גרשון אין מצה בעקעריי

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן

גרשון אין מצה בעקעריי

הודעהדורך קפנדריא » מאנטאג מערץ 23, 2015 5:11 pm

ר' גרשון איז גראדע נישט קיין גרויסע תלמיד חכם, און גאר נישט קיין קליינער עם הארץ, אבער נישט אזא עם הארץ ווי פיל ווילן מיינען, ער ווייסט גענוי וויפיל חנוכה ליכט צו צינדן יעדע נאכט, ער וועט נישט מאכן א המוציא אויף א קארטאפל, און וועט נישט קניפן די לינקע פאה בעפאר די רעכטע, אויך מנהגי ישראל זענען ביי אים טייער און הייליג, און וועט עס טון גענוי ווי ער געדענקט ביים טאטן, אשטייגער פורים וועט ער נאר שיכור'ן אויף טאקיי וויין און קריעם מאלאגא, ווייל אזוי האט ער געזען ביים ליבן טאטן, און קידוש וועט ער מאכן בלויז אויף חרבונה וויין ווי די שווער פלעגט זיך פירן..

אויך ווען ס'קומט צו מצות באקן וועט ער זיין זייער אימאושענעל, ער וועט נישט קויפן מצות ביי סופער דרייצן אדער אין גאלדבערג'ס פסח געשעפט, און פול מיט הארץ און רגש וועט ער גיין קויפן דירעקט צום מצה בעקעריי, גענוי ווי אלע יאר לאזט זיך ר' גרשון ארויס צום מצה איינקויף ווען זיינע קליינע צדיקים'לעך קהת און יואב כאפן אים אן ביי די הענט, און שלייכן זיך אונטער אים...

אזא געשטופעניש, איך בין דאך דירעקט געקומען באלד נאך פורים ווען ס'דארף נאך זיין ליידיג, וואס גייט דא פאר היינט?
יואב: טאטעלע, אונז קענמיר ביז דערווייל גיין קוקן ווי מ'באקט?
גרשון: אוודאי, לאמיר טאקע זען ווי די קונצליכע רונדיגע מצות ווערן באשאפן, ס'איז גאנץ אינטרעסאנט!
קהת: טאטי, זיי קענען נישט טרעפן גענוג אידן צו ארבעטן? פארוואס איז דא אזויפיל גויים דא?
גרשון: קלאפ אן דיין מויל, אלעס דא פיינע אידן, ס'איז רוסישע אידן..
קהת: פארוואס טאטי דארפן זיי ברענגען ארבעטערס פון ווייטן רוסלאנד, איז נישט דא דא אין בארא פארק גענוג אידן?
גרשון: פארמאך שנעל דיין קליין פיסקל! קוק ווי דער בחור לויפט צו אויוון מיט די רויע מצות, אזוי אינטרעסאנט, ניין?
יואב: אוי טאטי, קוק אן די אויוון! אין די דאזיגע אויוון באקט "קרויס" אפ זיינע שטריימלעך?
גרשון: כא, כא כא..
קהת: קוק אן די מענטש וואס שטעכט די מצות מיט די ראולי פאולי.. ער זעט אויס פונקט ווי פישל'ע פון די בוק, אוי די נאז..
יואב: און דער וואס שטטיט נעבן טאטי קוקט אויס ווי דער נאר פון קינדליין, אפשר איז עס גדי אליין..
גרשון: שא, שששש.. די מענטשן קענען זיך פארשעמען.. לאמיר שנעל צוריק לויפן, אפשר איז שוין מיין נעקסט..

אה, ענדליך מיין רייע, רוקטס ענק, יא, איך בין נעקסט, ניין, איך! ר' איד, געמיר צען פונט פון די מהדרין מצות, ווייסטעך די בלולה דקה, די געקנעטענע, וואס מ'קען גוט פארדייען מיט די ציין, נישט זיך אפברעכן די פילינגס, די וואס צוגייט אין די מויל פון זיך אליין..

- דו מיינסט ראזעווע?
- העלל ניין! געמיר נאר פוילישע מצות, פאר כל קללה דעלמא וועל איך נישט משנה זיין פון וואס די טאטע האט גענומען, נישט ראזעווע, נישט צעלימע און נישט סאטמארע, מעגן די מלאכים עס ברענגען אויף די פליגל זאלסטו מיר דאס נישט אנטראגן!, נאר אכין ורקין פוילישע מצות! געמיר צען פונט פון די ווייכע סארט, די שדופות קדים'דיגע וואס איז לייכט אין מויל..
-ווילסטו האל וויט?
-איז עס פון די זעלבע פוילישע ווי די אנדערע?
-גענוי, נאר לייכטער פאר די ציין און שפילט בעסער אויף די הכנות..
- פיין, פאק עס איין!
- אויך געמיר רש"י מצות איין באקסל..
קהת: טאטי! וואס איז דאס "רש"י"?
גרשון: אה, דאס איז אויך אויסגעהאלטן אפילו לויט רש"י.. אבער טאקע דערפאר איז דאס טייערער, נעם איך נאר איינס!
קהת: טאטי! און וואס זענען די מצות וואס שטייט דערויף "רא"ש"?
גרשון: אה שעפעלע, דאס זענען ספעציעלע מצות אויסגעהאלטן אויך לויט שיטת רא"ש, ס'איז דא אסאך מחלוקת וועגן די ווייץ, פון וואנען מ'ברענגט עס, וויאזוי מ'שניידט עס, און ווי מ'באקט עס, זעסטאך, ס'איז א פייערדיגע מחלוקת צווישן רש"י, ר"ת, שאץ און די רא"ש..
קהת: שאץ איז אויך א שיטה?
גרשון: איך ווייס נישט אויב ס'איז א שיטה, אבער ס'איז קלאר א מחלוקת.
קהת: און אז דו נעמסט שוין רש"י'ס מצות, פארוואס נעמסטו נישט אויך פון די רא"ש'ס מצות אדער די שאצער מצות? אונז נעמיר אן ווי רש"י?
גרשון: יענקעלע, דו ווערסט מיר שוין צו א גרויסער פאליטישאן! ס'איז דא גרויסע רבנים און רעבעס פארמישט אין די מחלוקת'ן מיט די ווייץ און די מצות, און דו ווילסט איך זאל מיר אריינשטעקן די נאז אין די סומאטאכע? לאמיך ארויס...
-און "ניסן מצות" האסטו פאר מיר דאס יאר?
- אנטשולדיגט כ'האב נאכנישט..
- וואס הייסט האסט נישט? מ'האט מיר געפראמיסט אויפ'ן טעלעפאן! דו נוצסט אויס מיין ערליכקייט מיך אפצופאפן!, דו מיינסט אויך אז איך בין אזא תמין? געמיר נאר וואס מ'האט אפגעשמועסט, ברענג עס ארויס פון אונטער די לאדנס און לאמיך גיין! א ווערטשאפט דא? פונקט ווי ביי די אתרוגים, ארבעה עשר ארבעה עשר לגזירה שווה.. לאמיך נאר רעדן צום רב המכשיר דא!
- (העלאו, ר' זרח, דא איז דא א איד וואס פארפירט אז מ'הט אים צוגעזאגט היינט ניסן מצות, ער מאכט געוואלדעס און קערט איבער דעם בעקעריי, שוין דא א ליין אונטער אים מיט מענטשן, וואס טו איך דא? דו קומסט? פיין).
זרח: אה, ר' גרשון, דא האב איך דיר ארויסגעברענגט די צוויי באקסעס ניסן מצות וואס איך האב אליין אוועקגעלייגט פאר דיר פאריגע וואך אין מיין אפיס, אבער פאר דעם באצאלט מען, דאס ווייסטו?
גרשון: אוי ביסטו א צדיק, איך צאל וואס דו בעטסט! איך בין אויף די ניסן מצות נישט מוותר קייניין יאר, ביי מיין טאטן איז דאס געווען נעקסט צו די עצרת הדברות!
- און מצה מעל! אוי, נאך גוט כ'אמיך דערמאנט, די אשת חיל, אן דעם קען איך דא בלייבן מיט אלע מצות, און פירן דא דעם סדר..

- אקעי, וואס איז מיין טאטעל?
- זיבן הונדערט זיבעציג, גענוי כמנין 770!
- געמיר נישט קיין גימטריות היינט, ס'איז א ערנסטע טאג, זאג מיר וויפיל איך דארף די געבן טאטעל..
- סאו געמיר זיבן הונדערט און זיבעציג דאללער!
- וואאאאאס?????????? ביסט אויפ'ן קאפ געפאלן? לעצטע יאר האב איך באצאלט האקעל באקעל זעקס הונדערט עפעס, 770? ביסט נאך שיכור פון פורים?
- בארואיגט אייך, איר האט דאס יאר גענומען רש"י, אויך מיט עטליכע פונט מער ווי פאראיארן, דאס איז אייער גראדער חשבון..
- אקעי, וויפיל צאל איך א פונט?
- 27.50, פאר די געהעריגע, 29.50 פאר די האל וויט, און 30.00 פאר ד.......
- וואס??? ביסט אינגאנצן אויפ'ן זינען?
- דאס איז די דיסקאונט פרייז פאר סטעדי קאסטומערס!
- פאר אביסל מעל מיט וואסער?
- בארואיגט אייך ר' איד, איר ווייסט וואס די ווייץ, שניידן מאלן, און זופן קאסט אפ? און די מים שלנו איז אויך דאס יאר גאר שטארק ארויף, און די וועטער די ווינטער, די ווייס וואס דאס מיינט אין אזא ווינטער צו הייצן א אויוון?
- אוי סארי, ביסט גערעכט, כ'האב נישט געוואוסט די אלע דיטעילס, סאו סארי, דא האסטו, סווייפ מיין עמעקס קארטל..
- א כשר'ן פרייליכן פסח, און יישר כח ר' גרשון פאר די אונטערהאלטונג..
Q X Y z 9 B הוכח שאינך רובוט
קפנדריא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 2:17 pm
האט שוין געלייקט: 426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

הודעהדורך Kool man » מאנטאג מערץ 23, 2015 9:44 pm

שלום עליכם קפנדירא, ברוך מחי' נפטרים.
א עקסטערע לייק פאר די כל קללה דעלמא, די אויווען ווי מ'באקט די קרויס שטריימלעך, און אזא שיינע ביאור אויף די מחלוקת פון רש"י און רא"ש און שאץ, :like
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך ונבנתה העיר » מאנטאג מערץ 23, 2015 11:23 pm

גאוניש, קפנדריא.

און פאר די וואס ווייסן טאקע נישט: רש"י מאכט רחיים של יד.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3613
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7148 מאל

Re: גרשון אין מצה בעקעריי

הודעהדורך יין שרף » דינסטאג מערץ 24, 2015 1:32 am

uploadfromtaptalk1427175099996.png
uploadfromtaptalk1427175099996.png (340.48 KiB) געזען געווארן 1510 מאל
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2011
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 8:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2533 מאל

הודעהדורך Kool man » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:19 am

און פאר די וואס ווייסען נישט, שיטת הרא"ש איז, דער מצה שטייט נישט קיין רגע בלי שהיי' און מ'שיבט אריין אין אויווען יעדע מצה באזונדער כדי ס'זאל נישט שטיין קיין רגע אליין, א טייערע חומרא
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך Kool man » דאנערשטאג מערץ 26, 2015 6:33 pm

קפנדירא איך מוז דיך אונטערברענגען, וואס דו האסט געמאכט מיט מיר, נעכטען געוועזען אין מצה בעקערי, איז צו מזל געוועזען דארטען א יצמח פורקניה מיט א גרשיים פון אויבען, א עם הארץ מדאורייתא, און בקול רעש גדול געבעטען זיינע חומראדיקע מצות, אויספאקענדיג אלע שיטות פון רש"י ביז די ראש, ס'אט אויסגעזעהן ווי דיין גרשון אליינץ, ווען ער האט זיך אנגערופען הויעך ברענג מיר שוין ארויס מיינע ניסן מצות האב איך פשוט אויסגעשאסען אויפען פלאץ, כ'אב נישט געוויסט ווי זיך אהינצושטעקען, מ'אט געקענט מיינען כ'אב באקומען א קורצשלוס :lol:
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

Re: גרשון אין מצה בעקעריי

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג אפריל 20, 2015 7:03 am

Kool man האט געשריבן:און פאר די וואס ווייסען נישט, שיטת הרא"ש איז, דער מצה שטייט נישט קיין רגע בלי שהיי' און מ'שיבט אריין אין אויווען יעדע מצה באזונדער כדי ס'זאל נישט שטיין קיין רגע אליין, א טייערע חומרא

אבער וואס מאכט שאץ? א סארט וועלגער האלץ? דער שאץ איז א פירוש אויף שו''ע?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 8699
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 3038 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8158 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » מאנטאג אפריל 20, 2015 7:25 am

תוס' שאנץ ברענגט א שיטה פון מהר"ם ש"ץ אז די מצה זאל ווערן געבאקען דייקא פארמיטאג ווען די זוהן איז נישט אזוי הייס.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8466 מאל

הודעהדורך ליפא » מיטוואך אפריל 13, 2016 8:37 pm

לכ' פסח
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2071
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1812 מאל


גיי צוריק א שמייכל

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט

cron