קיינעם. און דער אמת איז וואס איז שוין געווען שייך צו טון, זאלן זיי אנהייבן א שלעגעריי מיט א צעיושעטער גרופע פון אומטאלעראנטע חסידים? צו פעטש פארשטייען זיי דאך בעסער. נאך גוט אז גאט האט זיי באשאנקען מיט דעם יום טוב פסח, זאלן די ציינער און די פארענטשעס כאטש געפוצט ווערן פעם אחת בשנה. אז מ'טרעט אויף זיי מדי שבת בשבתו האבן זיי אלע ווידערמאל באשלאסן צו זיין פון  צווישן די נעלבים ואינם עולבים – וואס ווייסט דען א קליין ברעטעלע די חשבונות פון דעם אלמעכטיגן. אבער דא עקא אז מ'גיבט א פינגער ברויכן זיי א האנט און דער לחץ לאזט נישט נאך – און יא, אונטערדריקן מיט כח אפילו א דומם האט פילייכט אויך א גבול.

דער גאנצער בית מדרש איז איינגעהילט אין א התרוממות דלעילא ואימתא דשמיא. דער פארכטיגער גייסט וואס טוט אריינדרינגען אין יעדן ווינקל פונעם היכל איז עפעס שלא מעלמא הדין. די שורות מיט לעקטערלעך טאנצן, און אפילו בסעיפי סלעים קען מען זען אשר-יצר-פאפיר זוכן שוץ מפני פחד המלך ומהדר גאונו. די לופט זאגט עדות דאס אז דער קדוש וטהור, דער צדיק הדור שכולם דורשים אותו לשבח, דער ילוד אשה וואס בלויז מיט א ווינק אין די אויגן עפענען זיך אים אלע עולמות וכל פמליא של מעלה כורעים ומשתחווים לפניו, פירט איצט דעם סעודת חקל תפוחין קדישין. 

יעלזו חסידים בכבוד!
פון א דומם ביז א צומח; חי און מדבר. אלעס שרייט עלי יניח צדיק את ראשו! די הינקעדיגע שויבן, אפגעשיילטע ווענט, קלעבעדיגע פאדלאגע, געבויגענע שענק, שטיקעדיגע לופט, אינסעקטן, אנשים נשים וטף. יעדער וויל אביסל שיריים פונעם צדיק, און פאר יעדן איז טאקע דא די והותר. ואכן מה נהדר המראה ווען אפגעזען צו וועלכער צווייג פון דער בריאה סיי וואס געהערט זינגען אלע מיט הארמאניע, בלב אחד און מיט אחדות דעם פאפולערן התקבצו מאכלים זה לזה. 

ירד וטבל, עלה ונסתפג. 
זאציגער מאסט טריפט פון דער הייך אויף אן עזות'דיגן מאסשטאב אזש אראפציר איז מען ממש דורכים גיתות בשבת. חצי נזק'דיגע פלאסטיק-גלעזלעך און צעפליקטע קאמפאט-טעלערלעך פארמעסטן זיך ווער פון זיי ס'קען ביישטייערן א גרעסערן סכום פון רעסייקלינג-מאטעריאל צום בערגל שמוץ, וחד בחד כי סביך ועביד קרבותא. דער דאך איז באדעקט מיט א שטיקעדיגער פייכקייט און ווערט מער געדיכט מיט די שנירלעך עיפוש'דיגע פארע וועלכע זענען נאר מוסיפין והולכין. א נאסער אבער טאפנדער שווייס פארפילט דעם היכל, און דאס גאנצע פלאץ טוט משום איזה סיבה ערוועקן זארג אפילו צווישן קעגנערס צו גרין-ענערגיע. 

הני בבלאי טפשאי.
דער ערל נעבעך, דאס גאנצע עולם הזה איז אים פארשווינדן געווארן כצל עובר. אונטער געווענליכע אומשטענדן איז זיין זינגען היימישע ניגונים עפעס וואס באצויבערט א ברייטע מאסע פון צושויער – זקנים ונערים צוגלייך וואס ווילן אזא פרייע אונטערהאלטונג נישט פארפאסן. נו וואס איז ער נעבעך שולדיג אז דער רבי הופיע מרבבות קודש? די חסידים ואנשי מעשה האבן זיך אלע אפגעהינדלט פון זיינע חידושים ווי איוב אין זיינע מעמוארן והלכו לעבוד אלוהים אחרים. וישאר אך הוא לבדו, איינזאם אליינס צווישן די ווענט פונעם ליידיגן פאליש וועלכע שאפן אים אן אומגעבעטענעם ווידער-קול יעדעס מאל ס'דאכט זיי נאר אז ער וויל באפרייען שליים פונעם גארגל. אלץ וואס איז אים פארבליבן איז דעם ברייטן בעזעם – אן אביעקט וואס אז ס'ווערט אים נמאס די בריאה קען ער פארוואנדלען דעם שטאנג בסולם מוצב ארצה און אראפהויערן זיין גאמבע אויפ'ן שפיץ פאר זיסע חלומות.

לחיים שיש בהם יראת שמים ויראת חטא.
הענט אין די שווערע צענדליגער צאפלען, שאקלען, ברומען און ווארפן זיך אין דער לופטן כנוע עצי יער מפני רוח, אלץ פראבירט מיט מאקסימאלע כוחות צו שיקן דעם פאסיגן דינטשיגן סיגנאל צו דעם איינעם מלכות'דיגן פונקט – די קרוין פון דער בריאה וואס וויל דערווייל ווי אויף צו להכעיס נישט אויסטוישן דעם מיוטציאלן קליק.

גם הנשים גם הטף.
אין עזרת נשים איז מען עומדות צפופות, די הארטנעקיגע כאסידעסטעס, די שענליכע גאציפערן מתמול שלשום נישט נאר זעען זיי סעגרעגאציע ווי עפעס וואס האקט נישט אונטער גלייכהייט; אדרבה, זיי זעען איר גאר צו זיין א מיטל וויאזוי אויסצוברייטערן זייערע רעכטן איבער די מענער.  מרת דעמנאוויטש האט שוין מ'שטיינס רעזערווירט איר לעיט-נייט טאלק-שאו פראגראם איבער יענעם גרוש – נעעעעעבעך – וואס האט נישט אריבערגעפירט א טריפל-זערא ראזיר-מעסערל איבער דער האר פון קאפ. און ווער רעדט נאך פון יענעם בחור דארט בלי חתימת זקן, מיינט ער אז מומע יענטל איז טאקע אזוי דומב און וועט זיך איינרעדן אז ער פליקט די בארד מיט דער בלויזער האנט?

פאקטישע בושות האט אבער נאר יענע קליין בחור'ל, דער זעיר אנפין וואס האט זיך פאר'גולמ'ט ביים פאפערישן שפיגל, היה מסלסל בשערו, פעסטגעשטעלט א נערוו-שלעפנדע גרימאסע און שיער עובר געווען אויף דש מיט וועלן דורכפירן קאנסטרוקציע אין דער נאז ביז ער האט נעבעך אויפגעפאסט אז די שלא עשני'ניקעס האלטן זיך אונטער דורך זייער אומפארשעמטע רואים ואינם נראים פענסטערס. 

המלך יושב!
דער רבי רם על כבודו זיצט על כסא מלכותו בנהירו דאנפין וחדוותא דכלא. שרפים עומדים ממעל, און ווי איז מעגליך צו פארזען די גבאים סביב לשלחנו וחתיכות חלה בידם. אלע זענען קאמפס-גרייט צו שושקענען, פליקן אויערן און פראסקען שטריימלעך כהדבר/בהדבר יצא מפי המלך. די מער טיכטיגע גבאים פון דער געשולטער עפל-שארף-שיסער דיוויזיע שטייען אלע על המשמר, יעדער פון זיי באזונדער אויסשטאפירט מיט א בינטל עקסקלוסיווע שליסלען און א שארף-ציפעדיגן רעעש. 

עבודת הכהן הגדול.
דער רבי כאפט דאס האנטוך וואס ליגט אים אויפ'ן שויס און רייניגט דערמיט אפ דאס שמאלץ פונעם קרבן פסח וואס קלעבט אויף דער דיוקנא קדישא. במקום א ציין-שטעכער שטעלט מען די צונג העכער דעם באטראפענעם צאן, און דורכ'ן אריינציען אביסל לופט טוט מען צונויפקוועטשן דאס שפייאכץ נאכגעפאלגט מיט א חסידישן צוויטש. אזוי נאגט מען ארויס פון צווישן דער גומע און דעם צאן דאס געשטראנדעטע שטיקל פיש און מ'שיקט דאס אראפ צו דער איסאפאגאס וואו ס'טרעפט זיך מיט זיינע קאלעגע גלגולים פון צדיקים. מיט ביידע הענט באפעסטיגט דער צדיק דעם פראכטפולן שטריימל וואס טוישט אפט פאזיציעס אויף דעם ראש המגיע השמימה, ער בייגט זיך צום רעכטן זייט פונעם אויבן-אן דארט וואו ס'זיצן בלויז א חלק פון די בני עליה קרואי העדה, און רופט זיך אן בקול ערב אויף זיין פאסיוון שטייגער: "יואב כל מקדש".

"שששש שא!" בייזערט זיך שוין ווייטער דער גבאי ווי צו ווידערהוילן זיין פאזיציע כאטש מ'הערט נישט קיין פריקען שארך אינעם בית המדרש.

אין קול ואין עונה.
"נו, אויף וועמען ווארט ער?" מאכט דער רבי א נייג מיט דער האנט און טרייבט דערביי ארויף דעם נייגער צווישן די חסידים וועלכע שטייען אלע צונויפגעדריקט זה על גבי זה ווי וויליאמסבורגער דירות. (צו קענען פארשטיין ווי ענג דאס פלאץ איז געווען בשעת מעשה איז כדאי אנצומערקן אז אויסער שווייס און הענט פון מאלעסטארס האט אפילו א נאדל דארט נישט געקענט אריינפאסן.)

שיחתם של חסידים.
"דו, בחור'ל, האלא, יא דו דארט, ניין נישט דו, יענער דארט, איינס נאכדעם, ניין פון יענער זייט, אט אזוי, טאקע דיך, יא דיך מיין איך: רוק דיך אוועק, נו וואס שטייסטו נאך דארט, גאפל דיך אפ פון דאנען", שרייט חצקל דער לץ מיט א הייזעריגער נישט הערבאר-הערבארער הויך-שטילער שטימע. "ביזט נישט געמאכט פון גלאז, סיידן דו ביזט שמוציג".

"וואס האט ער געזאגט, וואס האט ער געזאגט?" שושקעט אקסל מיט נייגער נישט וועלנדיג האבן פארפאסט דאס גוט ווארט.

"סתם שטותים", ענטפערט פערדל. "ער האט געזאגט פאר דעם בחור, הא, ער האט אים געזאגט אז ער איז נישט געמאכט פון גלאז אויסער אויב איז ער שמוציג. קחח, עךךךך, האהא."

"הא, על-או-על! כ'האב געוויסט אז אויב ער האט עפעס געזאגט איז דאס זיכער א גוטס. סארא לץ דער איז, האהא. שוין, פארפאלן, ס'איז פארהאן לצים אויף דער וועלט לויפן פשוט נישט אויס פון גוטע ווערטלעך."

ושמי יואב לא נודעתי להם.
די אנגעצויגנקייט צווישן דעם המון וואקסט מיט יעדן בלאז פון דער נאז. די געמיטער זענען איינגעהילט אין שפאנונג, איבערגעפילט מיט זארג און אויסגעטאן פאר שרעק. דער רבי אבער זעט בכלל נישט אויס צו זיין איבריג נערוועז, נאר אז ס'איז אים שוין יא אונטערגעקומען א ליידיגע מינוט וואס דען זאל ער טאן אויב נישט כאפן א ספר און זיך מתעמק זיין דערין. חסידים האבן שוין פארשטאנען אז דער רבי וועט דא ווארטן אויף יואב'ן; ווער וואס וואו איז אבער ווייטער געבליבן א רעטעניש. 

עם נבון וחכם.
איין ראפאנירטער גבאי האט נישט געזען וואס קען זיין מער פאסיג און צו דער זאך נאר האט באשלאסן ארומצוגיין און אנפרעגן ביי יעדן באבי-פין קאפל צו ער הייסט אפשר נישט יואב. געמאכט א פשוט'ן חשבון. ס'קומען דאך צו פארן צום רבי'ן אידן מכל קצוי תבל, נו אפשר פארמאגט עפעס א ראזירטן אורח דעם "פאני נאמען" יואב. פונעם לא שינו לבושם לאכן זיי מ'שטיינס אין די פויסטן, נו פארוואס זאלן זיי זיך האבן אפשטעלט ביי שמם. ס'האט גענומען צייט פאר די יעניגע חברה צו כאפן וואס ס'וויל פון זייער לעבן האבן דער פארגארטלטער חסיד מיט דער הארטער צעקניפטער בארד – א דערהויבן אידל וואס האט נאך בתוך כדי דיבור עספיעט אראפצוכאפן א שטיקל געפילטע פיש פונעם שיריים טעללער, קראכן זיינע פינגער, א שליקעץ פעמיים באהבה און זשליאקען א גלעזל מיט ווארימער סעלצער. די אומבאקוועמליכקייט וואס ער האט זיי אנגעמאכט האט ער טאקע באוויזן אויסצוגראדן דורכ'ן אריינווישן פאר יעדן פון זיי אין טאש א י"ב חלה פונעם רבי'ן זאל זיין געזונט נאכגעפאלגט מיט אזא חנופה'דיגן קוועטש אין די אויגן. למעשה האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז אפילו צווישן דעם "באדערענעם" עולם איז נישט פארהאן אזא מאדנעם נאמען ועדיין הקושיא במקומה עומדת. דאס האט שטייצעך געטריבן דעם ווינדער צו העכערע שטאפלען, און געפירט דערצו אז עטליכע חסידים זאלן וואגן אויפצוברענגען דעם געדאנק אז אפשר איז דאס פשוט א שגגה שיצאה מפי השליט און ס'קאכט זיך א קאשע על לא דבר. "ווילסט מיר זאגן אז דער רבי האט פלוצלינג אנגעהויבן קאלעכן", האט עמיצער, גראדע יא א חסיד, געשפירט אז ער וועט זיך ערלויבן צו צימבלען אביסל דעם עולם. (ער האט אבער באלד דערנאך געקלאפט אויף זיין מויל.)

אמונת צדיקים!
איבריג צו זאגן אז פאר יעדן אמת'ער חסיד איז געווען ברור אז אויב דער רבי האט געזאגט יואב מיינט דאס טאקע יואב, הוא ולא אחר. נישט יואלי, יעקב יוסף אדער חיים מאיר. אויף דער בחורים פארענטשע האט מען באזונדער געקענט אויפפאסן ווי די געמיטער ווארעמען זיך צו הויכע גראדן. דער פרומערער סארט האט זיך שוין געשארפט פאר פרישע מופתים און גליונות, מאידך גיסא אבער האט מען געקענט הערן אזאנע אויפגעהייטערטע גערעדאכץ ווי "האלא, ס'גייט זיין העווי עקשאן" וכדו'. 

שערי צימעס ננעלו.
גבאים האבן סיי ווי נישט צוגעלאזט קיינעם צום רבי'ן וועלכער האט זיך פשוט און פראסט אוועקגעשארט פון דער סאמאטוכע וואס ער זעלבסט האט אנגעדרייט. פון א בליק אינעם ספר האט זיך דאס געענדיגט מיט א דרימל גענוי ווי די הייליגע זיידעס. איינגעזינקען אינעם פאטעל מיט צוגעמאכטע אויגן, ווען אויף דער קאלירפולער קאפאטע ליגט די בארד געבויגען מיט א שמעק פון טל של תחיה. געדרימלט זאג איך? געשוועבט אין די עליונים ותחתונים בבת אחת. 

פאר שמואל דעם שמש איז געפאלן א וואזשנע המצאה. ער האט זיך פלינק אריינגעשלייכט אינעם משמש שטיבל, געפענט דעם שופלאד וועלכע איז געווען איבערגעפילט מיט מקצות, און ארויסגעצויגען א בינטל מיט געלע העפטן. "ס'איז א בסיס לאיסור ולהיתר" האט ער נאך פראבירט ווייזן לומדות אויך. עטליכע גוטע אידן האבן זיך באלד צוגעשארט ארויסהעלפן צו דראמאטאזירן דעם מצב. מ'האט זיך גענומען מישן אין די ביכער, אפשר העט מען דערווישן דעם יואב ערגעצוואו צווישן די "מ'וועט זיך שוין פאררעכענען חובות" פון גאלן קעפ ביז פארקויפן קאפלעך, וויין קנויטן לשם יחוד זאגערלעך האני-קוקיס און וואס נישט. פון צווישן דער איבערגעבויגענער כנופיא וואלונטירן האט שטייצעך נישט אויפגעהערט צו רינען פארשלאגן, וויצן און אלץ וואס מוז זיין דארט וואו ס'קומען זיך צונויף א מזומן מיט היימישע אידן. "כ'האב א פילינג אז דער יואב איז פשוט א ליגעל-נעים פון איינעם פון אנ"ש", האט איין ראטגעבער אנגעגעבן ציניש כאטש ביי זיך אין הארצן האט ער דאס געמיינט כאטש-וואס ערנסט. "שמואל, כ'מיין אז דאס איז די נייע ווערסיע פון א קאמענד-צענטער, נישט אזוי?" האט א צווייטער שוין געשלאגן מיט א היפש גרעסערער דאזע פון הומאר פאראורזאכט א שטיקל אויספלאץ בשעת וואס ערנסקייט איז לכו"ע געווען בעל הבית איבערן גייסט. און דער באוויסטער אלטער מטורף, דער פאסקודניאק וואס שעפט חיות דורך זויגן א צווייטנס בלוט ברבים, האט אויך נישט געקענט פועל'ן ביי זיך איבערצולאזן זיין שטאך אויף אן אנדערער געלעגנהייט נאר געמוזט טאקע יעצט פארווארפן דעם זארגפעלטיגן שמש אויף זיין צעשלימפערטקייט. "שמואל, איך מוז דיר זאגן, כ'האב געמיינט אז דו ביזט מער מסודר. כ'האב מיך געהעריג געלאזט איינרעדן, וואס? שוין, זעט אויס אז מ'מיינט נארט מען זיך. הא שמואל? ער ענטפערט נישט, גיב נאר א קוק."

ווי פארשטענדליך איז די גאנצע סאמאטוכע פאר מיר געווען א גאר שווערן אריבערגאנג. דער סקרוך איז זיך פארלאפן; דער אטעם איז מיר געבליבן שטיין. די ציינער האבן געקלאפט; דאס הארץ האט פארפעלט א קלאפ. מחשבות זענען מיר געפלויגן אין מח; מיין נשמה איז שיער נישט ארויסגעפלויגן. די הענט האבן זיך געווארפן, און די פיס זענען געשטאנען ווי פארגליווערט. דער קאפ האט געשווינדלט, די קישקעס האבן זיך געדרייט, כ'האב געזען שטערנס, כ'בין געשפרינגען פון דער הויט, געזיצן אויף שפילקעס און געצאפלט פאר שרעק.

כי זה כמה נכסוף נכספתי!
א גאנץ לעבן קוק איך שוין ארויס אויף דער געלעגנהייט ווען איך וועל קריגן דעם כבוד צו זינגען א זמר'ל אצל שולחן הטהור של אותו צדיק, און דא מוז דאס באדייטן נישט מער און נישט ווייניגער ווי זיך אויסטון נאקעט בפני קהל עם ועדה – "גילוי"! 

אל תדון את חברך.
"אבער געוואלד, אפילו מיר אלע וואלטן מסכים געווען אין אזא פאל צו צאלן דעם פרייז", האב איך שוין געזען מערערע חשוב'ע חברים וואס כ'וועל נישט פורש בניקם זיין טייטלן אויף מיר און מאכן גרימאסן אויף מיר ווי משוגע און צעדרייט איך בין. 
 
אל הקודש פנימה.
מוצאי שבת ביים זאגן א גוטע וואך פאר'ן רבי'ן, האט דער רבי זיך איבערגעבויגן און מיר אריינגעמורמלט אין אויער: "יעך ווארט שוין באלד צוויי יאר דיך צו מכבד זיין מיט כל מקדש. האלף לך יואב, אבער וואס זאל איך טאן אז דו האסט נישט געהאט קיין שכל". 

בכה יואב ואמר: "יש מאבד עולמו בשעה אחת."

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר