אויסשליסליך: אן אינטערוויו מיט: קופערניקוס!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2311 מאל

אויסשליסליך: אן אינטערוויו מיט: קופערניקוס!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

קופערניקוס!

דער קעניג פון הומאר צו וועמען עס שמייכלען אלע זיבן הימלען, דער מלך פון פעליטאן צו וועמען ס'זאל זיך ווי ווען ביקן דער שר החיוך לויפנדיג צו זיינע באפעלן.

קופערניקוס איז דער ארטיסט אין באשיינפערליכן בוכשטעבליכן זין. א קופערניקוס רובריק, קאלום, ארטיקל אדער סתם תגובה, איז א קונסטלערישע יצירה. ווי דער האריזאנט זאל זיך ווען לאזן פארבן מיט ווערטער און בוכשטאבן אין א קאלירפולן בילד.

די טיפע און מער פארבארגענע זייט פון קופערניקוס איז זיין גרויסער נפש. אן ארט ווי עגאאיזם דערגרייכט נישט, א ריין צארט מקום ווי אראגאנץ און איגנאראנץ געפינען זיך נישט דאס פלאץ. א וועלט מיט גענצליך נייע נארמען און דאגמעס, ווי כוואליען זענען פון ליבשאפט, וואלקאנען שפריצן לאווע פון טאלעראנץ און רחמנות און די קאסמאס צוקישן זיך און האלזן איינער דעם אנדערן מיט אהבה.
עס לאזט זיך קלערן אז קופערניקוס איז זאגאר געשטראפט מיט א גייסט פיל שטערקער פון וויפיל זיין זעל קען בכלל פארנעמען.

און קופערניקוס אין קאווע שטיבל האט מיטגעברענגט מיט זיך א גלאררייכע עפאכע, זאגאר א קופערניקוס ערא, צו וועלכער עס בענקט זיך מיט נאסטאלגיע און אייביגער געגועים וואס א ניי געקומענער וועט ניטאמאל פארשטיין.

*

לכבוד חודש אדר ברענגען מיר ארויף אויפ'ן טרייבל דעם אלעמען באליבטן און רעספעקטירטן קופערניקוס, מיט אן אויסשליסליכן אינטערוויו פאר "קאווע שטיבל", וואו אין א גוטמוטיגער שטימונג און מיט א שמירקע אויף די לעפצן, לאזט ער לופטערן זיינע מיינונגען און שטעלונגען איבער אלץ און אלעמען.

ליינט מיט פארגעניגן און הנאה:

*

וואס מאכט איר עפעס אזוי הרב קופערניקוס?
ברוכה השמה.
(כבין א פעמיניסט דעריבער איז עס ביי מיר ברוכה השמה).


וואס זאגט איר אין אלגעמיין צום שטיבל?
די שטיבל בליעט, א שאד נאר בדחן איז נישט דארט, אויב ער קומט צוריק, קום איך.
באופן כללי איז די קוואליטי אין שטיבל גאר גוט, טראץ וואס מיר האבן שוין פארלירן אינזער ווירדזשיניטי און די פרישע יונגע עקסייטמענט איז שוין אראפ.


ווער האלט איר איז א בעסערע אינטערוויוער, מאראנצן אדער הרב דרעזנער פון קול מבשר?
וואו קומסטו בכלל נאנט צו דרעזנער, ער איז דאך דער וועלטס מומחה אויף אנטיסעמיטישע לאזונגען.

וואס איז דער לעצטער וויץ וואס האט אייך געברענגט צום לאכן?
הממממ. כדארף טשעקן מיין וואטסאפ, אדער קוקן [tag]יואב[/tag]'ס נייע אשכול?

ווי אפט קומט איר אריין אין פארשוואונדענע ניקס אשכול קוקן צי איינער זוכט אייך אדער מ'רעדט פון אייער מאיאסטעט?
דאס איז די לעצטע וויץ...
איך בין בעסער פון דעם!...
ששש יעדן טאג, זאג פאר קיינעם נישט...


קריגט איר נאך אמאל א לייק פון צייט צו צייט אין פאסט קעסטל?
לייקס נישט, אבער מעסעזשעס, הערות און שמועסן יא.

איז נאך דא האפענונג אז אייער עטרה וועט צוריק נתגלה ווערן אדער ליבערשט האפן אויף משיח?
זיכער ווארט אויף משיח. אבער לאמיר נישט מאריך זיין ווייל כ'האב מורא אז [tag]נקודה החבדית[/tag] קומט באלד צו לויפן און ברענגט מיר א מראה מקום צו ווארטן על ביאת המשיח.

אויב מעג מען פרעגן, ווער איז אייער באליבסטער ניק אין שטיבל?
מיין בעסטע ניק יעצט איז [tag]פאר הדור[/tag]...
כ'מאך א דזשאוק, [tag]פלאוויוס[/tag], [tag]ישראל קאפקע[/tag] זענען פון מיינע נייע פעיווערטס, אויסער כמובן די אלע קלאסיקל ווי [tag]יאיר[/tag] [tag]לעיקוואד[/tag] [tag]אבטולמוס[/tag] און [tag]מאראנצןזאפט[/tag] וכו', ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.


וואס קלערט איר וועגן די צוקונפט פון ק''ש, האט עס א גלענצנדער עתיד, אדער די גאלדענע בראשית יארן זענען א פארגאנגענהייט?
ק"ש האט נאך אלס גרויסע פאטענציאל, קוק ווי שיין מען רעדט נאך, די הערליכע אשכולות, למשל אזא ניק ווי [tag]פארוואס?[/tag] הערליכע מאמרים, מיר האבן עס נישט געהאט אין אונזערע צייטן.
קוק, צווישן אייוועלט און פאליש זעט מען דאך וואו מ'שטייט, קיין גרויסע ברירה האבן מיר ממילא נישט און מ'מוז אנגיין מיט די הייליגע ארבעט.


אלס איינער וואס איז געבענטשט מיט אן אומגעהויערע הומאריסטישע קראפט, וואס וואלט איר גע'עצה'ט פאר עמעצער וואס וויל זיך אויסשארפן אין דעם געביט?
המממ...
אז מ'רעדט שוין איבער הומאר, איך האב נעכטן געליינט פון ארי' אורבאך ז"ל, דער רעליגעזער חבר כנסת און שרייבער וואס איז נארוואס געשטארבן צוויי טאג צוריק, זאגט ער, ער האט געזעהן א סטענד אפ קאמידיען וויינען, פרעג איך וואס טוסטו? זאגט ער "איך רוה זיך אפ", והדבר עמוק.


שטארק! צומאל איז דער הומאר גאר א דעקע און א שפיל און ס'ליגט דערין אין אמת'ן א טיפער ווייטאג.

האט איר מיטגעהאלטן דעם שושנים פארמעסט, און וואס זאגט איר צו דער [tag]שלום בערגער[/tag]-פארווערטס סומאטוכע?

שושנים האט פארמאגט גאלדענע סחורה און איך האב הנאה אז פלאוויוס איז דער געווינער. איך האב פארשטאנען די אויפברויז אויף בערגער, אבער לעומת זה ווייזט עס אז מען פאדערט פון ק"ש העכערע סטאנדארטן.

וועלכע קאסעטע האלט איר איז בעסער, פעסטערייז אדער באנדאש?
כ'מיש זיך נישט אין אזעלכע ערנסטע וועלט החלטות.

און וועגן די זיבן רייע עטרה אדער שטיין ביי פרשת שקלים האט איר אויך א מיינונג?
די וועלט איז נישט הפקר, מען ברויך קוקן וויאזוי מען האט געטאן אין גרויסן ס'מעדרעש.

און צום שלוס, וואס איז אייער מעסעזש פאר די קול מ.. כמיין קאווע שטיבל ליינער?
איך וואלט געראטן מענטשן צו געבן מער לייקס און זיין מער העפליך, למשל איינער הרוצה בעילום שמו איז זייער בייסיג צו ישראל קאפקע און צו שלום בערגער, איך וואלט געראטען אז ער זאל זיין מער טאלעראנט און אפען צו אנדערע מענטשן וואס קלערן אנדערש פון אים.

און נאך איין שאלה, לאמיר פארקירעווען די שמועס צו אייער ווישערשאפטלעריי, וואס וואלט איר בעפארציגט, האל וויט, אדער בעסער ספעלט מצות?
פאר יחץ איז כדאי צו נעמען ספעלט, עס מאכט א בעסערע יחץ און איז מבטל די אויסגעדראשענע וויץ צו יחץ איז געלונגען.

האלא, האלא, ס'האט זיך אפגעהאקט די ליין. שוין העמיר ארויף ברענגען בעריש פרייליך, א גוטן ר' בעריש, וואס זאגט איר צום קאלטן ווינטער?
יאפ, נישטא וואס צו רעדן, ס'פריזינג אינדרויסן. דער עולם זאל זען אנצוטון ווארעמע מאנטלען מיט הענטשקוס.
אקעי, א גרויסן ישר כח פאר אייער באריכט.

פעסט-האנטער פאראפאפאאפאפאם.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 22 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר